כלבין דחציפין
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 17
- רעאקציע ראטע
- 112
איך האב פריער געשריבן וועגן זיך מישען וכו׳ עס זעהט אויס ווי דער עולם פארשטייט נישט די פארפארציעס פון עניינים (און מיט רעכט ווייל מען לערנט אויס אז יעדע ווייטע חומרא אדער ענין איז עק וועלט און מען וועט אדער ברענען אין גיהנם דערפאר אדער ״סע הייבט זיך אן מיט דעם ולמחר אומר לו עשה כך)
כלפי מה דברים אמורים, די עניין פון זיך נישט מישן איז א מנהג, סע איז א שיינע מנהג און דעטס איט, און סע געבט צי צי די יום טוב געשמאק אבער דעטס איט, אויב קענסטו נישט מקיים זיין דעי מנהג איז נישט, ביסט נישט קיין שייגעץ און א גוי, סע מיינט נישט אז די עסט חמץ און די גייסט נישט אין גיהנם, מען דארף אפילו נישט ווערן טריגערט דערפון, ווילסט נישט איז נישט.
איך האב עס געזען ביי נאך א פלאץ איך האב א חבר ביי עם איז די עניין פון קדושה אלעס די זעלבע, הוז״ל און בעילת נידה איז די זעלבע לעוועל, ער דערציילט מיר אז ער איז שוין מילא א שייגעץ ער גייט מילא אין גיהנם, מילא קען ער שוין טוו וואס ער וויל.
חברה דאס איז א גרויסע טעות, בימי נידתה אז מען האט תאוות און מע איז מוצא זרע איז נישט עק וועלט, עס איז בעיקר א פראבלעם מיטן זוהר, נו די זוהר איז טאקע זייער חשוב אבער ער איז נישט הלכה, עס איז דא אסאך זאכן וואס שטייט אין זוהר און מען פאלגט עס נישט. אבער בעילת נידה איז א איסור דאורייתה, סע נישט נערמאל ווי דער עולם איז צומישט אין די פארפארציעס.
וכן הלאה למשל ניצן די טעלעפאן אום שבת איז לכל היותר אוושי מילתא, נישט קיין איסור ממש נאר אזא סע פאסט נישט עס צי ניצען אום שבת, אבער צולייגן וואסער צום טשאלנט איז א איסור דאורייתא א איסור בישול.
בקיצור איך האב נישט קיין טענות צי קיינעם ווייל די חינוך סיסטעם מאכט ציונות און עסן אום יום כיפור די זעלבע מדריגה, אבער אז איינער האט שוועריקייטן מיט געוויסע מנהגים צי חומרות זאל ער וויסן ער איז נישט קיין גוי און נישט קיין שגץ, ער איז א ערלכיע איד און די באשעפער האט עם ליב, און מען גייט נישט אין גהנם פארן נישט מקפיד זיין אויף א מנהג. די עיקר וואס די תורה פארלאנגט איז צי היטן די תורה אלעס ארום איז א באונעס, מען דארף געדענקן נישט ארויסציווארפן די קינד מיט די וואנע וואסער ווי מען זאגט אויף ענגליש.