**לא תרצח**

וואס מיינט די ווארט ראנג? צו זאגן אז עפעס איז ראנג/אומריכטיג/שקר איז אייביג דא עפעס צו וואס מ'פארגלייכט עס. א מעטאמאטישע חשבון איז ראנג ווייל לאגיש שטימט עס נישט. אפשר אן לאגיק שטימט עס יא? עס איז נישט נוגע, אונזער מדובר איז יעצט ביחס צו לאגיק און וועגן דעם איז עס ווראנג.

לדוגמא, ווען איינער בויעט עפעס אנדערש ווי דו בלו פרינט וועט מען זאגן אז ער האט עס געבויעט ראנג. אבער ווער זאגט אז ער דארף פאלאוען די בלוי פרינט? קען זיין ער דארף נישט, אבער ביחס צו די בלו פרינט האט ער עס געבויעט ראנג, קען גאר זיין אז ביחס צו וויאזוי אנדערע בויען איז עס ריכטיג, אלעס ווענדט זיך צו וואס מ'שטעלט עס צו.

ווען מ'רעדט פון מאראל, וואס מיינט ראנג? וואס איז בכלל די משמעות דערפון? ביחס צו וואס? מ'קען זאגן אז עס איז ביחס צו גאט'ס ווילן אדער באפעלן, אבער מ'קען פונקט אזוי זאגן אז עס איז ראנג ביחס צו די אנגענומענע הסכמה ביי מענטשן וויאזוי זיך אויפצופירן. סטאלין האט געטוהן עפעס ווראנג לויט די אנגענומענע סטאנדארטן ביי די מין האנושי. ווער זאגט אז ער דארף פאלאוען די סטאנדארטן? קיינער. אבער לויט "מאראל" = די פארשטענדעניש צווישן מענטשן איז דאס ראנג.
ביסט 100% גערעכט ווען מ׳רעדט פון מאראל קען מען נישט נוצן די ווערטער "ריכטיג" און "פאלש".
די ריכטיגע ווערטער דארפן זיין "גוט" און "שלעכט" וואס איז א value judgment, וואס איז א בעסערע וועג צו לעבן מיט, און וועלכע פון די צוויי האט מער value, ס׳איז מער א פילאסאפישע סארט שאלה.
 
די דענקער פונעם מאדערנעם, סעקולערן השכלה, האבן אריינגעברענגט דעם רעיון אז דער גרויסער אידעאל פון לא תרצח ברויך נישט צוקומען צום אנכי ה' כדי זיך צו דערהאלטן. רעליגיע איז נישט נייטיג! ער אליין, אן דעם באשעפער, איז אומשטאנד צו פירן דעם מענטשהייט צום פרייהייט פון מאראל. דער זעקסטער געבאט קען זיך פיין באגיין אן דעם ערשטן!
בעת רעליגיע פארקערפערט דעם באגריף אז א מענטש מוז שטיין אין א כסדר'דיגן קשר מיט'ן באשעפער, האט וויסנשאפט רעפרעזענטירט א סארט מענטש וואס קען זיך באגיין אן ג-ט. "והייתם כאלוקים!" האט שוין דער שלאנג אנגערייצט חוה'ן. דער מענטש קען, און דארף זיך בייטן מיט ג-ט.

אבער דער דמיון איז ארויף מיט'ן רויך פון די גאז קאמערן אינאיינעם מיט זעקס מיליאן מענטשליכע לעבן'ס! צונישט זענען געווארן די פילאזאפיעס אז א מענטש איז ביכולת "אליין" צו פירן א מאראלישן לעבן אן קיין העכערן גלויבן.

דער אמת האט געשריגן: אן א ג-ט קענען מענטשן נישט אליין באשליסן וואס איז ריכטיג און וואס נישט! קיינער איז אזוי נישט אומשטאנד צו דערקלערן אז פארגאזן א מאמע און קינד איז א גרעסערע עוולה ווי הרג'ענען א מויז!

ווען דאס העכערע בליק אויפ'ן וועלט ווערט בטל, איז א מענטש אומשטאנד צו ווערן א קנעכט פאר'ן שטן!

איך זע דיין טענה, אבער ביסט נישט גערעכט מיט די פאקטן, די נאצי שיטה איז הונדערט פראצענט געבויעט אויף רעליגיע, היטלר אליין שרייבט עס אין מיין קאמפף, ועיין כאן.



זע דא בערך 53:00

 
איך געדענק אז מיין האלאקאוסט פראפעסארין האט ערווענט אויבנאויפיג אז די נאציס האבן געהאט א צודרייטע פאגאנישע רעליגיע/קולט וואס דאס האט זיי געשטעלט אין אומדירעקטן קאנפליקט מיט די קירכע (און מיט נארמאלע מענטשן בכלל…) , כ׳האב נישט געהעריג אריינגעקוקט דערין.
 
Back
Top