לב לילד קאמפיין, וואס איז אייער מיינונג? - מיינס איז אזוי

ס'איז דא ליידער גענוג קינדער פאר וועם עס פעילט אויס אזעלכע וואס די טאטע איז בכלל נישט דאהי וכדו'
 
אזויפיל גלייב מיר ווען נשיט איך הער עס ווען פון מיטגעמאכטע טאטעס וואס זענען דורכגעגאנגען נארמאלע גיטין פראסעס וויינען דערויף וואלט איך געשוויגן
 
די גרינגסטע פארשלאג רעדן מיט די טאטעס פאר זיי נעמען א קינד נאר פון די מאמע
דאס הערט זיך ווי א געוואלדיגן פלאן!

ס׳טייטש ביידע צדדים דארפן מסכים זיין.
 
יאפ

די פשוט'סטע, מענטש'ליכסטע ענטפער, צו א העכסט קאמפליצירטער פראבלעם

איך רעד שוין נישט פון די געוואלדיגע פאזיטיווע השפעה אזא צוגאנג וואלט געהאט אויפן גאנצן הלך ילך ביים היימישן עולם ווען עס קומט צו אזאלכע סיטואַציעס. הלואי זאלן אלע כלל אינסטיטוציעס איינפירן ענליך, די אלגעמיינע פאליסי זאל זיין צו.ב.ש. אז צו איינשרייבן א קינד אין א מוסד א.א.וו. זאל מען מוזן האבן די הסכמת שני הצדדים, חוץ אין עקסטרעמע פעלער ווען איין צד קען איבערווייזן די וויכטיגקייט דוקא נישט צו האבן די הסכמה

זיי זאלן עפענען א באזונדערע ארג. פאר די סיטואַציעס וואס זיי שפירן אז זיי מוזן נעמען א שטעלונג קעגן דעם טאטן, און די וואס טראסטן זייער זשאזשמענט אין די נושאים זאלן ווייטער געבן געלט פאר די אנדערע ארגאניזאציע אויך
 
איך בין נייגעריג אויב איינער ווייסט ערשט האנטיג פון א לב לילד קעיס, ווי מ׳האט איינע פון די צדדים נישט געפרעגט.
 
איך מיין מדארף צומאכן אלע בי״ד, אזוי גייט נישט זיין מער קיין גיטין גייען די קינדער האבן א טאטע מיט א מאמע,
ווייל ס׳איז דא א פלאץ ווי מ׳קען זיך גט׳ן איז דא מער גיטין קומט אויס אז בית דין איז שולדיג. Logic.
ווער זאגט אז מ'טאר זיך נישט גט'ן?
 
איינער האט מיר היינט געזאגט אז זיי האבן שוין געטוישט פאליסי און זיי נעמען טאקע מער נישט פון געוויסע פעלער ער האט מיר געזאגט מיט נעמען און איך האב עס וועריפייד
עכ צו איך צוריק אז איינער נעמט די ריכטיגע שריט דארף מען דאס עדמייערן
 
ווער זאגט אז מ'טאר זיך נישט גט'ן?
שאר מעג מען, און ווען ספעלט אויס דארף מען זיך גט׳ן, איך האב פארשטאנען פון @ניי ווערטער אז ער איז אויכט מודה אז צושטעלן הילף פאר קינדער וואס קומען פון צוטיילטע שטיבער איז א וויכטיגע זאך, ער האט נאר א פראבלעם אז מ׳האט צוגענומען א שטעקן פון די טאטע, ווייל די מאמע קען זאגן פאר די טאטע אז איך דארף נישט צוקומען צו דיר ווייל לב לילד גייט שוין צושטעלן אלע זאכן וואס א טאטע דארף פיזיש צושטעלן פאר די קינד ווי למשל אבות ובנים וכדו׳.

האב איך געשריבן אז די גייסט שוין מיט אזא מהלך אז לב לילד איז נישט גוט ווייל ס׳קען אמאל אויסקומען אז די מאמע וועט אויסנוצן די הילף וואס לב לילד שטעלט צי פאר די קינד צו זאגן פאר די טאטע איך דארף דיר נישט, איז אפשר כדי צו צומאכן די בי״ד און די קאורט אזוי וועט נישט זיין קיין גט׳ן וועט נישט זיין קיין פראבלעמען, אדער זאל קיינער נישט חתונה האבן אזוי גייט נישט זיין קיין גט׳ן גייט זיין ווייניגער פראבלעמען, (1+1= חלה דעקל).

בקיצור,
צו זאגן אויף א זאך אז ס׳איז נישט גוט וועגן אפשר גייט א משוגענער עס אויסנוצן לטובתו איז נאריש גערעדט, און צו זאגן אז לב לילד זאל שיקן די קינדער צו די טאטע פאר אבות ובנים אן רשות פון די מאמע איז אויכט נאריש גערעדט, אויב זיי טוהן דאס פארלירן זיי די קינדער וואס דארפן די מערסטע העלפ, ווייל די עלטערן וואס ווארפן זייערע קינדער ווי באליס אבי אפצוטוהן די עקס גייען נישט מסכים זיין אז זייערע קינדער זאלן באקומען העלפ פון לב לילד.

קלאר?
 
עס איז נאר מער ווי איין משוגענער דאס איז איינס און צווייטנס
 
ערשטנס, נישט נאר זאגן אז זיי מישן זיך נישט, נאר טאקע זיך נישט מישן.

צווייטענס, ווען דער טאטע וויל לערנען מיט זיין קינד ביי אבות ובנים, און די מאמע מאיזה סיבה שהוא וויל נישט, זאלן זיי קיין צווייטער אינגערמאן פאר דעם קינד נישט צושטעלן (פארשטייט זיך אז דאס קינד שפירט זיך נישט געטראפן ביים טאטן, און ער גייט גערן א יעדע צווייטע וואך צו זיין טאטע), פארוואס אין די וואך פונעם מאמעס שבת קען ער מיטן טאטן מוצ"ש נישט לערנען, נאר דארף ווערן א נאכגעשלעפטע פינפטע ראד ביי עפעס א צווייטע פרעמדער אינגערמאן ווען ער דער טאטע איז מוכן ומזומן צו לערנען מיט זיין קינד, אפי' די מאמע וויל נישט. אויב דאס קינד'ס מאמע וויל נישט (ווי איינער דא האט שוין פריער ציטירט) קען דאס קינד אין לב לילד נישט זיין איינגעשריבן. זאל זיך די מאמע ברעכן קאפ מיטן קינד אינדערהיים ווען אלע אנדערע קינדער זיצן אין שוהל און פארברענגען מיט זייערע טאטעס.

לאמיך פרובירן בעז"ה צו מסביר זיין וואס איך טראכט, און איך מיין אז דאס איז אויך די שיטה פון לב לילד.

יעדער ווייסט אז א טאטע און מאמע דארפן זיך כסדר קענען זעהן מיט די קינדער. אזוי איז עס מדרכי הבריאה, א קינד מוז האבן ביידע עלטערן, אן דעם וואקסט ער בדרך הטבע נישט אויף צו געזונט... ווי דער מציאות באווייזט.

די עיקר סיבה פארוואס מען דארף זיך זעהן, איז "לטובת הילדים" – נישט לטובת די עלטערן. נישט ח"ו אז איך מאך אוועק איין מינוט די אומענדליכע צער פון עלטערן וואס קענען נישט זעהן די קינדער, אבער דער פאוקעס איז אויפן קינד. אין די גוי'אישע געריכטן וועט מען אויך געבן וויזיטעישאן פאר א קינד אפילו אויב זיין טאטע איז אין תפיסה פאר די ערגסטע פארברעכנס. דאס איז נישט כדי דער טאטע זאל שעפן נחת – דאס איז בלויז פאר'ן טובה און דעם וואוילזיין פונעם קינד.

דאס אז איינער פון די עלטערן האבן צומאל נישט קיין וויזיטעישאן ווייל די אנדערע צד איז רשעות'דיג – א זאך וואס איז ליידער בעוה"ר לעצטנס גאנץ מצוי – איז א שרעקליכע פענאמען וואס דארף בטל ווערן בכל אופן! מען וואלט געדארפט אויפשטורעמען די וועלט, די רבנים, עסקנים, אידן און אידענעס. ר' יונתן שווארץ און נאך אנדערע זענען שוין אסאך ארויסגעקומען איבער דעם. בעיקר דארף מען אויפשאקלען די בתי דין, וואס הקולר תלוי על צוארם, ווי אויך טוענים, ווי אויך די אלע וואס זענען מסכים צו אזעלכע שרעקליכע אגרימענטס. א טאטע וואס קען נישט זעהן א קינד ווען עס קומט זיך אים, דארף גיין צו בי"ד און קלאפן אויפ'ן טיש און פאדערן זיינע לעגיטימע רעכטן!

אבער לב לילד איז נישט געמאכט געווארן פאר דעם. זיי זענען אבסולוטלי "נישט" דא פאר די עלטערן! ווי ווייטאגליך עס זאל נאר זיין, מוז מען עפענען א באזונדערע ארגאניזאציע פאר דעם. לב לילד איז דא אך ורק לטובת הילדים. א קינד מוז האבן א טאטע, אדער לכה"פ א סובסטיטוט, איינער וואס פארטרעט דעם טאטן אויף וויפיל עס איז שייך, ווי צב"ש לערנען מיט אים, ארויסנעמען אויף געשמאקע פלעצער, איינקויפן חפצים, און אויסשמועסן די מצב מיט זיינע מחנכים, וכו'. דאס, און נאר דאס, איז וואס לב לילד איז געקומען ערפילן!

אויב א טאטע וויל לערנען מיט א קינד מוצ"ש און די מאמע איז א מרשעת און א עקשנית און לאזט נישט, איז פאראן 2 ברירות: (1) אזוי ווי ביז היינט, דאס קינד וועט בלייבן אינדערהיים, די מאמע וועט זיך מוטשען מיט די בכיות פונעם קינד אבער איר עקשנות וועט איבערוועגן אבער זי וועט זיך נישט ברעכן און זי וועט נישט לאזן דאס קינד גיין צום טאטן, און דורך דעם וועט דאס קינד פארבלייבן מיט ביטערע זכרונות און טראומא פון די אלע מצבים, אדער (2) א וואלונטיר וועט יא ארויסנעמען דאס קינד און אים מאכן פילן אביסל בעסער און אים באגלייטן, שמועסן, און איבערלאזן מיט בעסערע זכרונות.

לאמיר נישט פארגעסן – ביי ביידע פעלער גייט דער טאטע ליידער נישט זעהן דאס קינד! און די רחמנות אויפן טאטן איז באמת זייער שטארק!

און דא קומט לב לילד אריין. זיי קוקן אויפ'ן קינד! אויף יעצט און אויף זיין עתיד. ווי זייער סלאגאן גייט: "דאס קינד איז זיכער אומשולדיג"! טאטע מאמע ליידער שלאגן זיך ארום. אפגעזען ווער עס איז גערעכט, מוז דער קינד באקומען זיין גייסטישע שפייז, ווייל ער איז דאך זיכער אומשולדיג! זיין גאנצער צוקונפט ווענדט זיך אין די יעצטיגע אקציעס, ווי אזוי מען נעמט אים ארויס און מען טריעט אים לויט די אומשטענדן.

יעצט, ר' לייביש טייערער, קוק איבער דיינע ווערטער און נאכאמאל מיינע ווערטער, און זאג מיר אויב איך האב זיך גוט מסביר געווען...
 
אויב א טאטע וויל לערנען מיט א קינד מוצ"ש און די מאמע איז א מרשעת און א עקשנית און לאזט נישט, איז פאראן 2 ברירות: (1) אזוי ווי ביז היינט, דאס קינד וועט בלייבן אינדערהיים, די מאמע וועט זיך מוטשען מיט די בכיות פונעם קינד אבער איר עקשנות וועט איבערוועגן אבער זי וועט זיך נישט ברעכן און זי וועט נישט לאזן דאס קינד גיין צום טאטן, און דורך דעם וועט דאס קינד פארבלייבן מיט ביטערע זכרונות און טראומא פון די אלע מצבים, אדער (2) א וואלונטיר וועט יא ארויסנעמען דאס קינד און אים מאכן פילן אביסל בעסער און אים באגלייטן, שמועסן, און איבערלאזן מיט בעסערע זכרונות.

לאמיר נישט פארגעסן – ביי ביידע פעלער גייט דער טאטע ליידער נישט זעהן דאס קינד! און די רחמנות אויפן טאטן איז באמת זייער שטארק!
זייער שיין ארויסגעברענגט
איך מיין דאס איז טאקע די שמועס דא, אויב די מאמע איז גענוג א גרויסע עקשן'טע אדער זי וואלט למעשה יא געשיקט צום טאטען
 
זייער שיין ארויסגעברענגט
איך מיין דאס איז טאקע די שמועס דא, אויב די מאמע איז גענוג א גרויסע עקשן'טע אדער זי וואלט למעשה יא געשיקט צום טאטען
אויב דאס איז די שמועס איז לכאורה די תירוץ אז נישט.

די סיבה וואס זיי האבן זיך געעפנט איז דאך ווייל עס האט נישט געהאלפן און די קינדער האבן נישט געהאט מיט וועם צו גיין אין בית המדרש/ אבות ובנים וכו'.
 
אגב האבן זיי אויך נאך סערוויסעס וואס האט זיכער נישט מיט זיך מישן, שיינע מסיבות ווי די קינדער קומען זיך צאם און באקומען חיזוק און פלעצער ווי די קינדער קענען קומען שפילן ביינאכט און נאך.
 
איך האב אן אנדערער אישאו מיט די ארגענעזאציע קינדער פון האלבע שטיבער זענען וואונערביל צו עביוז, וואס איז זייער פאלעסי דאס צו פּריווענטען
כאפ איך נישט. וואס די אישו מיט די ארג?
 
אויב דאס איז די שמועס איז לכאורה די תירוץ אז נישט.

די סיבה וואס זיי האבן זיך געעפנט איז דאך ווייל עס האט נישט געהאלפן און די קינדער האבן נישט געהאט מיט וועם צו גיין אין בית המדרש/ אבות ובנים וכו'.
קען זיין אז האלב זענען געווען גענוג עקשנותדיג און האלב נישט
און יעצט דארף מען שוין נישט זיין עקשנותדיג צו נישט לאזן גיין צום טאטען
לאזט שוין די אנדערע האלב אויך נישט
 
  • ווייטאגליך
רעאקציעס: 1yes
Back
Top