הדעה והכתיבה
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 25
- רעאקציע ראטע
- 56
די גאנצע חיד"ו אריינקומען דא איז א לאנגע המשך פין א גאר אלטע מערכה בנוגע אן אביוז [איך נעם נישט קיין אחריות] וואס ער פירט אנטקעגען די וויינגארטענסקענסט אנצייגן איין מעשה ווי זיי האבן געהאלפן וויקטימס פון אביוז פון זייער אביוזערס? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
דאס ציעט זיך שוין יארען צוריק בקוצר אמרים מעשה שהיה כך היה דער וויינגארטען וואס זיצט יעצט דא אין תפיסה ער איז דער טאטע פין די 4 וויינגארטענס ברידער'ס וואס זענען יעצט ביי לב טהור ,ווען ער האט יארען צוריק געוואוינט אין אנטווערפען האט ער געהאט א מעשה וואס האט אויפגערידערט די גאנצע שטאט מיט אלע רבנים
ער האט געכאפט זיין טאכטער אז זי האט קשר ושייכות מיט א בעלזער יונגערמאן האט ער געמאכט אן הילכיגער ויצעקו אנטקעגען דעם יונגערמאן
ווי עס ווייזט אויס האט דאס נישט געשמעקט פאר זיין טאכטער האט זי פארפירט קעגן איר טאטע אז ער טוט די זעלבע און ערגערע זאכען מיט איר
האט זיך געטון א גרויסע מחלוקה צווישען די רבנים צו מען קען איר גלייבען, כמעט אלע רבנים האבען געהאלטען אז נישט ס'נאר א נקמה פארען אפשטעלען דעם יונגערמאן
אין הרב חיד"ו האט גענומען א שטעלונג אז יש דברים בגו און זי טאר מער נישט וואוינען ביים טאטען אינדערהיים, ער האט איר געשיקט צום סעמינאר אין מאנטשעסטער און ער האט עס באצאלט פין זיין אייגען טאש
ער האט איר פרובירט נאכצולויפען אין מאנטשעסטער אבער זי האט איר טאטען מער נישט געוואלט קענען און למעשה איז זי גענצליך פריי געווארען
שפעטער דערנאך ווי ער געמופט קיין מאנסי האט ער זיך געג'ט און זיין עקס מיט זיין טאכטער האבען געעפענט א קעיס קעגן אים, מען האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין דעים, מען האט אריינגעמישט די עף בי איי און ווי די וויינגארטענס טאנען איז דאס געווען הרב חיד"ו ארבעט און מען האט אים געגעבען מיין איך 22 יאר תפיסה
יעצט אז די 4 קינדער זענען דארט געגאנגען צוליב דעם האלט ער אז מען דארף זיי אינגאנצען אינטערברענגען ווייל זיי זענען פונקט ווי דעם טאטען... און נאר יענץ פרייע מיידעל איז פיין...