לב טהור

ק/פ:
ברעיקינג! אוריאל יוסף גאלדמאן פארלאזט לב טהור!

ער לאזט איבער די כת צוזאמען מיט זיין פאמיליע און ציהט זיך אריבער קיין ארגענטינע, און ער געבט איבער קאסטעדי פאר די עסקנים.

ער זאגט אז לב טהור האלט שוין נאך גסיסה.

יי"ה בלום זאגט אז ער איז גענצליך נישט געווען איבערראשט, ער האט עס ערווארטעט.

ער קען נישט גיין קיין אמעריקע ווייל ער האט קריים דארט.

דאס איז א ריכטיגע טויט קלאפ פאר די כת, ער איז געווען די משפיע און מחזק און געשאפט די געלט.
Source? Can someone confirm?
 
למעשה זענען שוין די עסקנים ארויס געקומען מיט די קאמפיין מיט'ן גאנצן קנאק, איך האלט אז זיי גייען קיין גרויסע געלטער נישט מאכן, די עולם האט אין זיי 0 טראסט!!!
 
למעשה זענען שוין די עסקנים ארויס געקומען מיט די קאמפיין מיט'ן גאנצן קנאק, איך האלט אז זיי גייען קיין גרויסע געלטער נישט מאכן, די עולם האט אין זיי 0 טראסט!!!
וואס מיינט גרויסע געלטער ביי דיר?

מיט מער ווי א טאג א האלב צים אנהייב פינעם קאמפיין האלטן זיי שוין ביי כמעט א דרייפערטל מעלאונע,

האסט ג'רעכנט אויף א 10 מיליאן דאלארדיגע בוני עולם קאמפיין?
 
לעצט רעדאגירט:
למעשה זענען שוין די עסקנים ארויס געקומען מיט די קאמפיין מיט'ן גאנצן קנאק, איך האלט אז זיי גייען קיין גרויסע געלטער נישט מאכן, די עולם האט אין זיי 0 טראסט!!!
בין איך נישט פון דער עולם? איך האב אין זיי א שטארקע טראסט
 
יואל בן שלמה העלבראנץ וואס איז די פירער פון די נייע קהילה "כנישתא חדא" ווי אלע וואס זענען ארויס פון לב טהור האלטן זיך אויף ביז זיי טרעפן א וועג ארויס האט א פעידזש אויף די קאמפיין און שרייבט דארט אזוי:

אני הגבר ראה עני בשבט אברתו.

ווער נאך אזוי ווי מיר קען פארשטיין און באגרייפן דעם וויכטיגקייט פון דעם צוועק?

אין די לעצטע יארן האבן מיר זיך אויפגעהויבן, א קבוצה פון עטליכע יונגעלייט יונגעלייט אינאיינעם און מיר זענען אהערגעקומען וואוינען. דאס איז געקומען נאך א טיפער התבוננות צו פארשטיין וואס דער באשעפער וויל באמת פון אונז האבן, האבן מיר באשלאסן זיך אויפצוהייבן פון אונזער וואוינארט, און גרינדן אונזער נייע קהילה 'כנישתא חדא'.

זינט דעמאלס ביז היינט געפינען מיר זיך דא אויף דעם ארט, פראבירנדיג צו טון דעם רצון-השם אזוי ווי אידן האבן שטענדיג געדינט דעם אויבערשטן.

דער פלאץ האט זיך ארויסגעשטעלט אלס מקום הצלת נפשות ממש, א רעטונגס ברעט פאר פילע אידן פון לב-טהור, וועלכע זענען דארט געווען פארשפארט, אבער זיי האבן געדארשט און געלעכצעט אויף א גוט ווארט. אויף דעם ארט האבן דא געפינען אן אוזן-קשבת, און נישט האבנדיג צו וועמען זיך צו ווענדן, איז אונזער זיין דא געווען פאר זיי כמים קרים על נפש עייפה.

במשך די צייט האט דער פלאץ אויפגענומען פון לב-טהור און אריינגענומען פילע משפחות, וועלכע האבן געוואלט אוועקגיין אויף אן איידעלע אופן און זיי האבן נישט געהאט וואו צו גיין, און זיי האבן דא געפינען א מקום מפלט און אן אפרוה ארט צו זייערע צרות. טייל אידן האבן זוכה געווען גענצליך ארויסצוקומען פון דארט און זיך באזעצן צווישן ערליכע אידן, פירנדיג ערליכע אידישע שטיבער. אנדערע זענען בלויז דא געקומען באזוכן און שעפן חיזוק און חיות ווייטער אנצוגיין מיט זייער לעבן.

מיר קענען היינט זאגן מיט א קלארקייט, אז פילע אידן האבן צו פארדאנקען זייער שמירת תורה והמצוות, דער מקום יישוב וואו מיר געפינען זיך דא אצינד.

עס איז קלאר אז אונזער יישוב האט געטוישט די מאפע אין לב-טהור זעלבסט, בשעת זיי האבן באקומען א פחד פון אונזער ארט, וויסנדיג אז דא געפינען זיך אידן שומרי תורה ומצוות באמת, און מען קען זיך איבערצייגן אז עס זענען פארהאן נאך ערליכע אידן אויף דער וועלט, אפילו אינדרויסן פון לב-טהור. די יוגנט אין לב-טהור פלעגן האבן א תשוקה דאהי צו באזוכן, וויסנדיג אז זיי קענען דא באקומען א ווארעמע וואונקל פון חיזוק און הדרכה אויפן לעבן.

דאס קומט צום אויסדרוק, קוקנדיג וויפיל פליטי לב-טהור פלעגן זיך האלטן ביי אידישקייט איידער אונזער שטעטל האט זיך געגרינדעט, און וויפיל פליטים האלטן זיך ביי אידישקייט זייט מיר פארמאגן דא אונזער קהילה. דער ענטפער איז קלאר ווי די טאג – די קהילה האט געראטעוועט אידישקייט ביי די אנטלאפענע פון לב-טהור.

מיר זענען די עדות, וועלכע האלטן מיט כסדר טרויעריגע געשיכטעס. מיר האבן געשפירט אויף די אייגענע הויט וואס דאס מיינט ארויסצוגיין פון לב-טהור, און דערפאר פראבירן מיר כסדר צו העלפן בדרכי נועם, אנדערע אידן וואס ווילן פון דארט אוועקגיין.

זייענדיג דא פארשטייען מיר ווי וויכטיג די יעצטיגע אפעראציע איז, ווי שטארק עס פעלט אויס אוועקצונעמען מענטשן פון דעם ארט, וואו זיי געפינען זיך יעצט, אן קיין געהעריגע באדינגונגען פון שלאפן און עסן, און זיי געפינען זיך פארוואגלט אויף די גאסן.

עס ווערט מיר שווער אויפן הארצן, ווען איך קוק זיך צו ווי אזוי מיינע אייגענע געשוויסטער, קרובים און ידידים, גייען דורך אזעלכע שווערע צייטן און מוטשענען זיך אזוי שטארק. מיין הארץ ברענט מיט רחמנות אויף זיי און איך טראכט כסדר מיט וואס מען קען זיי העלפן.

עס איז קלאר אז מען דארף זיי אוועקנעמען פון דארט, זיי ברענגען צווישן היימישע אידן און זיי אויפצוהאדעווען על דרך המסורה לנו מדור דור. פון די אנדערע זייט פארשטייען מיר די שוועריגקייטן מיט וואס דאס איז פארבינדן, וויפיל דאס קאסט אפ און וויפיל געלט מען דארף האבן דערפאר.

איך ווענד זיך דא מיט א ביטע צום ציבור, און צו אלע אידן איבער די גאנצע וועלט וואס ליינען אונזערע שורות:

ביטע לאזט אונז נישט פאלן אונטער די שווערע לאסט. לייגט אריין אייער נדבת לבכם הטוב. העלפט ארויס די צובראכענע אידן ארויסקומען פון זייער שווערע לאגע וואו זיי געפינען זיך אצינד, און זייט דערמיט מקרב אידישע קינדער לאביהם שבשמים.

איך ווייס וואס דאס מיינט, ארויסצונעמען א משפחה פון לב-טהור, און איך פארשטיי מיט וויפיל הוצאות דאס איז פארבינדן.

העלפט מיר דעריבער אין די הייליגע מיסיע, לייגט אונטער א פלייצע, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. העלפט מיר צו העלפן אנדערע אידן, למען חיזוק התורה והיהדות האמיתית.

אין דעם זכות וועט אייך דער אויבערשטער בענטשן, אז עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, אך טוב וחסד ירדפכם כל ימי חייכם, אז איר זאלט האבן פון אלעמען גוטן, בני חיי ומזוני. דער זכות המצוה וועט אייך קעגנקומען להתברך בכל מילי דמיטב, אמן.

יואל העלבראנץ - Mission | Dryve
 
יואל מארקוס א חסידישע יונגערמאן וואס איז ארויס פון דארט אפאר יאר צוריק - ער האט פארציילט זיין מעשה אויף א פאדקעסט אויף א בליק וועבסייט ווי מ'האט עם געצווינגען צו געבן א גט און עם געשיקט אין גלות וכו' שרייבט אויף זיין לינק:

ברידער ברידער, איך בין דער מענטש וואס קען רעדן, איך בין דער מענטש, דער אוד מוצל מאש. איך קען אייך זאגן מער פון יעדן איינעם.

איך בין געווען דארט, אויפגעצויגן געווארן אויף דעם ארט, און איך בין שוין ארויסגעגאנגען פון דארט. איך קען דעריבער רעדן און זאגן.

ווער נאך אזוי גוט ווי מיר ווייסט, וואס דאס מיינט זיך צו געפינען אין לב-טהור, ווער נאך אזוי ווי מיר קענען מבחין זיין בין טוב לרע, בין קודש לחול ובין ישראל לעמים.

איך ווייס וואס דאס מיינט צו זיין א קינד אין לב-טהור, און איך פארשטיי וואס דאס מיינט ארויסצונעמען מענטשן פון לב-טהור.

אצינד שטיי איך אינעם זעלבן מצב, בשעת וואס מיינע קינדער דארפן ארויסקריכן פון דעם ארט.

איך געפין זיך שוין אין גואטאמאלא א שטיק צייט, מיט די מטרה ארויסצונעמען מיינע לעכטיגע קינדער פון דעם פלאץ. דערווייל קען איך נישט ארבעטן געהעריג און איך קען נישט אהיימברענגען קיין געלט, דאס קאסט מיר אפ תהומות מיט געלט פאר לויערס און אנדערע הוצאות.

ווען עס וועט קומען דער ריכטיגער מינוט, וואס מיינע קינדער וועלן ארויסגיין פון דארט אין א מזל'דיגע שעה, און איך וועל זיי ברענגען צו וואוינען אינאיינעם מיט מיר, וויפיל כוחות, צייט און געלט וועט דאס אפקאסטן? – אוי, באשעפער.

ווי אזוי וועל איך זיך בכלל קענען אן עצה געבן אן אייער הילף?

טראכט אריין א מינוט וואס דאס מיינט:

עס פעלט אויס אלפים ורבבות פאר טעראפי, קליידונג פון קאפ ביז פיס, טראנספארטאציע, א פלאץ וואו צו וואוינען ועוד הרבה. דאס איז אויסער די פילע קאסטן פון לויערס און לעגאלע הוצאות וואס עס קאסט מיר שוין אפ.

איך בעט דעריבער יעדער איינער; הערט צו מיין געשריי און די געשריי פון אלע לב-טהור קינדער. העלפט זיי זיך צוריק צו פאראייניגן מיט זייערע עלטערן, אינדרויסן פון לב-טהור, אז זיי זאלן קענען נתגדל ווערן אלס ערליכע נארמאלע אידן, ככל בית ישראל.

אין דעם זכות, וועט אייך דער אויבערשטער צוריקצאלן מיט פיל נחת פון אייערע קינדער, אז איר זאלט זיי קענען מחנך זיין גרינגערהייט בלי שום צער ועגמת-נפש, לתורה ולמעשים טובים, אמן.

Yoel Markus - Mission | Dryve
 
ר' יואל מארקוס דערציילט וואס ער איז אריבער:

ע"פ בקשת הרבים לייגן מיר איבער די ווידעא: ר' יואל מארקוס פארציילט זיין דראמאטישע לעבנס געשיכטע אין לב טהור
 
ארטיקל איבער לב טהור מיט אפאר דאקומענטן
PDF
Screenshot_2025-03-03-12-27-04-683.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top