אבינועם
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 2, 2024
- מעסעדזשעס
- 22
- רעאקציע ראטע
- 106
- פונקטן
- 33
שוין ... כ'האב שוין געשריבען א מאדנע קעפל ... גיי ווייס פארוואס ... די סיבה איז אז כ'שרייב און די וועלט אריין ... ווייל כ'ווייס נישט פונקליך וואס איך וויל שרייבען אדער פארוואס ...
ס'באדערט מיר עפעס ... לאמיר זעהן וואס ... , יא כ'האב געליינט א בוך פון די אלטע היים און אייראפע פארען חורבן , רבונו דעלמא כולי ... אזוי פיהל רייסערייען איינער מיטען צווייטען ... פון ווי נעמט מען כוח זיך אזוי פיהל ארום צירייסען ???
רבי'ס מיט רבי'ס ... רבנים מיט רבנים .. חסידים מיט מתנגדים .. אוטורדאקסען מיט ציונים ... אוטורדאקסען מיט משכילים .. יעדער שווערט זיך אז די צווייטער איז א סכנה פאר כלל ישראל און די אונטערגאנג פון ציוויליזאציע ... און איך שטיי און ווינדער זיך , וואס גייט דא פאר ?? פארוואס פיהרען זיי זיך אויף אזוי ציפידעלט ?? אויף זיי דארפען מיר ארויפקוקען ??
אבער מיר דארפען ארויפקוקען אויף עפעס ! סאו וואס טוט מען דא ?
ביי די חסידים און בכלל אוטורדאקסען גייט עס אז מען פארציילט נאר א האלבע מעשה .. נאר די גיטע זייט ... מען בויעט אויף א פאלטשע היסטאריע .. און דאס איז נאך די ערגסטע .. בפרט ביי חסידים ... ווען צוויי רבי'ס הרגענען זיך איינער דעם צווייטען פאר אביסל כבוד , ווערט עס העכערע זאכען ... כ'האב געזעהן דעי שבת א חידוש פון ר' נחמן פון ברעסלב ... אז טאמער א מענטש זעהט מחלוקת צווישען צדיקים דאס איז אלץ וועגען זיין פגם הברית ... פארדעם זעהט ער מחלוקת ... אזא מין משוגעת האב איך נאכנישט געזעהן ... דאס איז די שיט וואס מען פארקויפט אונז ...
וזה לשונו ה"קדוש" :
"כל מצותא ומריבה שיש בין הצדיקים השלמים, אין זה אלא כדי שיגרשו סטרין אחרנין, וזה פרוש (משלי ט"ו): "אזן שמעת תוכחת חיים בקרב חכמים תלין" - לשון תלונה ומריבה (ועיין זוהר חדש ס' ויצא וילן שם כד"א וילונו העם). כשאתה שומע מריבות שבין הצדיקים תדע, שזה משמיעין אותך תוכחה, על שפגמת בטפי מחך, שעל זה נאמר (משלי ב): "כל באיה לא ישובון, ולא ישיגו ארחות חיים", שאתה דבוק בסטרא דמותא, בחינת חמץ, בחינת ירד גבריאל וכו' "
פארשטייסט א מעשה ... די זעלבס געקרוינטע "צדיקים" רייסען זיך ארום פאר כבוד און געלט און סתם פאר שוואיל טאג ... און כדי די המון עם זאל ווייטער גלייבען זאגט מען זיין אז ס'גאר זייער שולד ... וועגען זרע לבטלה ... ס'איז פשוט אומגלויבליך וואס די "צדיקים" האבען געטוהן פאר כלל ישראל . זיי זענען די נידריגסטע פון די מענטשהייט , נישט גענוג וואס זיי זענען מרבה מחלוקת ביי אידען טאג און נאכט ! ווארפען זיי גאר ארויף די שולד אויף כלל ישראל !! און וואגען זיך גאר זיך אריינצימישען ביי יענעם און די אינטערהויזען ...
ס'נישט נאר ר' נחמן ... ס'איז די זעלבע געים וואס אסאך "צדיקים" שפילען . זיי לעבען אויפען חשבון פון כלל ישראל . שלאגען זיך ארום טאג און נאכט. און די בעסטע וואס זיי האבען ליב איז צו זיך אריין מישען ביי יענעם און די אינטערהויזען ! , די בעסטע וועג צו מאכען חסידים וואס האבען מורא צו טראכטען און גלייבען יעדע משוגעס פון די קראנקע "צדיקים" איז צו מאכען יענעם שפירעם גילטי 24/7 און די בעסטע וועג עס צו טוהן און צו רעדען אדער מרמז זיין א גאנצע צייט אויף "קדושת הברית" .
ס'איז אזא אומדערהערטע חוצפה ! ווער מיינען זיי זיי זענען .. ווער געבט זיי די רעכט צו זיך אזוי אינטימיש אריינמישען ביי אנדערע . ס'איז לא יאומן !!
די "צדיקים" טראכטען א גאנצען טאג פון יענעם'ס אינטערהויזען ... חוץ ווען זיי זענען ביזי טראכטען וויזוי צו זיך ארום רייסען מיט די ברודער .. רבונו דעלמא כולי . וויזוי האבען זיך אידען געלאזט פארנארען פון דעי פאריקטע "צדיקים" וואס האט פאסירט מיט די "עם חכם ונבון" ?? כ'קען עס נישט פארשטיין .
עניוועי. איי וואס האט עס מיט לחיים אויף מילך ? כ'ווייס נישט .. דעי קעפל איז מיט איינגעפאלען און ס'איז פרידאם אףף ספיטש ..
שוין .. סארי פארן שרייבען אזוי שארף... דאס איז ארויס געקומען פונעם פעדער . און כ'טאר עס נישט אויסמעקען ווייל ס'קען זיין א שאלה פון כובש נביאתו ... שוין . זאל זיין א גוטען חודש פאר אידישע קינדער !