ס׳איז געווען א פולמוס שוין צווישן רש״י ותלמידיו וועגן רש״י׳ס שטייגער פון פאראיינציגן לשון רבים׳ס, אפילו זיינע נאנסטע תלמידים האבן מיט אים חולק געווען אין דעם הינזיכט. נעם טאקע א דוגמא, פלגשם ביי אברהם, זאגט רש״י ווייל ס׳חסר מיינט עס אז ס׳געווען בלויז קטורה.
דער אייניקל פון רש״י שרייבט דאך (וישב) ישכילו
ויבינו אוהבי שכל … אין מקרא יוצא מידי פשוטו…
לא הורגלו בעומק פשוטו של מקרא…וגם רש״י אבי
אמי מאיר עיני הגולה … נתווכחתי עמו ולפניו,והודה
לי שאילו היה לו פנאי, היה צריך לעשות פירושים אחרים לפי הפשטות המתחדשים בכל יום ..
עכ״פ רש״י איז אפט אוועק פון פשט , מסתבר מיט
א דירעקט כוונה אריינצופלאנצן די דרשות חז״ל אלץ
פעקטשועל פשט , להלהיב לבבות בני ישראל,
אבער אזוי ווי דער רשב״ם איז מעיר אין מקרא יוצא
מידי פשוטו , דארף מען וויסען אז עס שטייט 318
חניכים מיינט עס 318 מענטשן אויך כפשוטו,
די גמרא אין נדרים זאגט אן אינטערעסאנטע דרוש
מפני מה נענש אברהם אבינו ונשתעבדו בניו במצרים רד״ו שנה,מפני שעשה אנגריא בתלמידי
חכמים שנאמר וירק את חניכיו , ( בני אדם שחנכן
לתורה ) די מימרא איז א וואונדערליך , נו וואס דען
האט ער גיזאלט טהון, ער האט דאך געטהון פאר
הצלת לוט, פון וועם עס קומט מלכות בית דויד
נאר קען זיין חדא קושיא מתורצת בירך חבירתה
ער האט גיקענט און גידארפט זיי אלע 318 נעמען און צבא און מלחמה האלטן,מיט די ארבע מלכים אבער אליעזר עבד אברהם, וואס ער איז גיוועהן דולה ומשקה תורת רבו,וואלט ער וועהן נישט גידארפט דרעפטן , האט עס גורם גיוועהן שיעבוד מצרים לבניו .
איז דער דרש פשט מיט פשט עולים בקנה אחד
כמין כפתור ופרח.