אלטערנאטיווע לייפסטייל

סוף כל סוף

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יאנ. 30, 2025
מעסעדזשעס
20
רעאקציע ראטע
45
פונקטן
23
מיר זענען צו געוואוינט פון אלס קליין קינד, אז דאס לעבן האט בלויז איין עוועניו: מען שטיפט דורך די בחורישע יארן, מען פרובירט נישט צו טון צופיל טראבל, כדי מען זאל קענען טרעפן א שידוך. מען האט חתונה, מען לערנט אין כולל פאר א פאר יאר, יעדער לויט וויפיל זיין שווער פארלאנגט (דערמאנט מיר אביסל פון לבן וואס האט געבעטן צו ארבעטן זיבן יאר פאר רחל). מען האט א פילטער אויפן טעלעפאן, און מען שטעלט זיך צו כדי די קינדער זאלן ווערן אנגענומען אין די מוסדות. מען שפילט שיינע איד כדי מען זאל קענען חתונה מאכן די קינדער, און אזוי ווייטער.

אויב מען זיפט עס דורך שטייטליך, קומט ארויס איין זאך: קינדער. פון ווען מען איז א בחור ביז מען מאכסט חתונה, טוסטו אלעס פאר דעם; פאר דעם פאלגסטו, ארבעטסטו, און בויסטו דיין גאנצע אידענטיטעט. וועגן דעם וועלן מענטשן אנקוקן איינער וואס האט נישט קיין קינדער ווי אן אבסאלוטער דורכפאל אויף דער וועלט. איי, אפשר האט ער א סאך א בעסער לעבן ווי דיר? ער האט געלט, שלום בית, חברים – עס איז אלעס גארנישט ווערט אויב ער האט נישט קיין קינדער. דאס איז ווייל די גאנצע גאול פון די ווידעא געם וואס הייסט לעבן ביי אונז איז האבן קינדער.

גראדע איז דא נאך איינס אונטער דעם וואס דאס איז געלט; עשירים זענען אונזערע סעלעבריטיס, העלדן, און וואס נישט. דאס איז די איינציגסטע זאך חוץ קינדער וואס טראגט א חשיבות. מען קען טאקע דן זיין וואס איז די גורם דערצו אז אונז האבן אזא מאגערע מעניו, משא"כ ביי די גוים האבן אסאך אנדערע זאכן ווי למשל פאטריאטיזם, ספארטס, האביס וכדומה. פון וואו קומט די האס צו יעדע סארט באשעפטיגונג אחוץ מאכן געלט און בעביס?

אן אייגענע טעאריע איז, אז עס קומט וויבאלד נאך די צווייטע וועלט מלחמה האבן אונזערע זיידעס אריין אין סורווייוועל מאד, און א יעדע אנדערע זאך האט מען אנגעקוקט מיט א קרום אויג, ווי כאילו "וואס איז דאס ליידיגגיין?". אן אויסנאם האט מען געמאכט פאר געלט וואס איז בעצם א טול פאר סורווייוועל, איז דאס געווארן אונזער ספארט.

על כל פנים וויל איך דא עפענען א שנירל וואו מען דיסקוסירט אנדערע סארטן לעבנסשטייגער וואס זענען נישט די נארמע פון קאריערע, מערידזש, הויז, קינדער.

איך וועל אנהייבן מיט די נאמאדן (nomads), וואס ווערן אויך אנגערופן די backpack community, אדער ווי מיר געדענקען פון די מעשה ביכלעך: וואנדערער. דאס זענען מענטשן וואס מאכן זייער ציל זיך ווי מער באקענען מיט די הערליכע וועלטל וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, און אלע סארטן מענטשן וואס וואוינען אין איר. זיי גלייבן אין די מימרה אז די וועלט איז ווי א בוך, און די וואס גייען נישט ארום אין איר זענען געבליבן שטעקן ביי איין בלאט. זיי גלייבן אז די בעסטע אינוועסטמענט איז צו מאכן ווי מער זכרונות ווי איידער זיך אנזאמלען מיט מאטעריאליסטישע חפצים.

מען גייט נישט ווי א טוריסט אין א רעזארט פאר צוויי וואכן, ליבערשט שרייבט מען זיך איין אין א ביליגע גאסט הויז און מען עקספיריענסד דאס פלאץ מיט אלע טשעלענדזשעס. א יעדע שוועריקייט אויפן וועג בויט דיר אויס. א טוריסט וועט זיך אפרעדן אז די ווי-פיי אין זיין האטעל איז נישט גענוג שנעל, משא"כ דער נאמאד ווען ער גייט אין מארק אן קענען די לאקאלע שפראך, זעט ער אין דעם א קלאס צימער אים עפעס אויסצולערנען ניי.

אין די וועלט פון נאמאדס גייט קיינעם נישט אן אויב אין דיין לעבן ביסטו א דאקטאר, באנקירער, ארעם אדער רייך. די אלע זאכן זענען בכלל נישט נוגע, עס טראגט נישט קיין שום חשיבות. עס קען גערעכט ווערן אנגערופן אלס די מערסט ארגינעלע מענטשן; נישטא פארוועם זיך צו געפעלן, א יעדער עקסעפּט דיר סייווי וויאזוי דו ביסט. אזוי ווי די חיות אנטוויקלען זיך מיט א בליץ שנעלקייט וויבאלד זיי האבן א גאר קורצע לעבנסשפאן, אזוי איז מיט חברים אין די נאמאד קאמיוניטי. עס נעמט נישט קיין פינף מינוט און אונז זענען בעסטע חברים, אבער נאך צוויי טעג געזעגנט מען זיך אויף אייביג, ניטאמאל טוישט מען אויף נאמבערס.

אין דעם שם הכולל גייען אריין אסאך סארט מענטשן:

* געוויסע ארבעטן ניין חדשים און מען פארט פאר די איבעריגע דריי.

* געוויסע ארבעטן רעמאוטלי.

* א חלק האבן הייזער וואס דינט אלס באזע.

* אסאך פארמאגן נישט מער ווי א רוקזאק.

* אסאך גייען די גאנצע צייט פון איין פלאץ צו דעם צווייטן.

* אנדערע סעטלען זיך פאר א חודש און דענאך גייט מען ווייטער.

גאר א גרויסע פראצענט גייען קיינמאל נישט צוריק וואוינען אין זייער געבורט פלאץ, נאכן פילן אז זיי זענען נישט די זעלבע ווי ווען זיי זענען געגאנגען, און אז זיי האבן שוין אויסגעוואקסן דאס פלאץ פון וואו זיי קומען. זיי קענען מער נישט לעבן אין א סוסייעטי וואו מען לעבט נאר אז יענער זאל דיר מחשיב זיין, אדער כדי ארויפצורוקן די נומערן אין די באנק.

וואס וואלסטו געזאגט, וואלסטו אונטערגענומען אזא לעבנסשטייגער? טראכט אריין, ווילסטו לעבן די קומענדיגע פינף יאר אז דו זאלסט קענען פארקן א שענערע קאר אין דיין דרייוועי, אדער אין א פאר יאר ארום ווילסטו האלטן נאכן באזוכן די אלפן בערג אין שווייץ, שווימען אין די מאלדיוון, זען רוים פון וואו אונזער ציוויליזאציע איז געבוירן מיט די אייגענע אויגן, אדער זען קינדער אין אפריקע וואס האבן גארנישט אויף דער וועלט אבער זענען מער צופרידן ווי רוב מענטשן וועם דו קענסט?
האלסטו נישט אז עס וועט טוישן דיין גאנצע בליק אויף לעבן? איז עס מעגליך אז אונז זענען געברעינוואשט וואס איז נארמאל? האבן אונז אפשר פארדרייט אונזערע פריאריטעטן?

געדענק: מען לעבט נאר איינמאל!!!

אזוי ווי עס איז מיין ערשטע מאל וואס איך שרייב, זענען קאמפלימענטן און קאנסטרוקטיווע קריטיק מער ווי וועלקאם. איך האב נאך א סאך צו שרייבן סיי איבער פארשידענע אנדערע לייפסטיילס, און איבער אסאך אנדערע נושאים. איך וויל נאר וויסן צי דער עולם איז אינטערעסירט. אויב דער ארטיקל האט דיר געמאכט טראכטן, ביטע קאמענטיר.
 
לעצט רעדאגירט:
זייער אינטערעסאנט אבער איז דאס אין ריעליטי?
פון ווי נעמט מען פרנסה? , און מען דארף דאך אן עזר כנגדו אויך וואס זאל וועלן מיטהאלטען, אויב איז מען סינגעל און מען לעבט ווי א נאמאד אליינס,האט מען דאך נישט מיט וועהם צו שעהרען די עקספיריענס ,
פון חבר׳שאפט וואס געדויערט צוויי טאג איז די עמאמציאנעלע קאואנעקשען נישט דעוועלאפט,און מען דארף קעער נעמען פון די קארנאלע געברויכען אויך אויף עפעס אן אופן, אבער עס איז א רעיון פאר פאנטאזיע .
 
געוויסע ארבעטן ניין חדשים אין מען פארט פאר די איבריגע דריי, געוויסע ארבעטן רעמאוטלי
BTW אזא לעבן קאסט פיל בליגער ווי אינזער לייפסטייל בנוגע א עזר כנגדו עס איז טאקע א סטראגעל אבער גאר אסאך אפילו פון "נארמאלע" מענטשן האבן היינט צוטאגס לאנג דיסטענס רילעטיאנשיפ אין עס איז בכלל נישט קיין פאנטאזיע עס איז דא טוזענטער מענטשן וואס לעבן אזוי איך וואלט רעקמאנדירט פאר יעדעם צו לעבן און אזא סביבה פאר די נעקסטע וואקאציע עס איז א מורידיגע עקספיריענס
 
דאס הייבט זיך שוין אן אביסל אריין כאפן,
קודם כל איז דא שלמי זייאנץ, משי קליין, אברהם שווארץ.
 
Wow. You have an amazing grasp on this lifestyle. Fortunately, due to my remote job, I'm able to live nomadic the last few years. I usually take only a backpack and travel months at a time, while covering a few
countries.

Your description of this life is very accurate. The part of figuring out a new culture and "learning" about it in a very real way. Once i think that i have got a good enough grasp on it, i usally move on to the next country. Regarding the friends part, people always tell
me, you probably have friends from all over. But to be honest, the best friends i made i don't even have their number. There is something about meeting someone and spending with them a few days that allows you to be more open and real without giving a shit on how they will look or think about you..​
 
Wow. You have an amazing grasp on this lifestyle. Fortunately, due to my remote job, I'm able to live nomadic the last few years. I usually take only a backpack and travel months at a time, while covering a few
countries.

Your description of this life is very accurate. The part of figuring out a new culture and "learning" about it in a very real way. Once i think that i have got a good enough grasp on it, i usally move on to the next country. Regarding the friends part, people always tell
me, you probably have friends from all over. But to be honest, the best friends i made i don't even have their number. There is something about meeting someone and spending with them a few days that allows you to be more open and real without giving a shit on how they will look or think about you..​
Oh wow that sounds so interesting. How long does it take for you to accumulate to the new surroundings? How long would you stay put in one location and if we may ask, are you single or in a partnership?
 
ס'איז זייער גוט צו טון אזעלכע זאכן ווען מ'קען

ס'קען זיין אסאך פאן

אבער איך וואלט עס נישט געקענט הענדלען

אלע טעקניקעלעטיס, זיך מסדר זיין ווי מ'גייט און וויאזוי מ'זאל פארן

און וואס מ'זאל עסן

איך ווער זייער שנעל סטרעסד אוט און איך קען עס נישט הענדלען

איך האב עס ווען איך פאר אויף וואקציע

די טרעוול איז העלל

די בעסטע האב איך ליב ווען איך גיי צו א פלאץ ווי אלעס איז צוגעשטעלט, און איך דארף גארנישט טון, ניטאמאל אנווארימען עסן

ווען איך זע די ווידאוס פון מענטשן וואס טרעוולען אסאך ווער איך זשעלעס, איך וויל עס אויך טון, ביז איך טראכט אריין די לאזשיסטיקס וואס ס'נעמט אריין און ס'פארגייט מיר די אפעטיט...
 
לעצט רעדאגירט:
Oh wow that sounds so interesting. How long does it take for you to accumulate to the new surroundings? How long would you stay put in one location and if we may ask, are you single or in a partnership?
סווענד זיך אויף ווי פרעמד די קולטור איז פאר מיר ביפאר. סא, אין איירופע און אין די מזרח התיכון, ווי איך האב פארברענגט אסאך צייט, געווענדליך איז אפאר טעג גענוג פאר מיר.

אבער אין די far east אדער דרום אמעריקע, דארף איך צווישען 1-3 וואכען פאר א יעדע לאנד.

כבין נישט אין קיין לאנג טערם ריעלעשנשיעפ דערווייל, אבער סווענד זיך אין די תקופה.
 
Back
Top