אלטע טאהשער פאליטיק

איך װעל לײגן דא װאס איך האב געשריבן @שמייכעל אין פרײװעט,
ר' מײלעך איז קײן נארישער קײנמאל נישט געװען. ער איז אלעמאל געװען א פרײנדליכער און א טשיללד פערזאן. אפי' װען ס'איז אהנגעגאנגען די רדיפות האט מען נישט עכט געקענט פּױנטן א פינגער אױף אים זעלבסט אז ער זאל עס האבן געאָרדערט כאטש ס'איז מסתבר אז ער האט געװיסט; ער האט דאך געמוזט אױף אַן אופן פראטעקטן זײן בעפארשטײענדע ירושה.
נאר דאס איז טאקע אינטרעסאנט װיאזױ תיכף װען ער איז ארײנגעקומען האט ער אפגעשטעלט אלע קריגערײען און זיך אנגעהױבן שײן לעבן מיט יעדעם. איך לכשעצמי קען אבער נישט רעדן פון דער תקופה װײל איך בין שױן דאן מער נישט דארט געװען.
נאר ס'לאזט זיך זאגן אז די סיבה פארװאס ער פירט זיך טאקע אזױ אױף איז װײל ער האט נישט אזױ װײט פרינציפן אין אידישקײט װי זײן טאטע אדער למשל ר' אברהם כץ פלעגט האבן (ער האט אמאל זיך געהאט אױסגעדרוקט, װער דארף א כולל? זאלן זײ אלע גײן ארבעטן) במילא קען ער פשרנען איבעראל. ער איז א פראגמאטישער מענטש. אױך האט ער נישט קײן פראבלעם געהאט זיך ארומצונעמען מיט כל מיני בעל עבירה פון אמאל װאס זאלן אבער קענען מיט די רײט סקיללס װאס זײ האבן זיך ערװארבן דורכאױס די יארן אים העלפן האלטן די לײצעס.
אײ מיען, בית רבינו, נומבער 9 , אין ר' משולם פײש'נס לעצטערע יארן,איז קײנמאל נישט אױסגערופן געװען פאר אירע הײליגע אָקוּפּאנטן, חוץ ר' משולם פײש. נפתלי לאנדאו, סאנדל (יואלי?), ראטמאן, די האמבורגערס, הערש מײלעך ארגל, יואלי טײטלבױם, הערש לײב האס, פינקי קלײן, אײזיק װײס, יוסף מאיר הערשקאװיטש, לײפער (מײלעך לײפער'ס זוהן), אליעזר בינער און נאך זענען געװען אדער שלעגער, אדער חזירים, אדער מחללי יו"ט ושבתות אדער סתם גרױסע לײדיגגײער און שװענץ. און א חלק פון זײ זענען געבליבן נעבן ר' מײלעך הײנט זיך מתחמם זײן לאורו. קען זײן זײ האבן זיך מוחל געװען די עבירות. חוץ די אינגעלײט, זײ זענען שױן יא געװען מער ערנסטער: מײלעך קלײן זל, ראובן מנחם שװארץ, מענדל װײס, חזקי בלעקמאן. בקיצור היה ימים.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז די צייטונג דער דורכפאל?
דער דורכפאל איז געװען א פאשקעװיל צײטונג װאס איז ארױסגעקומען פאר בערך אהאלבע יאר, זיך האט זיך אפגעגעבן בעיקר מיט'ן חוזק מאכן פון ראטמאן און די בני לוי און זיך אהננעמען פאר לאװען, די נײמאנס און די פרשנובסקיס װעלכע האבן גענומען לאװען'ס און די נײמאןס צד. עס איז געװען זײער אן אױסגעשפראכענע צײטונג און האט גאר שטארק פארשעמט און באשמוצט ראטמאן און ר' מײלעך'ס מענטשן.

פאר רוב צײט אירע האט מען נישט געװיסט װער ס'געבט עס ארױס, װער ס'שרײבט עס און דאס גלײכן. מ'האט באשולדיגט אומשולדיגע. ביז די שמועה איז געװארן אז ס'קומט ארױס דורך א גרופע אלטע בחורים װאס האבן זיך פאר יארן געדרײט אין טאהש, בעיקר ארײן און ארױס פון נחמי כהנא'ס צימער אין די שוהל (נומבער 2). נחמי כהנא, א זוהן פון ר' יוסף ירחמיאל כהנא, טאהשער רבי'ס אײדעם, פלעגט האבן א צימער מיט א קאמפיוטער אין די גרױסע װײסע ישיבה בילדינג (נומ 2) און בײ אים פלעגן זיך דרײען כל מיני אורחי פורחי און כאראקטערן.

די חבורה איז באשטאנען, װי כ'האב אױבן געזאגט, יואל פרד"מ א ברודער פון דער ת"ח שמואל אליעזר פרד"מ ( א אײדעם בײם מגי"ש מײלעך טירנױער), יואלי בלום ( א ברודער פון מרדכי לײפער'ס אײּדעם) און משה לײפער, א נדבורנה אײניקל און א פורים רב 2 מאל. אלע דרײ פיפיגע חברה. לײפער האט פון פריער געלערנט אין טאהשער ישיבה אבער האט זיך פארעלטערט. ס'זענען געװען צײטן נאך בחורים אדער גרושים װאס האבן זיך געחברט מיט זײ , ארײן און ארױס, אבער די צװײ, פרד"מ מיט בלום, צוזאמען מיט א בחור מושי קרױס א זוהן פון דעם ישיבה גדולה מנהל נחמי' קרױס, האט מען געזאגט געבן ארױס דעם דורכפאל.
קרױס האט געװאוינט אין טאהש אבער איז שױן אױך אביסל עלטער געװען און פלעגט זיך חברן מיט דער קרוּ. לײפער, כאטש ער איז געװען א חלק פון דער קרו (חײם ברוך לײפער - רילעיטעד - דאכצעך מיר האט אױך געהאט א זוהן װאס האט זיך געחברט מיט זײ און דער אױבן-דערמאנטער מײלעך לײפער האט אױך געהאט א זוהן אין דער חברײא), מײן איך ער האט קײן שײכות נישט געהאט מיט דער דורכפאל אבער לכאו' האט געװיסט.

איך װײס נישט ביז הײנט אױב ס'איז געפראװט געװארן ביאנד ריזנעבל דאובט אז זײ האבן עס ארױסגעגעבן אבער אזױ געדענק איך דעמאלס און אז מ'האט זײ פארשיקט פון שטעטל (חוץ קרױס און לײפער. קרױס איז שפעטער געװארן אן אײדעם בײ יוסל װאלדמאן פון קרית יואל און האט פאר יארן געארבעט פאר זלמן װידער - קען זײן ער ארבעט נאך הײנט, הער איך נישט קול מבשר מער - ער איז געװען דער אדעװערטײזמענט קול אױף קול מבשר. דאכצעך ער איז אױך אינװאלװד אין די אידישע מיוזיק ביזנעס. נאך אין טאהש פלעגט ער שפיהלן קיבאורד בײ איװענטס אדער מלוה מלכהס. די גאנצע משפחה דארטן זענען זײער טאלאנטירט אײן װעג אדער אנדערס. שפילן פידל און נאך.
 
וואלט געווען אינטערעסאנט צו ליינען
ווער קען אהערברענגען?
 
מיר דארפן אנקוקן מיילעך לאווי דער היינטיגער טאהשער רבי, ווי דער זאלי, ר' זלמן לייב טייטלבוים, וויבאלד ער האט געהאט אן עלטערן ברודער מרדכי, וואס איז אוועק פלוצלינג, אבער ווי אהרן אין סאטמאר, האבן די חסידים געהאלטן די בכור פאר די קומענדיגע רבי, ווייל ער איז אויך געווען פיל פרומער און געלערנט מער פון אינגערן ברודער. איז ער פארעכנט געווען אלץ יורש פון די רעביסטעווע.
ס'איז דא א גרױסע חילוק פון ר' אהרן צו ר' מרדכי זל, טאהשער רעבינס בכור. ר' מרדכי זאל ער רוען אין ליכטיגן גן-עדן, װי װײט איך געדענק האט נישט געקענט לערנען. אױך האט ער נישט געהאט מידות גרױסע. ס"ה, אװעקגעטײלט דאס געלט און עסן פון זײן טאטע פאר אנדערע. דאס אפשר. א חבר האט מיר געזאגט ער האט אמאל געהערט מרדכי שרײען אױף א נודניק װאס האט געהאלטן אין אײן קומען פעיגערן צום רעבין אינדערהײם פאר צדקה אדער װײסעך-װאס. האט ער יענעם אנגעשריגן: אױבן קומסטו אהער נאך אײנמאל װעל איך מאכן (צואה) אין דײן מױל. און זײן זוהן הירצקא זאגט מען איז א קאפי פון אים. ער האט אן אנדער זוהן חזקלע, ער אזױ װי זײן פעטער מײלעך, איז אלע יארן, חוץ מאכן א באנטש קינדער, אױך אינטרעסירט געװען און געטוהן אדער פרובירט צו טוהן אין ביזנעס. פאר א לאנגע צײט, נאכדעם װאס ער האט אײנגעזעהן רבי װעט ער שױן נישט װערן, האט ער זיך געמופט און געװאוינט אין ארץ ישראל. אבער שפעטער װען ר' מײלעך איז רבי געװארן האט ער זיך דוכט זיך צוריקגעצױגן צו טאהש אדער װײל ר' מײלעך האט אים צוריקגערופן אדער צוליב זײנע אײגענע חשבונות. װײסעך נישט.
 
ווי איך פארשטיי האט ר' מרדכי געכאפט די הארץ אטאקע ערשט נאכדעם וואס מ'האט אים אנגעהויבן צו באזייטיגן
איז דאס וואור
 
איך האב קײנמאל נישט געהערט פון דעם. אבער קען זײן, כ'װײס נישט.
 
דאס איז זיכער אז ר' אברהם כץ האט געמוזט גײן װײל ער האט טאקע אײביג געהאט ראביסטעװע טרױמען. זײן בעסטע זאך איז געװען לערנען מיט תלמידים און אז זײ זאלן אים פאררעכענען רבי. ס'איז געװען אדער ער אדער מײלעך.
 
ווי איך פארשטיי האט ר' מרדכי געכאפט די הארץ אטאקע ערשט נאכדעם וואס מ'האט אים אנגעהויבן צו באזייטיגן
איז דאס וואור
איך געדענק אים אלס נישט געזונטער. ער איז געװען איבערװאגיק, ער האט געהיסט שלײם כסדר. שװער געאטמעט. ס'איז געװען א שאק אבער פארשטענדליך.
 
. קרױס איז שפעטער געװארן אן אײדעם בײ יוסל װאלדמאן פון קרית יואל און האט פאר יארן געארבעט פאר זלמן װידער - קען זײן ער ארבעט נאך הײנט, הער איך נישט קול מבשר מער - ער איז געװען דער אדעװערטײזמענט קול אױף קול מבשר. דאכצעך ער איז אױך אינװאלװד אין די אידישע מיוזיק ביזנעס. נאך אין טאהש פלעגט ער שפיהלן קיבאורד בײ איװענטס אדער מלוה מלכהס. די גאנצע משפחה דארטן זענען זײער טאלאנטירט אײן װעג אדער אנדערס. שפילן פידל און נאך.
ער איז אידיש נחת קינדער קווייער
 
און זײן זוהן הירצקא זאגט מען איז א קאפי פון אים. .
איך קען נישט צוגלייכן הירצקא צו זיין טאטע, אבער הירצקא איז א וואויל קינד
בכלל נישט עהנליך צו וויאזוי די לייגסט אראפ זיין טאטע ע"ה
 
קען זײן ביסט גערעכט. איך בין נישט גענוג אלט צו האבן געקענט זײן טאטע גוט אבער הערצקא געדענק איך יא גוט. ער איז אױך גוט געפיעטשקעט געװען און א מיאוס מױל געהאט. כ'װײס נישט װאס דו מײנסט װאױל. הערשל פיש װאלט איך געזאגט איז װאױל (הגם ער איז אױך אלעמאל ארומגענומען געװען מיט חזירים. אזױ װײט אז ס'האט זיך מיר פארגעשטעלט אז ר' משולם פײש אין זײנע אינגערע יארן איז מסתמא אױך ארומגענומען געװען מיט מנובלים. אלע גארבעטש װאס סאטמאר האט ארױסגעװרפן. דערפאר איז ער אין זײנע תורות אזױ אבסעסט מיט קדושה ענינים). אדער בעריש טירנױער װאלט איך געזאגט איז װאױל. נחמן שמואל הערשקאװיטש איז װאױל.
ס'קען זײן הירצקא האט געגליכן צו טוהן חסד מיט אנדערע. ס'איז נישט אױסגעשלאסן. זײן מאמע, ר' מרדכי'ס אלמנה, האט געקאכט און געבאקט יארן לאנג פאר װער ס'איז נאר הונגעריג געװען, בײם רעבין אינדערהײם. סאו ער האט אין װעמען ארײנצוראטן. אבער נעקסטײם װען דו זאגסט װאױל, זײ דיך ביטע מסביר. אין אנדערע װערטער, צוזײן רבי װאלט ער נישט ראױ געװען, אױב קוקט מען װי אזױ ער האט זיך געפירט אלס בחור. אגב, הערצקע איז שפעטערע יארן א לאנגע צײט אפװעזנד געװען פון טאהש, אױב איך געדענק גוט.
 
כ'האב בכלל נישט געמיינט די זעלבע מין וואויל
כ'האב געמיינט מער ווי וואויל קינד - אזויווי כ'האב געשריבן
טשעפעט נישט קיינעם, גיבט גאנץ ווייניג צו צו די וועלט
א שטיקל NPC
 
איש בשורה אנוכי, דיר צו זאגן, אז אמת, די 2 ניימאן ברודער, די מעכטיגע מוישע גאבעס אין טאהש, האבן געהאט א שלעכטער סוף, פאר'ן זיך שלאגן מיט די פרומע קודם און דעם היינטיגן רבי'ן נאכדעם - אבער זייערע קינדער זענען היינט גאר שיינע עשירים וואס זענען זייער שיין מצליח אין פארשידענע ביזנעסער וואס זיי האבן צוריק געעפענט ווי זייערע עלטערן ווי פעינט פלארס וכדו'. זיי ברענגן דאס אריין פון קאנאדע צו אלע קאנסטראשען סייטס אלל אווער אמעריקע. עס איז בומינג; כ'ווייס נישט ווי אזוי די טאריפס האט זיי איצט אפעקטירט, אבער יעדער ליידט דאך איצט פון טאריפס, נישט נאר זיי.
כ'װײס נישט אױב זײ האבן געהאט א סוף צוליב'ן זיך שלאגן מיט די פרומע און מיט מײלעך. איך בין נישט אין הימל און כ'פארשטײ נישט גענױ װי אזױ די זאכן ארבעטן. אבער ס'איז נאטורליך אז אײנמאל מ'האט זײ ארױסגעװארפן און זײ האבן מער נישט געקענט שנארן פאר טאהש און נעמען א פראצענט, האבן זײ פארלױרן זײער עיקר מקור הפרנסה. בײ דעט טײם מײן איך האב זײ שױן געהאט געמופט זײערע קאמפאניס צו טשײנע; אזױ האט מען דעמאלס געשמועסט. און בכלל, איך בין נישט זיכער זײ זענען געװען ספעשל גוטע ביזנעסלײט. ס'איז דאס שנארן פאר טאהש װאס האט זײ רײך געמאכט. אזױ האט מען פארצײלט.
ס'איז אינטרעסאנט װאס דו פארצײלסט מיר בנוגע זײערע קינדער הײנט אז זײ זענען ממשיך די ביזנעסער. האלט איך נישט מיט. אגב, כ'געדענק די נײמאנס האבן געהאט אױך א דזשינס ביזנעס.
אבער אײנער, אביגדור װײנבערגער װאס מען האט אױבן דערמאנט, װײס איך האט הײנט א קאמפאני פון סענטראל ערקאנדישנס װאס ער אינסטאלירט פאר מענטשן אינדערהײם. בקיצור א עכטער בלױע קאלנער ארבעטס אינגערמאן.
 
כ'האב בכלל נישט געמיינט די זעלבע מין וואויל
כ'האב געמיינט מער ווי וואויל קינד - אזויווי כ'האב געשריבן
טשעפעט נישט קיינעם, גיבט גאנץ ווייניג צו צו די וועלט
א שטיקל NPC
אה איך פארשטײ. אקעי.
 
כ'װײס נישט אױב זײ האבן געהאט א סוף צוליב'ן זיך שלאגן מיט די פרומע און מיט מײלעך. איך בין נישט אין הימל און כ'פארשטײ נישט גענױ װי אזױ די זאכן ארבעטן. אבער ס'איז נאטורליך אז אײנמאל מ'האט זײ ארױסגעװארפן און זײ האבן מער נישט געקענט שנארן פאר טאהש און נעמען א פראצענט, האבן זײ פארלױרן זײער עיקר מקור הפרנסה. בײ דעט טײם מײן איך האב זײ שױן געהאט געמופט זײערע קאמפאניס צו טשײנע; אזױ האט מען דעמאלס געשמועסט. און בכלל, איך בין נישט זיכער זײ זענען געװען ספעשל גוטע ביזנעסלײט. ס'איז דאס שנארן פאר טאהש װאס האט זײ רײך געמאכט. אזױ האט מען פארצײלט.
ס'איז אינטרעסאנט װאס דו פארצײלסט מיר בנוגע זײערע קינדער הײנט אז זײ זענען ממשיך די ביזנעסער. האלט איך נישט מיט. אגב, כ'געדענק די נײמאנס האבן געהאט אױך א דזשינס ביזנעס.
אבער אײנער, אביגדור װײנבערגער װאס מען האט אױבן דערמאנט, װײס איך האט הײנט א קאמפאני פון סענטראל ערקאנדישנס װאס ער אינסטאלירט פאר מענטשן אינדערהײם. בקיצור א עכטער בלױע קאלנער ארבעטס אינגערמאן.
זייער מקור הפרנסה איז נישט געווען שנארן פאר טאהש זיי האבן שוין געהאט געלט סך פארדעם פון די פעינט קאמפעני,
אויב די געדענקסט האט זיי לאווען אריינגעשלעפט אין די קהילה ווען ער האט געסטראשעט אז ער גיבט אויף ווייל ער קען נישט מער שלעפן די חובות, און נאכדעם איז ער געגאנגען צו די רבי בעטן ער זאל בעטן שלום מיט עמרם זיי זאלן אריינקומען,
שלום האט קיינמאל נישט פארלוירן זיין געלט ער האט זיך צוטיילט מיט עמרם, די סחורה איז געגאנגען פאר עמרם און די פעינט פאר שלום, עמרם האט אנגעזעצט די ביזנעס שלום האט געהאט פרנסה ביז זיין לעצטע טאג, און זיינע קינדער זענען נאך היינט שיינע נגידים,
אגב וואס איינער האט געשריבן אז מען האט צוזאמגענומען געלט פאר עמרם ווען ער האט חתונה געמאכט די קינדער איז סתם שטותים ער האט שוין געענדיגט חתונה מאכן זיינע קינדער פאר די גאנצע מחלוקת
 
ס'איז דא א גרױסע חילוק פון ר' אהרן צו ר' מרדכי זל, טאהשער רעבינס בכור. ר' מרדכי זאל ער רוען אין ליכטיגן גן-עדן, װי װײט איך געדענק האט נישט געקענט לערנען. אױך האט ער נישט געהאט מידות גרױסע. ס"ה, אװעקגעטײלט דאס געלט און עסן פון זײן טאטע פאר אנדערע. דאס אפשר. א חבר האט מיר געזאגט ער האט אמאל געהערט מרדכי שרײען אױף א נודניק װאס האט געהאלטן אין אײן קומען פעיגערן צום רעבין אינדערהײם פאר צדקה אדער װײסעך-װאס. האט ער יענעם אנגעשריגן: אױבן קומסטו אהער נאך אײנמאל װעל איך מאכן (צואה) אין דײן מױל. און זײן זוהן הירצקא זאגט מען איז א קאפי פון אים. ער האט אן אנדער זוהן חזקלע, ער אזױ װי זײן פעטער מײלעך, איז אלע יארן, חוץ מאכן א באנטש קינדער, אױך אינטרעסירט געװען און געטוהן אדער פרובירט צו טוהן אין ביזנעס. פאר א לאנגע צײט, נאכדעם װאס ער האט אײנגעזעהן רבי װעט ער שױן נישט װערן, האט ער זיך געמופט און געװאוינט אין ארץ ישראל. אבער שפעטער װען ר' מײלעך איז רבי געװארן האט ער זיך דוכט זיך צוריקגעצױגן צו טאהש אדער װײל ר' מײלעך האט אים צוריקגערופן אדער צוליב זײנע אײגענע חשבונות. װײסעך נישט.
קיינער האט קיינמאל נישט געחלומ'ט אז ר' מרדכי גייט זיין רבי
די אמת איז אז פאר מען האט מכתיר געווען מיילעך פאר רב האט אויכעט קיינער נישט געחלומ'ט אז ער וועט אמאל ווערן רבי
אבער ר' מרדכי וואלט נישט געווארן רבי אפילו ער וואלט נאך געלעבט
אגב איך האלט נישט אז עס אויסגעהאלטן צו בארעדן מענטשן וואס לעבן וואס האבן קיינמאל נישט געמעשט קיין טאפ און פאליטיק אדער סיי וועלכע אנדערע פאבליק זאכן, ס"ה ווייל זייער זיידע איז געווען א רבי ?
איך קען חזקי און הערצקא צוויי פיינע מענטשן וואס לעבן זייער פריוואטע לעבן און זענען נישט שוואכער אין מידות אדער אידישקייט ווי ניינציג פראצענט עוורעדזש בעל הבתים
 
װידעאו 1 װײס איך נישט די מעשה.
װידעאו 2 אױך נישט.
װידעאו 3 געדענק איך. דוכט זיך ס'איז געװען אין יאר 2002 אדער יענע געגנט. ס'איז נישט אזױ פשוט געװען. דער אינגערמאן מיט די ארענדזשע בארד איז א פריעדמאן. ער האט געהאט לכה"פ נאך 2 ברודער אין שטעטל אײן צײט אדער אנדערס. אײנס שמואל אליעזר פרד"מ און דער אנדערער, אן עלטערע בחור יואלי. דוכט זיך זײ זענען קאשויע פריעדמאנס. עפעס אזױ.
זיינע ברידער האבן געלערנט אין ישיבה דארט
ס'איז דעמאלס געװען די איבערגאנג צװישן די נײמאנס מיט ישראל בנימין לאָװען, און די בני-לוי, בעיסיקלי ר' מײלעך לעװי, ראטמאן, יעקב שמשון האס און דער אלטער הערש לײב װײנבערגער אײדעמער.

פיהלע אידן זענען ביז דאן געזעצן אױף קעסט אױף די ישיבה'ס קאסע, אין בילידינגס װאס געהערן צו די ישיבה. ישיבה = די װאס זענען די אדמינעסטרעיטארס פון די ישיבה און די קריה'ס קאַסעס. ביז דאן לאװען און די נײמאנס און יעצט די נײע בני-לוי װי מ'האט זײ גערופן. לוי אלס טאהשער רבי'ס לעצטע נאמען לעװי.
ד.ה. זײ האבן נישט געצאלט רענט אבער היות זײ האבן געהײסן 'כלי קודש' האט עס געהײסן זײ זענען פטור צו באצאלן (איך געדענק אורי אײזענצװײג איז געװען נאך אײנער װאס איז ארײן אין ענליכע פראבלעמען װי דער פרד"מ).
געווען 2 מערכות,
בעסיקלי מען קען עס נישט אנרופן קעסט אויף די מוסדות אויב עפעס פארקערט די מוסדות לעבן קעסט אויף די איינוואוינער,
די יארן וואס מען האט געבויעט יענע בנינים איז געווען א רעגירונג פראגראם אז א קארפערעישן קען בויען הייזער פאר נידריגע פארדינער און די רעגירונג באצאלט ביז %75 פון די רענט אבער די קארפערעישן טאר נישט מאכן קיין געלט דאס מיינט אז זיי מעגן נאר בעטן וויפיל די הוצאות זענען צעטיילט גלייך צווישן די איינוווינער,
יעדער פארשטייט אז טרעפן עקספענסעס אויפן פאפיר איז פון די גרינגע זאכן און אזוי זענען די הייזער א גאלד גרוב פאר די קהילה אפילו א גרויס חלק איינוואוינער צאלן נישט גארנישט
אבער היות די פרד"מ משפחה האט זיך געשלאגן מיט די נײע פריערשאפט, די בני-לוי, אין פארטיקולאר, האט דער בעל הסיפור דא, דער מיט די ארענדזשע בארד, כ'געדענק נישט זײן נאמען, גערעדט ברבים אנטקעגן די נײע הנהלה, אהנע פחד. האבן זײ דערפאר מחליט געװען אים צו צװינגען צו צאלן רענט אדער ארױסװארפן.
ער הייסט אנטשיל פרידמאן
מען האט אים נישט געגעבן די אפציע צו צאלן רענט מען האט אים געזאגט גיי און טאקע דערפאר האט ער למעשה געווינען די קאורט און ער האט דארט געוואוינט ביז לעצטנס ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי
איך מײן אז דער הױז דא איז געװען א הױז װאס איז פריער געװען באװױנט פון אײנעם פון ר' אברהם כ"ץנס פאלױערס װאס האט אקארשט אװעקגעמופט און װי דער סדר איז געװען האט דער פריערדיגער טענענט, א רעכט צו איבערגעבן צו װעם ער איז מחליט - עפעס אזױ.
די מעשה פון איבערגעבן דירות איז געווען מיט אורי אייזענצווייג און יאקאב אנטשיל פרידמאן האט שוין געוואוינט דארט פון לאווענס צייטן,
אים האבן זיי גענומען אין ד"ת און געטענה'ט אז מען קען נישט איבערגעבן עס דארף גיין מסודרדיג מיט א וועיטינג ליסט, ער האט גע'טענה'ט אז ביז יעצט איז עס געגאנגן אזוי האבן זיי געזאגט טאקע אבער מען שטעלט עס יעצט אפ האט ער געברענגט אנדערע מענטשן וואס האבן אפילו נאך אים איבערגענומען און ער האט געווינען די ד"ת
דער ארענדזשע בארד האט קודם געװױנט אין א בעיסמענט אונטער שלום אדער עמרם נײמאנ'ס אײדעם, געדענק איך אױך נישט זײן נאמען. בני לוי האט גערופן פאליצײ; א גרױסע עולם, הױפטזעכליך געװעזענע ר' אברהם כ"ץנס מענטשן, װי חײם יוסף גוטליב און אנדערע, האבן זיך דא פארזאמלט צו פראטעסטירן, זאגן תהלים און פרובירן זיך טענהן מיט פאליצײ אױף געזעצליכע גראונדס. בקיצור ס'איז געװען יו"ט אינדערװאכן.

יואלי פרד"מ, זײן אינגערע ברודער און אלטע בחור װעט שפעטער אָנגײן צו שרײבן און דרוקן דער צײטונג 'די דורכפאל' (צוזאמען מיט אײנער יואלי בלום און משה קרױס, א זוהן פון נחמי' קרױס די מנהל פון ישיבה און שפעטער אײדעם פון יוסל װאלדמאן פון קר"י) װאס איר גאנצע ציהל איז געװען צו באשמוצן די בני לוי ובראשם משה ראטמאן.
 
ווען האט מען אים מכתיר געווען?
נאך בחייו פון ר' מרדכי?
ניין עס האט נישט געפאסט צו טוען בחייו
עס איז געווען אנפאנג פון ד ס יארן,
אגב עס איז געווען שבת זכור מען האט אויסגערופן אז ער איז רב אויף די גאנצע וועלט, די לצים האבן זיך מחי' געווען מיטן פורים רב ...
 
Back
Top