זיינע ברידער האבן געלערנט אין ישיבה דארט
געווען 2 מערכות,
בעסיקלי מען קען עס נישט אנרופן קעסט אויף די מוסדות אויב עפעס פארקערט די מוסדות לעבן קעסט אויף די איינוואוינער,
די יארן וואס מען האט געבויעט יענע בנינים איז געווען א רעגירונג פראגראם אז א קארפערעישן קען בויען הייזער פאר נידריגע פארדינער און די רעגירונג באצאלט ביז %75 פון די רענט אבער די קארפערעישן טאר נישט מאכן קיין געלט דאס מיינט אז זיי מעגן נאר בעטן וויפיל די הוצאות זענען צעטיילט גלייך צווישן די איינוווינער,
יעדער פארשטייט אז טרעפן עקספענסעס אויפן פאפיר איז פון די גרינגע זאכן און אזוי זענען די הייזער א גאלד גרוב פאר די קהילה אפילו א גרויס חלק איינוואוינער צאלן נישט גארנישט
ער הייסט אנטשיל פרידמאן
מען האט אים נישט געגעבן די אפציע צו צאלן רענט מען האט אים געזאגט גיי און טאקע דערפאר האט ער למעשה געווינען די קאורט און ער האט דארט געוואוינט ביז לעצטנס ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי
די מעשה פון איבערגעבן דירות איז געווען מיט אורי אייזענצווייג און יאקאב אנטשיל פרידמאן האט שוין געוואוינט דארט פון לאווענס צייטן,
אים האבן זיי גענומען אין ד"ת און געטענה'ט אז מען קען נישט איבערגעבן עס דארף גיין מסודרדיג מיט א וועיטינג ליסט, ער האט גע'טענה'ט אז ביז יעצט איז עס געגאנגן אזוי האבן זיי געזאגט טאקע אבער מען שטעלט עס יעצט אפ האט ער געברענגט אנדערע מענטשן וואס האבן אפילו נאך אים איבערגענומען און ער האט געווינען די ד"ת
יאפ, פערפעקט. עקסעלענט קאררעקשאנס. א שײנעם דאנק! אנטשיל האט ער געהײסן. אױ איז ער געװען אױסגעשפראכן; א נידריגער רונדעכדיגער מיט א צעפֿלאָכענעם בארד, זײ האבן אים נישט געקענט פארלײדן. דאכצעך ער איז געװען א ברסלבער אױכעט.
אגב, כ'האב פארגעסן אױסצורעכענען נאך אפאר װעלכע זענען געװען פון די בני-לוי אנהױב. די טירנױערס, עספעשעלי מרדכי יצחק פאר ער איז געשטארבן א מיתה משונה דורכ'ן זיך דערטרענקען אין װאסער װען ער איז אין מקוה געגאנגען זײענדיג אױף װעקעישאן. אזא לב-טהור רעבע סטײל טראגעדיע.
נאכדעם איז געװען די קרױסלעך, בעיקר יעקב שמואל קרױס, װאס איז געװען דער איטערנעל (אײביגער) ביוראקראט און אפיס זיצער. לעבאװיטש אײנער, װעמען מען האט ארױסגענומען פון חדר, א קינדערגארטן מלמד געװעזן פריערט, אױך צו װערן א בני-לוי ביוראקראט, עמיצער װאס צײלט די װאוטשערס און קלאפט נומערן אין דעם קאלקיולעיטאר. דערנאך איז געװען (עמרם?) נײהױזער, א ברודער פון יעקב יוסף װאס האט געהאט די כלים געשעפט, װאס זײן דזשאב איז געװען װײס איך נישט? חײם שלמה שװארץ (א שװאגער מיט די נײמאנס און כיתה א' רבי קודם) דוכט זיך האט אױך געשפיהלט א קלײנע ראלע אין די בני-לוי אנפאנג אהן, בין איך נישט זיכער. װען איך װעל מיך דערמאנען נאך נעמען װעל איך אפדעיטן.
בכל אופן, מיר, געדענק איך, איז זײער אינטרעסאנט געװען װי פלוצלונג װען מען איז פטור געװארן פון די נײמאנס און לאװען האט מען געדארפט ארײנברענגען אזױפיהל מענטשן װאס זאלן יעדער טוהן א אנדערע דזשאב. אײ מיען, װער האט געטוהן די דאזיגע דזשאבס ביז דאן?
אבער באמת האט לאװען געקענט אלײנס טוהן װאס פופצן אנדערע האבן געדארפט טוהן צוזאמען. איך געדענק לאװען ארבעטן אין זײן הויז, ער האט געהאט א קלײן אפיס מחובר צו זײן שלאף צימער, מיט א CCTV סקרין צו א קעמערע אינדרױסן פון זײן טיהר. ער איז געװען דער אײנציגסטער אין טאהש װאס האט געהאט א CCTV יענע יארן (חוץ די קהל'ס אפיסעס). און דארט אינעם קלײנעם שטיבל, מיט א פענצטערל װאס האט זיך געעפנט צו א שאפע אין די קארידאר, די האָלװעי פון זײן הױז, פלעג ער זיצן פון צופרי ביז בײנאכט אײנגעבױגן איבער פאפירן (כ'געדענק נישט אױב ער האט דארטן א קאמפיוטער געהאט), און פון צײט צו צײט פלעגט יעקב שמואל קרױס אריבערשיקן א טאכטער מיט א ריזן בינטל קעש, אזױ דיק װי די בערמאן משנה ברורהס, אדער פארקערט ער פלעגט שיקן צו יעקב שמואל פעיפערס און געלט. און פארגעס נישט, ישראל בינימין פלעגט אױפשטײן יעדן פארטאגס 2.30, 3.00, אזױ ער זאל זײן אױף פריער װי אלע זײנע שונאים; אכט אלארם קלאָקס האט ער געהאט װעלכע זאלן אים װעקן אױף כמה מיני אופנים. א קלונג, א רינג, א דריזלער, א פֿלעש פון לײט; ער פלעגט זיך לײגן שלאפן 8.00 בײנאכט אדער פריער.
(בכלל פלעגן מענטשן, פרױען, קינדער, אלע גילים, נישט אױפהערן קלאפן אױף זײן טיר אגאנצן טאג. ער, אדער זײן פרױ, פלעגן מאכן, װי מען האט עס גערופן קאלטשער טשעק-אפס פאר מענטשן מיט א קאלד אדער סטרעפּ (ער פלעגט עס קאכן אױפ'ן סטאָװ אין זײן קאָך. און ער האט אױך געהאט אין זײן הױז אגאנצע שאפע מיט כל מיני מעדעצינען און אװער די קאונטער טעבלעטס. אױך איז זײן פרױ, גוטע נשמה װאס זי איז, געװען די הצלה דיספעטשער. און יעדע מאל װען ס'איז געשעהן א קאלל, אײנער האט געכאפט א שניט, פלעגט זי לױפן צום תהיליםל און זיך אױסבעטן פאר דער פאציענט. זי פלעגט זיך אינװאלװד מאכן אין כל מיני װאױלטעטיגע צװעקן. זי איז אזױ אנדערש פון ישראל בנימין אז כ'האב מיך אלע מאל געװינדערט װי אזױ זײ לעבן צוזאמען. זי איז זײער א הארציגע און פארגלױבטע בשעת ער איז א קאלטער, לאגישער און פארמאכטע מענטש)
בײנאכט װען ישראל בנימין איז ארױס געקומען פון זײן קלײנע אפיס-לעכל פלעגט ער אזא שרײ געבן אז די גאנצע הױז האט געציטערט. און דאס איז געװען באגלײט מיט א שטארקע סטרעטש פון אלע זײנע גלידער; דאס איז געװען זײן אופן פון זיך 'אױסגיבן' נאך א שװערע טאג ארבעט. זײער א מאדנער מענטש געװען. אין יעדע טױלעט אין זײן הױז האט געהאנגען א דידזשעטל האנט-זײגער אױף די װאנט מיט די סעקונדעס לױפענדיג אױף די סקרין. אױך האט נעבן דעם געהאנגן א ליסטע מיט זאכן װאס ער האט צוטוהן, אקארדינג צו א טײם-סטעמפּ. אין זײן הצלה-גאראדזש, נעקסט צו זײן קיטשען (מ'האט געקענט ארױסגײן פון די קיך מיט א פֿלײט פון שטיגן) פלעג ער פארקן זײן הצלה טראק און כל מיני טוּלס האט ער געהאט דארטן. ער פלעגט האבן אסאך מאל עלטערע בחורים (װי למשל יוסי פריעד פון מונסי און עמיצער א זוהן פון הלל ברױן אין טאהש) קומען ארבעטן אין זײן גאראדזש און טוהן מעינטענענס אױף די הצלה עקװיפמענט.
מ'האט געזאגט אז זײן טאטע, חײם יחזקאל , איז געװען א זאנדער קאמאנדא אין אױשװיץ; דערפאר איז ער אזױ שטרענג געװען מיט זײנע קינדער און פארלאנגט א געװאלד פון זײ. און טאקע יעדערער פון זײנע דרײ קינדער איז יונִיק אין זײער אײגענע װעג. ישראל בנימין פלעגט זיך שפיהלן מיט עלעקטעריסעטי און סוירקעטרי שױן אלס אינגע בחור (מ'האט געזאגט ער זאל האבן אױפֿגעבױעט זײן הױז אלײנס פון קראַץ, אלײנס ארײנגעצױגן פלומבינג און עלעקטרי), און זײן אנדערע ברודער אלטר אליעזר האט געקענט זײער שײן מאלן דאכצעך, און דער פון לאנדאן, מענדל, זײער א כאריזמאטישער מיט א סענס פון יומער, האט אױך זײער טאלאנטפולע קינדער.
אבער זײ אלע זענען זײער ריפּרעסד אױף אײן װעג אדער אנדערס. מענדל למשל האט געשריבן א פאמפלעט װעגן שלאגן קינדער, אז ס'איז געזונט און װיכטיג פאר זײ.. און אלטר אליעזר פלעגט זײן נאכט משגיח אין טאהשער ישיבה װײל ער האט גוט געקענט דערקענען װען בחורים שפיהלן ארום בײנאכט און געװיסט צו װאטשן אנטקעגן דעם.
און ישראל בנימין, ער האט זיך געהאט זײנע אײגענע מעשיות. ער איז געװען פאר יארן לאנג די מנהל פון די מײדל סקול, ארומגעשמועסט מיט אלע יונגע טיטשערס, און ס'איז ארומגעגאנגען מעשיות ער זאל האבן געשפיהלט מיט געװיסע פון די טיטשערס. הלל ראובן גאלדשטײן'ס װײב האט ארומגעפּעדלט מעשהלעך װעגן אים. ער זאל האבן געטוהן פֿאַוּל פלעי מיט ניסל קרױס, די מנהלת פון די מײדל שולע און די װײב פון משולם איסר קרױס. אדער מיט אײנע פון יעקב שמואל קרױס'נס טעכטער - געלבּ האט זי געהײסן. װײס איך נישט אױב מען האט געהאט עכטע פראָװ פאר די זאכן אבער איך האב געקענט יעקב שמואל קרױס'נס זוהן, און זײ זענען געװען יענע סחורה. תּוּלי איז געװען א געזונטע טראבל מעיקער (אינװאלװד געװען אין די בחורים אױפשטאנד קעגן ראטמאן) און מאיר קרױס, אפילו ער האט געמאכט א פנים פון א הײליגער, איז אן עקסעפשנעלי "װאַרים" בחור געװען; סאױ אפשר זענען יעקב שמואל'ס טעכטער אױך נישט צופיהל אנדערש געװען. װײסעך נישט. בכלל, יעקב שמואל האט געקענט די גרעסטע רשעות אפטוהן פאר מענטשן און אלעס באהאלטן אונטער א פּערמענענט, אײכמאנישע שמײכל אױסגעצױגן אױף זײנע ליפן, װאס האט זיך נישט אפגעטוהן פון פרײטאג צונאכטס ביז שלש סעודות. ער איז געװען אזױ װי ישראל בנימין'ס שיק אינגל און עושה דברו.
אבער לאװען איז געװען יוניק אינדעם אז ער האט געקענט אײן טאג אפטוהן דאס גרעסטע רשעות צו עמיצן און דעם נעקסטן טאג יענעם טוהן די גרעסטע טובות. ס'איז קײן סתירה נישט געװען. פון זײנע 3 קינדער האט ער זיך למשל משדך געװען צװײ מאל מיט דוד שמחה האכהײזער, כאטש ער האט דעם לעצטן אנגעטוהן ציפקע צרות פאר א לאנגע צײט. ער איז געװען אזא סתירהדיגע אניגמע װאס פסיכיאטארן און פסיכאלאגן װאלטן זיך יארן געמיטשעט גענױ ארױסצוהאבן.