אלטע טאהשער פאליטיק

זייער מקור הפרנסה איז נישט געווען שנארן פאר טאהש זיי האבן שוין געהאט געלט סך פארדעם פון די פעינט קאמפעני,
אויב די געדענקסט האט זיי לאווען אריינגעשלעפט אין די קהילה ווען ער האט געסטראשעט אז ער גיבט אויף ווייל ער קען נישט מער שלעפן די חובות, און נאכדעם איז ער געגאנגען צו די רבי בעטן ער זאל בעטן שלום מיט עמרם זיי זאלן אריינקומען,
שלום האט קיינמאל נישט פארלוירן זיין געלט ער האט זיך צוטיילט מיט עמרם, די סחורה איז געגאנגען פאר עמרם און די פעינט פאר שלום, עמרם האט אנגעזעצט די ביזנעס שלום האט געהאט פרנסה ביז זיין לעצטע טאג, און זיינע קינדער זענען נאך היינט שיינע נגידים,
אגב וואס איינער האט געשריבן אז מען האט צוזאמגענומען געלט פאר עמרם ווען ער האט חתונה געמאכט די קינדער איז סתם שטותים ער האט שוין געענדיגט חתונה מאכן זיינע קינדער פאר די גאנצע מחלוקת
מ'האט סתם אזוי צוזאמען געשטעלט געלט פאר אים
נישט פאר'ן חתונה מאכן
 
אבער אײנער, אביגדור װײנבערגער װאס מען האט אױבן דערמאנט, װײס איך האט הײנט א קאמפאני פון סענטראל ערקאנדישנס װאס ער אינסטאלירט פאר מענטשן אינדערהײם. בקיצור א עכטער בלױע קאלנער ארבעטס אינגערמאן.
יאפ
ער איז פאר יארן געווען אן עלעקטרישן אין טאהש, צווישן אנדערע זאכן אינסטאלירט עיר קאנדישן'ס
היינט וואוינט ער אין ק"י (אויב איך געדענק גוט), איך מיין אז היינט טוט ער נאר AC אינסטאלעשאן
 
יעצט אדורכגעליינט דעם גאנצן אשכול.
מצד אחד, גיסט זיך שפייעכץ פון מויל, שוין לאנג נישט געליינט אזויפיל לשון הרע, און טאקע מיט נעמען און אלע שמוציגע פרטים, פון די יונגע יארן ביז היינט...
מצד שני, איז יא... די זעלבע אישו.... שוין לאנג נישט געליינט אזויפיל לשון הרע, און טאקע מיט נעמען און אלע שמוציגע פרטים, פון די יונגע יארן ביז היינט... ממש עקלדיג ווי מען קען דאס טון... איך וואלט באהאלטן דעם אשכול לנצח נצחים.
 
זייער מקור הפרנסה איז נישט געווען שנארן פאר טאהש זיי האבן שוין געהאט געלט סך פארדעם פון די פעינט קאמפעני,
אויב די געדענקסט האט זיי לאווען אריינגעשלעפט אין די קהילה ווען ער האט געסטראשעט אז ער גיבט אויף ווייל ער קען נישט מער שלעפן די חובות, און נאכדעם איז ער געגאנגען צו די רבי בעטן ער זאל בעטן שלום מיט עמרם זיי זאלן אריינקומען,
שלום האט קיינמאל נישט פארלוירן זיין געלט ער האט זיך צוטיילט מיט עמרם, די סחורה איז געגאנגען פאר עמרם און די פעינט פאר שלום, עמרם האט אנגעזעצט די ביזנעס שלום האט געהאט פרנסה ביז זיין לעצטע טאג, און זיינע קינדער זענען נאך היינט שיינע נגידים,
אגב וואס איינער האט געשריבן אז מען האט צוזאמגענומען געלט פאר עמרם ווען ער האט חתונה געמאכט די קינדער איז סתם שטותים ער האט שוין געענדיגט חתונה מאכן זיינע קינדער פאר די גאנצע מחלוקת
א גרױסן ײשר כח פאר'ן ארײנקומען אזױ קלאר. ס'איז אַבּװיעס אז דו װײסט דער היסטאריע בעסער װי מיר. שקױעך פאר'ן פארריכטן די פאקטן. נײן איך געדענק נישט װי זײ זענען ארײנגעקומען; איך בין נאך צו אינג געװען. אבער דער שטיקל פון לאװען סטראשען אז ער געבט אױף סײדן מען ברענגט די נײמאןס ארײן האב איך שױן געהערט פון עלטערע פון מיר און א דאנק פאר'ן מיך עס דערמאנען.
אבער אזױ ארבעט עס, איך דערמאן די זכרונות לפי װי איך געדענק און לפי װי מײנע אינגע אױגן האבן אנגעקוקט זאכן, און דאס איז מעורר א רעספאנס פון עלטערע פון מיר מיט אױסבעסערונגען און א מער ערװאקסן בליק אױף װאס האט זיך באמת אפגעשפיהלט. און ס'איז מסתמא דא אױך זאכן װאס איך װײס בעסער װי דיר. צוזאמען איז מען מלבן די היסטאריע.
דאס אז שלום איז יא געבליבן מיט זײן געלט האב איך אױך נישט געװיסט. א דאנק װידער.
 
קיינער האט קיינמאל נישט געחלומ'ט אז ר' מרדכי גייט זיין רבי
די אמת איז אז פאר מען האט מכתיר געווען מיילעך פאר רב האט אויכעט קיינער נישט געחלומ'ט אז ער וועט אמאל ווערן רבי
אבער ר' מרדכי וואלט נישט געווארן רבי אפילו ער וואלט נאך געלעבט
אגב איך האלט נישט אז עס אויסגעהאלטן צו בארעדן מענטשן וואס לעבן וואס האבן קיינמאל נישט געמעשט קיין טאפ און פאליטיק אדער סיי וועלכע אנדערע פאבליק זאכן, ס"ה ווייל זייער זיידע איז געווען א רבי ?
איך קען חזקי און הערצקא צוויי פיינע מענטשן וואס לעבן זייער פריוואטע לעבן און זענען נישט שוואכער אין מידות אדער אידישקייט ווי ניינציג פראצענט עוורעדזש בעל הבתים
ריעלי? אפשר ביסטו מאריך, פארװאס האט קײנער נישט ערװארטעט ר' מרדכי אדער אפילו ר' מײלעך זאל װערן רבי. װער דען?

איך האב נישט אױפֿגעברענגט חזקי מיט הירצקא מיט'ן ציהל צו בארעדן; נאר אגב אז כ'האב שױן גערעדט פון זײ האבן איך געשילדערט זײערע כאראקטערן. פארקערט, חעזקעלע האב איך דערמאנט טאקע װײל מ'האט אים באעװלט. ער װאלט געדארפט װערן רבי מן הדין, נאך ר' מרדכי'ס טױט. און מ'האט אים באזײטיגט. ער איז קלאר נישט העפפי געװען. א ראיה ער האט זיך אװעקגעצױגן צו אר"י.
איז אױב אזױ, קענסטו נישט ממש זאגן אז זײ זענען נישט פובליק פערזאנען װײל חזקי איז נעקסט אין לײן און הירצקא איז כאילו דעם רעבין'ס ברודער. װאס איז זיכער אז אין טאהש זענען זײ דעפיניטלי יא פאררעכנט פובליק פיגורס, עט ליעסט ביז ר' מײלעך האט איבערגענומען, נאך אזױ פובליק װי הערשל פיש, אדער ר' מײלעך'ס זוהן חײם, און אײדעמער, למשל דער פון תולדות אהרן צ.ב.ש, אדער ר' אברהם כץנס זוהן, די גרושים אײזיק און מושי למשל. כמעט יעדער װאס איז דעם רעבין'ס אײניקל אין טאהש, ליגט אױפ'ן צונג פון סתם מענטשן, ספעציעל װען זײ זענען חורגים, שטימען נישט מיט די מאָלד.
 
זיינע ברידער האבן געלערנט אין ישיבה דארט

געווען 2 מערכות,
בעסיקלי מען קען עס נישט אנרופן קעסט אויף די מוסדות אויב עפעס פארקערט די מוסדות לעבן קעסט אויף די איינוואוינער,
די יארן וואס מען האט געבויעט יענע בנינים איז געווען א רעגירונג פראגראם אז א קארפערעישן קען בויען הייזער פאר נידריגע פארדינער און די רעגירונג באצאלט ביז %75 פון די רענט אבער די קארפערעישן טאר נישט מאכן קיין געלט דאס מיינט אז זיי מעגן נאר בעטן וויפיל די הוצאות זענען צעטיילט גלייך צווישן די איינוווינער,
יעדער פארשטייט אז טרעפן עקספענסעס אויפן פאפיר איז פון די גרינגע זאכן און אזוי זענען די הייזער א גאלד גרוב פאר די קהילה אפילו א גרויס חלק איינוואוינער צאלן נישט גארנישט

ער הייסט אנטשיל פרידמאן
מען האט אים נישט געגעבן די אפציע צו צאלן רענט מען האט אים געזאגט גיי און טאקע דערפאר האט ער למעשה געווינען די קאורט און ער האט דארט געוואוינט ביז לעצטנס ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי

די מעשה פון איבערגעבן דירות איז געווען מיט אורי אייזענצווייג און יאקאב אנטשיל פרידמאן האט שוין געוואוינט דארט פון לאווענס צייטן,
אים האבן זיי גענומען אין ד"ת און געטענה'ט אז מען קען נישט איבערגעבן עס דארף גיין מסודרדיג מיט א וועיטינג ליסט, ער האט גע'טענה'ט אז ביז יעצט איז עס געגאנגן אזוי האבן זיי געזאגט טאקע אבער מען שטעלט עס יעצט אפ האט ער געברענגט אנדערע מענטשן וואס האבן אפילו נאך אים איבערגענומען און ער האט געווינען די ד"ת
יאפ, פערפעקט. עקסעלענט קאררעקשאנס. א שײנעם דאנק! אנטשיל האט ער געהײסן. אױ איז ער געװען אױסגעשפראכן; א נידריגער רונדעכדיגער מיט א צעפֿלאָכענעם בארד, זײ האבן אים נישט געקענט פארלײדן. דאכצעך ער איז געװען א ברסלבער אױכעט.

אגב, כ'האב פארגעסן אױסצורעכענען נאך אפאר װעלכע זענען געװען פון די בני-לוי אנהױב. די טירנױערס, עספעשעלי מרדכי יצחק פאר ער איז געשטארבן א מיתה משונה דורכ'ן זיך דערטרענקען אין װאסער װען ער איז אין מקוה געגאנגען זײענדיג אױף װעקעישאן. אזא לב-טהור רעבע סטײל טראגעדיע.
נאכדעם איז געװען די קרױסלעך, בעיקר יעקב שמואל קרױס, װאס איז געװען דער איטערנעל (אײביגער) ביוראקראט און אפיס זיצער. לעבאװיטש אײנער, װעמען מען האט ארױסגענומען פון חדר, א קינדערגארטן מלמד געװעזן פריערט, אױך צו װערן א בני-לוי ביוראקראט, עמיצער װאס צײלט די װאוטשערס און קלאפט נומערן אין דעם קאלקיולעיטאר. דערנאך איז געװען (עמרם?) נײהױזער, א ברודער פון יעקב יוסף װאס האט געהאט די כלים געשעפט, װאס זײן דזשאב איז געװען װײס איך נישט? חײם שלמה שװארץ (א שװאגער מיט די נײמאנס און כיתה א' רבי קודם) דוכט זיך האט אױך געשפיהלט א קלײנע ראלע אין די בני-לוי אנפאנג אהן, בין איך נישט זיכער. װען איך װעל מיך דערמאנען נאך נעמען װעל איך אפדעיטן.
בכל אופן, מיר, געדענק איך, איז זײער אינטרעסאנט געװען װי פלוצלונג װען מען איז פטור געװארן פון די נײמאנס און לאװען האט מען געדארפט ארײנברענגען אזױפיהל מענטשן װאס זאלן יעדער טוהן א אנדערע דזשאב. אײ מיען, װער האט געטוהן די דאזיגע דזשאבס ביז דאן?

אבער באמת האט לאװען געקענט אלײנס טוהן װאס פופצן אנדערע האבן געדארפט טוהן צוזאמען. איך געדענק לאװען ארבעטן אין זײן הויז, ער האט געהאט א קלײן אפיס מחובר צו זײן שלאף צימער, מיט א CCTV סקרין צו א קעמערע אינדרױסן פון זײן טיהר. ער איז געװען דער אײנציגסטער אין טאהש װאס האט געהאט א CCTV יענע יארן (חוץ די קהל'ס אפיסעס). און דארט אינעם קלײנעם שטיבל, מיט א פענצטערל װאס האט זיך געעפנט צו א שאפע אין די קארידאר, די האָלװעי פון זײן הױז, פלעג ער זיצן פון צופרי ביז בײנאכט אײנגעבױגן איבער פאפירן (כ'געדענק נישט אױב ער האט דארטן א קאמפיוטער געהאט), און פון צײט צו צײט פלעגט יעקב שמואל קרױס אריבערשיקן א טאכטער מיט א ריזן בינטל קעש, אזױ דיק װי די בערמאן משנה ברורהס, אדער פארקערט ער פלעגט שיקן צו יעקב שמואל פעיפערס און געלט. און פארגעס נישט, ישראל בינימין פלעגט אױפשטײן יעדן פארטאגס 2.30, 3.00, אזױ ער זאל זײן אױף פריער װי אלע זײנע שונאים; אכט אלארם קלאָקס האט ער געהאט װעלכע זאלן אים װעקן אױף כמה מיני אופנים. א קלונג, א רינג, א דריזלער, א פֿלעש פון לײט; ער פלעגט זיך לײגן שלאפן 8.00 בײנאכט אדער פריער.

(בכלל פלעגן מענטשן, פרױען, קינדער, אלע גילים, נישט אױפהערן קלאפן אױף זײן טיר אגאנצן טאג. ער, אדער זײן פרױ, פלעגן מאכן, װי מען האט עס גערופן קאלטשער טשעק-אפס פאר מענטשן מיט א קאלד אדער סטרעפּ (ער פלעגט עס קאכן אױפ'ן סטאָװ אין זײן קאָך. און ער האט אױך געהאט אין זײן הױז אגאנצע שאפע מיט כל מיני מעדעצינען און אװער די קאונטער טעבלעטס. אױך איז זײן פרױ, גוטע נשמה װאס זי איז, געװען די הצלה דיספעטשער. און יעדע מאל װען ס'איז געשעהן א קאלל, אײנער האט געכאפט א שניט, פלעגט זי לױפן צום תהיליםל און זיך אױסבעטן פאר דער פאציענט. זי פלעגט זיך אינװאלװד מאכן אין כל מיני װאױלטעטיגע צװעקן. זי איז אזױ אנדערש פון ישראל בנימין אז כ'האב מיך אלע מאל געװינדערט װי אזױ זײ לעבן צוזאמען. זי איז זײער א הארציגע און פארגלױבטע בשעת ער איז א קאלטער, לאגישער און פארמאכטע מענטש)
בײנאכט װען ישראל בנימין איז ארױס געקומען פון זײן קלײנע אפיס-לעכל פלעגט ער אזא שרײ געבן אז די גאנצע הױז האט געציטערט. און דאס איז געװען באגלײט מיט א שטארקע סטרעטש פון אלע זײנע גלידער; דאס איז געװען זײן אופן פון זיך 'אױסגיבן' נאך א שװערע טאג ארבעט. זײער א מאדנער מענטש געװען. אין יעדע טױלעט אין זײן הױז האט געהאנגען א דידזשעטל האנט-זײגער אױף די װאנט מיט די סעקונדעס לױפענדיג אױף די סקרין. אױך האט נעבן דעם געהאנגן א ליסטע מיט זאכן װאס ער האט צוטוהן, אקארדינג צו א טײם-סטעמפּ. אין זײן הצלה-גאראדזש, נעקסט צו זײן קיטשען (מ'האט געקענט ארױסגײן פון די קיך מיט א פֿלײט פון שטיגן) פלעג ער פארקן זײן הצלה טראק און כל מיני טוּלס האט ער געהאט דארטן. ער פלעגט האבן אסאך מאל עלטערע בחורים (װי למשל יוסי פריעד פון מונסי און עמיצער א זוהן פון הלל ברױן אין טאהש) קומען ארבעטן אין זײן גאראדזש און טוהן מעינטענענס אױף די הצלה עקװיפמענט.

מ'האט געזאגט אז זײן טאטע, חײם יחזקאל , איז געװען א זאנדער קאמאנדא אין אױשװיץ; דערפאר איז ער אזױ שטרענג געװען מיט זײנע קינדער און פארלאנגט א געװאלד פון זײ. און טאקע יעדערער פון זײנע דרײ קינדער איז יונִיק אין זײער אײגענע װעג. ישראל בנימין פלעגט זיך שפיהלן מיט עלעקטעריסעטי און סוירקעטרי שױן אלס אינגע בחור (מ'האט געזאגט ער זאל האבן אױפֿגעבױעט זײן הױז אלײנס פון קראַץ, אלײנס ארײנגעצױגן פלומבינג און עלעקטרי), און זײן אנדערע ברודער אלטר אליעזר האט געקענט זײער שײן מאלן דאכצעך, און דער פון לאנדאן, מענדל, זײער א כאריזמאטישער מיט א סענס פון יומער, האט אױך זײער טאלאנטפולע קינדער.
אבער זײ אלע זענען זײער ריפּרעסד אױף אײן װעג אדער אנדערס. מענדל למשל האט געשריבן א פאמפלעט װעגן שלאגן קינדער, אז ס'איז געזונט און װיכטיג פאר זײ.. און אלטר אליעזר פלעגט זײן נאכט משגיח אין טאהשער ישיבה װײל ער האט גוט געקענט דערקענען װען בחורים שפיהלן ארום בײנאכט און געװיסט צו װאטשן אנטקעגן דעם.
און ישראל בנימין, ער האט זיך געהאט זײנע אײגענע מעשיות. ער איז געװען פאר יארן לאנג די מנהל פון די מײדל סקול, ארומגעשמועסט מיט אלע יונגע טיטשערס, און ס'איז ארומגעגאנגען מעשיות ער זאל האבן געשפיהלט מיט געװיסע פון די טיטשערס. הלל ראובן גאלדשטײן'ס װײב האט ארומגעפּעדלט מעשהלעך װעגן אים. ער זאל האבן געטוהן פֿאַוּל פלעי מיט ניסל קרױס, די מנהלת פון די מײדל שולע און די װײב פון משולם איסר קרױס. אדער מיט אײנע פון יעקב שמואל קרױס'נס טעכטער - געלבּ האט זי געהײסן. װײס איך נישט אױב מען האט געהאט עכטע פראָװ פאר די זאכן אבער איך האב געקענט יעקב שמואל קרױס'נס זוהן, און זײ זענען געװען יענע סחורה. תּוּלי איז געװען א געזונטע טראבל מעיקער (אינװאלװד געװען אין די בחורים אױפשטאנד קעגן ראטמאן) און מאיר קרױס, אפילו ער האט געמאכט א פנים פון א הײליגער, איז אן עקסעפשנעלי "װאַרים" בחור געװען; סאױ אפשר זענען יעקב שמואל'ס טעכטער אױך נישט צופיהל אנדערש געװען. װײסעך נישט. בכלל, יעקב שמואל האט געקענט די גרעסטע רשעות אפטוהן פאר מענטשן און אלעס באהאלטן אונטער א פּערמענענט, אײכמאנישע שמײכל אױסגעצױגן אױף זײנע ליפן, װאס האט זיך נישט אפגעטוהן פון פרײטאג צונאכטס ביז שלש סעודות. ער איז געװען אזױ װי ישראל בנימין'ס שיק אינגל און עושה דברו.
אבער לאװען איז געװען יוניק אינדעם אז ער האט געקענט אײן טאג אפטוהן דאס גרעסטע רשעות צו עמיצן און דעם נעקסטן טאג יענעם טוהן די גרעסטע טובות. ס'איז קײן סתירה נישט געװען. פון זײנע 3 קינדער האט ער זיך למשל משדך געװען צװײ מאל מיט דוד שמחה האכהײזער, כאטש ער האט דעם לעצטן אנגעטוהן ציפקע צרות פאר א לאנגע צײט. ער איז געװען אזא סתירהדיגע אניגמע װאס פסיכיאטארן און פסיכאלאגן װאלטן זיך יארן געמיטשעט גענױ ארױסצוהאבן.
 
לעצט רעדאגירט:
1750429381352.png

כ''ק הגה''ק מרן רבינו יוסל וואלדמאן, בעל הצלת יוסף שליט''א, מוישי קרויסעס שווער, זיך משתטח על ציון הקדוש של השרף מטאהש זצוק''ל

זייער הנאה געהאט ווי אזוי מ'לייגט אראפ די לאוענס... עם כל זה, מוז איך צולייגן אז טאהש קודש איז א עיר מלאה חכמים וסופרים, נישט בלויז נואפים שלעגער לעקער און שווענץ אדער לאוענס און ניימאנ'ס און עשירים ווי מיילעך טאהשער אליינס וכו'.

טייערער @טאהשער פרי, מיר ווילן הערן אביסל מער פאזיטיוו, איבער די פילע דארטיגע גאר אינטערסאנטע יא וואולע כאראקטערן און פיינע געשמאקע נפשות הפועלות בעיר השם שמה, לטוב ולמוטב. ווי למשל:

א. דארטן וואונט איינער, ווייס, איך קען נישט זיין ערשטער נאמען אבער ער איז א ברודער פון די סקולענע חסידים. מ'זאגט אויף אים אז ער איז גאר א גרויסער תלמוד חכם, אזש ווי ר' חיים קאניעווסקי'ס לעגענדעס, ער איז היינט ראש ישיבה אין סאטמאר מאנטריא' פלעגט זיין ראש ישיבה אין טאהש פאר מיילעך מיט ראהטמאן האבן אים ארויסגעריקט, ווייל ער איז נישט קיין חסידישער שוואנץ, נאר לערנט תורה יעדע איבעריגע רגע.

ב. דער שלום מיכל נישט ראזנער נאר ארגעל, איז דאך א וועלט'ס מוזיק קאמפאזער, גארנישט נישט געוויסט אז ער האט אויך א שלעכטער זייט צו זיך, אז ער איז אויך געווען א שטוב מענטש אין בית הלוי. זיינע ניגונים געפעלן מיר זייער. וויאזוי מאכט ער דאס?

ג. דער לייפער דער מנהל וואס דו דערמאנסט לטובה אז ער האט זיך אנגענומען פאר עפעס א נרדף קעגן מיילעך מיט ראהטמאן, שיינט מיר צו זיין זייער א וואולער אידל, איך האב אים באטראכט אזוי מיט די לאנגע גרויסע ברייטע נדבורנא פיאות וואס ווארפן זיך ווען ער פארציילט סיפורי צדיקים, און געטראכט צו מיר, אז טאמער דער איד וואונט ווען סיי ווי ערגעץ אנדערשט נישט אין טאהש קודש וואלט ער געווען די גרעסטע רבי היינט צוטאגס. ער קען אן אוצר פון מעשיות. און רעדט מיט א געוואלדיגע געשמאק און אהבת ישרא' ווי זיין קאזין ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ''ל פון סיגוט-ירושלים - נאר אסאך נארמאלער!

ד. ווי אויך איז דארטן פארהאן אזא טיפוס ווי טובי' מאיר ניימאן, וואס ער זאגט אויף זיך אז ער טוהט אסאך צדקה וחסד, בעיקר אין טעלעמארקעטינג ספעם פאוני קאללס צו מיר ווי ער שפייעט צוזאם פעסטע לשון הרעלעך רעכטס און לינקס מ'זאל אים אויסהערן... ער פלעגט זיין מיין גראסערי מאן אין וויליאמסבורג פען קארנער העריסאן פאר לאנגע יארן. זייער א געשמאקער אידל געווען. איך האב אים פארלוירן צו אייך קיין טאהש.... אוי בענק איך מיך צו זיין היליכיגן גראגעריעס הויכן פעסטן שרייענדן 'גוט מארגן!' ווען איך פלעג איינקויפן ביי אים די טעגליכע די ברויט און מילך מיט'ן ווייב'ס גראסערי ליסטע נאך שחרית!... איך הער ער איז היינט נישט אזוי געזונט. אבער פון זיינע אראפגעטעיפטע שנארעראציע פאון קאללס צו מיר סאונד ער בעסער ווי אין וויליאמסבורג... ברוך השם!

ה. הערשל פיש טאקע האט יחוס א בנש''ק פון טאהשער רבי'ן, אבער ער האט מיר געשיינט צו זיין זייער אן ערליכער צוגעלאזענער מענטש, אזא מזג פון הכנעה ענווה חסד און עבדות וואס איך האב נישט געזען ביי קיינעם אנדערשט. ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי, און די סאטמערע היזיגע ניו יארקע זאליס טרעפן אים לעצטענס אויס. - ער האט פארגעלערנט פרק דא אין ראדני שוהל פאריגער חודש!

ו. ואחרון חביב, האב איך דא געזעהן דערמאנט בעריש טירנויער, ער איז חוסטער רבי'ס זוהן. דער וואס האט די שוהל מארסי קארנער העיווארד, דירעקט זייער א בעל בתישער שיינער רעבעלע, ווי קומט צו אים אזא עובד פאר א זוהן?!... בעריש טירנויער געדענק איך נאך פון ווילאמסבורג הגם ער איז געפארן קיין טאהש גראד נאך די בר מצוה פאר פופציג יאר צוריק און קיינמאל נישט צוריקגעקומען מער. איך האב מיך געשפילט מיט אים ''קעטש'' און 'באהאלטן' אלץ קינד געווען זייער בחנ'ט קלוג און אמת'דיג ערליך אייביג! אבער געגאנגען אנגעטאן מיט די פענציעסט און טייערסטע קליידונג, באפוצט און שיין, ווי זיין טאטע מאמע און געשוויסטער; וויאזוי איז ער היינט אזא צדיק'ל וואס פליעט אין הימל? איינער קען דאס מסביר זיין?

בעריש פלעגט טאקע אייביג טאנצן ביים דאווענען ווי טאהשער רבי און איבערזאגן די ווערטער פון דאווענען פיל מאל ווי אים, טאהשער רבי איז געווען זיין עלטער פעטער דורך שומרי שבת זיידע'ס א שוואגער. שומרי שבת זיידע איז געווען אן איידעם ביי טאהשער רבי'ס פאטער דוכט זיך. אבער אזוי ביים שפילן איז ער געווען נארמאל. פלעגט אריין לייגן אן עבודה נאר ביים דאווענען דהיינו אנגעהויבן פריערט פון יעדן און אגעקומען צו קריעת שמע ווען אונז האבן אנגעהויבן ברכות און גענדיגט שמונה עשרה צוזאמען מיט די איבעריגע קלאס קינדער.

איך בין איינמאל געווען אין טאהש זיך מסתופף זיין ביים אלטן רבין, האב איך דארטן געטראפן בעריש'ן, מיר האבן זיך אזוי געפרייט איינער צום אנדערן, נאכ'ן זיך נישט זעהן פאר דרייסיג פלוס יאר. ער האט געלייגט זיין האנט אויפ'ן מויל איך זאל נישט שמעקן זיין פאסטן!... אט דאס מיינט ראשו מגיע השמים אבל זיינע פיס זענען דא צווישן אונז. דהיינו ער דאווענט און לערנט א גאנצן טאג, איך האב לעצטענס גהערט אז מיילעך טאהשער לערנט מיט אים בחברותא, אבער ער פאסט אויף איך זאל זיך נישט פארעקלען פון אים פון זיין שטונק פונעם מויל וואס ער עסט ליידער גארנישט א גאנצן טאג.

בעריש איז דאך אזא נארמאלער עובד!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top