לואיזיאנא (לרגל א וויזיט לפני כשנתיים)

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
81
רעאקציע ראטע
582
אז דו האסט נישט געהערט וועגן לואיזיאנא בכלל און ניו ארליאנס בפרט, וועל איך דיר זאגן.

לואיזיאנא איז היינט א נאמען פון א סטעיט בערך די גרויס פון ניו יארק סטעיט. אמאל אבער, אין די בראשית יארן פון אמעריקא, איז לואיזיאנא געווען א טערעטאריע פופצן מאל אזוי גרויס, וואס האט אריין גענומען דעם גאנצן ״מיד וועסט״ פון אן ענגער בארטן אין דרום ביים מעקסיקען גאלף - וואס איז דער היינטיגער לואיזיאנא, זיך אויסברייטערענדיג צפון ארויף ארויף ביז קאנאדא ועד בכלל, לענגאויס דעם מיסיסיפי און די לאנדשאפטן ביי אירע ברעגעס.

דער גרויסער לואיזיאנא האט אנטהאלטן די שטחים אין וועלעכן עס געפונען זיך היינט די סטעיטס: ארקאנסא (הערט זיך ליבערשט ווי א נאמען פון א מעדיצין), אקלאהאמא; צפון׳דיגע שפיצן פונעם היינטיגן טעקסאס און ניו מעקסיקא; ווייטער ארויף - מיזורי (דער טיפישער מיד וועסט סטעיט); קענסאס (ווי מאנכע רופן איר: סליפי קענסאס); און וועסט קאלאראדא - דעם פלאכן חלק. ווייטער ארויף: אייווא; נעבראסקא; ווייאמינג. און אמערסטנס צפון: מיניסאטא; סאוט דאקאטא; נארט דאקאטא; מאנטאנא. כל אלה זענען די סטעיטס וועלעכע זענען גאנצווייז צו האלב ווייז היסטאריש געווען א טייל פונעם גרויסן לואיזיאנא. און דאס גייט נאך אביסל ווייטער ארויף, אריינעמענדיג די דרום חלקים פון צוויי קאנאדישע פראווינצן - סאסקאטשעוואן און אלבערטא (די שווייץ פון קאנאדא). אלעס אינאיינעם פארנעמט דער לואיזיאנא שטח בערך א פערטל פונעם גאנצן יונייטעט סטעיטס. און נישט נאר דאס, דער ריזיגער לואיזיאנא טערעטאריע האט אפגעטיילט צווישן דעם דעמאלסדיגן יונייטעט סטעיטס וואס איז בימים ההם באשטאנען פון בלויז די איסט קאוסט סטעיטס (פון צפון צו דרום ביז כמעט פלארידא), און דעם וועסט קאוסט וואס איז געווען אונטער די קאנטראל פון מלכות ספרד און וועסט קאנאדישער ענגלאנד (צפון).

און וואס אזעלעכעס איז געווען לואיזיאנא מיט איר גאנצן שטיק מיד וועסט לאנד? און אז מען פרעגט שוין, וואס איז דער נאמען לואיזיאנא?

איז אזוי, וועל איך דיר דערציילן קינד לעבן.

מימי בראשית, זינט אייראפעאישע מלוכות האבן געלייגט אן אויג אויף דעם גרויסן אמעריקא און יעדער פון זיי האבן גענומען כאפן א שטיקל מוצא, זענען געקומען פראנצויזישע אוואנטוריסטן, דוקא אינעם הארץ פונעם קאנטינענט לענגאויס די מיסיסיפי ריווער. אט אזוי האבן זיך פראנצויזישע סוחרים במשך דורות זיך געדרייט דא אין די טיפענישן פון דעם אמעריקאנעם קאנטינענט און געהאנדלט מיט די אמעריקאנער אינדיאנער איבער אירע פלאכע פלוינען. מיט די צייט האבן טייל פון אט די וואנדערדיגע פראנצויזן זיך משדך געווען מיט די אינדיאנע שבטים, געמאכט קינדער פון געמישטן אפשטאם, וועמען מען האט גערופן, ״מיטיס״ - ד.ה. א געמיש פון א פראנצויז און אן אמעריקאנער-אינדיאנער, און א גרויסער חלק פון די אוכלוסיה פון דעם מיד וועסט זענען טאקע עד היום מיטיס, אדער א געמיש פון מיטיס און שווארצע עבדים.

ויהי היום, בשנת 1699 למספרם, און רענע ראבערט קאוועליער דע לא סאללע, איז געקומען בשם מלכות צרפת, און אפעציעל א נאמען געגעבן דעם גאנצן שטח נאכן מלך צרפת - לואיס: La Louisiane. פון יעצט ביז שנת 1762 למספרם וועט דער גאנצער ריזיגער שטח לענגאויס די מיסיסיפי מיט אלע שטחים ארום, זיין א פראנצויזישער קאלאניע.

אבער חוץ די געציילטע פראנצויזן וועלעכע האבן זיך ארום געדרייט אין די דאזיגע שטחים מיט זייערע שווארצע עבדים און לסוף פארוואנדלט געווארן אין מיטיס אדער שווארץ געמישטע מיטיס, איז קיין גרויס פראנצויזישע פארקער נישט אנטשטאנען אין די שטחים. אן אויסנאם איז געווען אין איין טייל פון דעם טערעטאריע, דאס איז ארום דעם שטאט ניו ארליענס, א שטאט א נאמען געגעבן נאכן באקאנטן היסטארישן פראנצויזישן שטאט (אויך פון די בעלי התוספות), ארליאן, וואס האט זיך געפונען ביים דרום שפיץ פון דעם טערעטאריע, דא איז ווארעם רוב יאר, אבער אויכעט נאס און זומפיג און מאסקיטא׳דיג, אבער אז עס געפונט זיך אויפן מיסיסיפי שוין ביים אפגיס צום מעקסיקאנער גאלף, האט זיך דא במיוחד געטון א פארקער, דא האט מען געברענגט עבדים פון וועסט אפריקא, זיי פארשלאפט, אדער ווייטער פארקויפט, און דא האבן זיך באזעצט כל מיני פראנצויזן, סיי פריש געקומענע פון יוראפ, סיי אלט געזעסענע, און סיי קאנאדישע פראנצויזן וועלעכע האבן זיך גערופן ״אקאדיער״ נאך אן אלטער גריכישער אוטאפישער מיטאלאגיע. די שווארצע עבדים האבן ארויס געזאגט דאס ווארט אקאדיען - קאדזשאן, און אזוי איז שוין געבליבן די נאמען פאר די פראנצויזן ארום ניו ארליענס, קאדזשאנער, און שפעטער אין ענגליש - קעידסשענס, און נאך זיי די באקאנטע געמויזעכטץ פונעם קאדזשאנער קוזין - קעידזשען.

דערפאר וואס דער גאנצער שטח בכלל איז מער ווייניגער געווען כמעט אומאקטיוו דורך די פראנצויזן מיט א גאר שוואכער פראנצויזישער אנוועזנהייט, האבן די שפאניער פון די וועסט מצליח געווען זיך אריין צו ריקן אין דעם שטח, און איר פשוט פארכאפט, און ס׳האט זיך כמעט קיינער נישט צוקראצט דערפון, אין פראנקרייך גופא האט מען כמעט געשלאגן כפרות מיט דעם לואיזיאנא, ס׳האט נישט געברענגט קיין כבוד און נישט קיין געלט, סתם א ריזיגער שטח וואס קאסט מער ווי ס׳ברענגט. די איינציגסטע אלזא וועלעכע האבן זיך געקימערט מיט דעם שפאנישע חוצפא זענען געווען די ניו ארליענסער אין די סאוט (וואו ס׳איז טאקע היינט ניו ארלענס), ווייל דא האבן זיך קאנצענטרירט א ערענסטער פראנצויזיש רעדענדיגער באפעלקערונג, אריין גערעכנט די קאנאדישע אקאדיער - קאדזשוניער (קעידזשענס). זיי האבן געקעמפט אנטקעגן די שפאניער, אזוי אז טראץ די שפאנישער הערשאפט אויף ניו ארליענס, האבן די אקאדיער געקעמפט ציין אין נעגל אז דאס ארט זאל בלייבן מיטן פראנצויזישער כאראקטער און נישט היספאניזירט ווערן.

במשך די יארן זענען געזעצן די פראנצויזישע-אקאדיער אויבער הארן אין די מארקן, און זיך צוגעהערט צי די עקזאטישע געזאנגן פון די אפריקאנער, מיט די צייט האבן די צוויי פארשידנארטיגע ראסעס זיך באיינפלוסט איינע דעם אנדערן, און פון אט די פראנצויזיש און וועסט אפריקאנער געמיש בנוסף צו שפאנישע תנועות, איז ארויס געוואקסן דער וועלט בארימטער דזשאס, וואס האט איינגענומען די וועלט ברמות ווי קיין שום מוזיק פאר דעם נישט, און שטייט עד היום אויפן זעלבן דרגה פון חשיבות און עמקות פון קלאסישע מוזיק, יעדער אויף זיין אופן.

א קווארטל האט זיך יענע יארן געבויט, נאכדעם וואס א שריפה האט כמעט פארברענט דעם גאנצן שטאט, און דער קווארטל שטייט נאך עד היום הזה, א רעכטער קווארטל, געסעלעך מיט הייזער נוסח אלט שטאט יוראפ, ארכיטעקטור א געמיש פון שפאניש. פראנצויזיש און חוף הנהר׳דיג-קאריביש, וואס איז מיט די יארן געווארן דאס הארץ און שטאלץ פון גאנץ לואיזיאנא און פאר אלע חובבי קולטור איבער גאנץ אמעריקא, דער געגנט איז מיט די יארן פארוואנדלט געווארן אין א ארט ווי כל מיני היפיס און אוואנטוריסטן קומען פון גאנץ אמעריקא און כאפן אן ״איזי״ ווי מען זאגט. דער קווארטל איז היינט באקאנט מיטן נאמען פרענטש קוואטער, אדער אין פראנצויזיש: Vieux Carré - דאס אלט קווארטל, אדער אין שפאניש: Barrio Latino - דאס לאטייניש קווארטל.

בשעת די שפאנישע אייננעמונג פון לואיזיאנא, איז געבוירן געווארן אמעריקא, בימים ההם א נישט קשה׳דיג לענדל ביי די איסט קאוסט אויפן אטלאנטישן ים, וואו מען האט בימים ההם גערעדט בעיקר ענגליש, און אויך האלאנדיש און פראנצויזיש דארט וואו ס׳גרעניצט זיך מיט קוויבעק, און אנדערע נאטיווע שפראכן. עטליכע צענגליגע יארן זענען אריבער, און נאפאליאן האט אנגעהויבן מאכן העדליינס, און ער האט איינגענומען שפאניע. נו, אז מען האט שפאניע אין די הענט, קען מען דאך צוריק נעמען דעם געגאנוועטן טערעטאריע פון לואיזיאנא, וואס האט שוין דאן אנגעהויבן אויפכאפן חשיבות, מען האט אנגעהויבן זיך כאפן אז דער שטח ביים מיסיסיפי איז יא א לייטיש שטיק לאנד. און בשנת 1780 למספרם, נאך אכטן דרייסיג יאר וואס לואיזיאנא איז געווען אונטער דעם שפאנישע הערשאפט, איז זי צוריק געקומען אונטער די פראנצויזישע פליגל. אבער נישט פאר צו לאנג, די אויפגעלעבטער פראנצויזישער הערשאפט דא האט אנגעהאלטן קנאפע דריי יאר ביז דער שטח גייט ווערן א טייל פון די ״סטעיטס״, און פארוואנדלען די דרייצן קאלאניעס אויפן ווינקל פונעם קאנטינענט ביים אטלאנטישן ים, צו א פעטער אנקל סעם. וואס האט פאסירט? נאפאליאן האט מחליט געווען, ס׳לוינט זיך פארט נישט, צופיל כוחות אנצוהאלטן דעם שטח, און די פארהאסטע ענגלענדער לייגן אן אויג דערויף, די ענגלענדער זענען גוט באפעסטיגט אינעם צפון אין קאנאדא, און אז זיי כאפן דאס, וועט דאס זיי צו געבן נאך מער אויבער האנט איבער פראנקרייך. ווייסט וואס, די אמעריקאנער ווילן דעם שטח, לאמיר דאס פארקויפן צי די סטעיטס, און אזוי וועט דאס ענגלאנד נישט האבן, און כך הוה. און לדאבון לב כל הפראנצויזן, דער פראנצויזישער ריזיגער שטיק לואיזיאנא איז געווארן דער גרויסער גראבער בעק יארק פון אמעריקא, וואס א דאנק דעם שטח, האבן די אמעריקאנער זיך געקענט לימים ווייטער פארשפרייטן און לסוף איינעמען די שטחים ביים ווייטן מערב ביזן ים באהערשט פון די מעקסיקאנער און ענגלענדער.

צוביסליך האבן זיך מאסן ענגליש רעדענדיגע און דייטש רעדנדנדיגער אריינגעריקט אין די געוועזענע לואיזיאנא שטחים, און געשאפן א שינוי צורה דא. מיט די יארן ווען עס האט זיך געשאפן דער עדזשיקעישן סיסטעם איבערן לאנד דורך פארביסענע אנגליזירער, איז נגזר געווארן א גזירה אז אלע מענטשן אין אלע עקן אמעריקא זאלן מוזן רעדן ענגליש, מיט די אויס רייד אז א לאנד דארף א פאראייניגטע שפראך וואס אלע רעדן, ווייל אנאדעם, וואס זאל צוסאמענהאלטן דעם עולם? עפעס אזא חשבון מכלומרשט (א נישט בארעכטיגטע סיבה, און שווייץ, בעלגיע, קאנאדא און אנדערע אוועקגעשטעלטע לענדער יוכיח). האט מען אריין געברענגט די גזירה ביזן הארץ פון לואיזיאנא, כאטש וואס די היזיגע קאדזשאנע פראנצויזן האבן פראבירט זיך קעגן שטעלן. אזוי האט די גזירת הלשון אנגעהאלטן קרוב צו הונדערט יאר, ביז בשנת 2970 למספרם איז די גזירה בטל געווארן, לואיזיאנא האט צוריק געקרוגן איר אלטער נאמען État de Louisiane אלץ דער אפעציעלער נאמען, (הגם נישט אין פראקטישער באנוץ); דאס זעלבע מיט איר שטאט ניו ארליענס - La Nouvelle-Orléans, און פראנצויזיש האט דא געקרוגן אן אפעציעלער סטאטוס, אבער ס׳שוין געווען אביסל שפעט, פראנצויזיש אין לואיזיאנא איז שוין יעצט געשטאנען אויף הינערנע פיס. הגם פראנצויזיש אין לואיזיאנא טוט נאך שטיל טליען, און עס לעבט צווישן די שפאלטענעס, אבער דאס איז נישט די שפראך וואס מען הערט אדער זעהט אין די גאסן. ס׳איז היינט אמעריקאנע ענגליש בנוסף שפאניש וועלעכע דאמינירן די רם קול׳ער, אבער מיט א שטארקער געדעכטער פראנצויזיש און וועסט אפריקאנער אונטערטאון וואס שפירט זיך אויף אן אופן וואס אין בדומה לו אין דעם אזוי קלישעאישן אמעריקא.

דא אין די שמאלע געסעלעך פונעם אויבנדערמאנטער היסטארישן פרענטש קווארטל מיט אירע אויסגעפלאסטעטער קאבל שטיינער, ווירבלט זיך און ס׳טוט זיך דא אויף אן אופן וואס האט זיינס גלייכן נישט אין גאנץ אמעריקא, ווייל דא איז געווארן די צענטער פון מוזיקאנטן, במיוחד דזשאס, כמעט 24 שעה א טאג שפילן דא ארקעסטרעס אדער סאלא, הויך טאלאנטפולע מוסיקאנטן פון די העכסטע קאליבאר, מ׳קען זאגן אז דא איז די עזרה פון מוזיק פון אמעריקא; דא איז א צענטער פון אמת׳ע זימה אויף וויפיל ס׳לאזט זיך זאגן אויפן קלאמזי אמעריקא, ס׳הערשט א גייסט פון איזי און קולטוריעזע פריצות;

און ווי עס וואלט געגאנגען צו זאמען, דא איז די גרעסטע קאנצענטראציע פון וועסט אפריקאנער טראדיציע, הגם קיין אפריקאנע שפראכן רעדט מען מער נישט צווישן זיי, אבער זייער עבודה זרה לעבט דא אויף אלע באקן, דאס איז די עבודה זרה וואס הייסט וואודו, דאס איז א גלויבן אין גייסטער, וואנפיערן, זאמביעס, דיבוקים, קללות, שווארצע חלומות אד״ג. דא אינעם קווארטל זענען דא טעמפלען פאר דער עבודה זרה, א קולטורעליעזער אנטענטישקייט וואס מ׳טרעפט נישט אין גאנץ אמעריקא.

און אחרון חביב, דא גייט א ריח, ריחות פון אלט, און אור אלט, א געדעכטער ריח אנגעפילט מיט טעם און כאראקטער, טומאה און זנות, און איבער דעם געדעכטן ריח ווי א בסיס, שטארן ארויס די ריחות פון כל מיני מאכלים, אייראפעאישע און טראפישע, ובראשם דער היזיגער קאדזשאניער (קעידזשען) קוזין, וואס דא איז איר צענטער. און אזוי שפאצירט זיך דעם באזוכער א שפאציר, רומפלט זיך אן דאגות ווי א ליידיגייער א פשוטער גאסן יונג מן התורה, אזויווי יעדער דא. עס שמעקט דער נאז א געשמעק פון די כלערליי געדיכטע ריחות, און אז ס׳גייט זיך פארביי געשעפטן אין געווירץ הייזער, קומט יעדע אנדערער רגע ארויס א קול מוזיק, זיך ארויס שפארן, און איבער דעם עפנט זיך א ווארע פאר א פרישער קול המוזיקא פון אן אנדער באר, אזוי דעם גאנצן לענג אויף די קדמונישער קאבל געפלאסטערטן פאדלאגע לענגאויס דער בורבון גאס, (א מין ״מאה שערים׳דיגער סארט הויפט גאס פארן קווארטל).

מיר האט עס דערמאנט ל״ג בעומר ביינאכט אין ירושלים. אשרי עין ראתה כל אלה. מ׳זאגט וועגן דעם היזיגן קווארטל, עמיצער וואס זיינע פיס האבן אריין געטרויטן אינעם פראנצויזישן קווארטל אין ניו ארליענס וועט שוין נישט זיין דער מענטש ווי פאר דעם.

מען קען זאגן אן ספק, אז דא איז דאס איינציג ארט וואו אמעריקא קען שטאלצירן צו זאגן מיר פארמאגן עפעס אטענטישע קולטור, וואס קען זיך פארמעסטן מיט די פון יוראפ און עיזשע.

,
 
Back
Top