יוסקע ווארטעמאן
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 14
- רעאקציע ראטע
- 147
- פונקטן
- 23
איך וויל ברענגען צום באוואוסטזיין פונעם עולם דעם געוואלדיגן אוצר פון אידישער ליטעראטור וואס איז דא בחינם ביים אידיש בוך־צענטער. דעם צענטער'ס וועבזייטל לאזט אראפלאדענען בחינם PDFס פון 12000 אידישע ווערק, אריינגערעכנט פיל פון די קלאסישע אידישע ליטעראטור פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט. איר קענט צום ביישפיל טרעפן דארט אלע ווערק פון שלום־עליכם, י.ל. פרץ, מענדעלע מוכר־ספרים, י.ב. זינגער און נאך און נאך. צי איר זוכט ליטעראטור, וויסנשאפט, היסטאריע וכו וכו, וועט איר דארט טרעפן עפעס זיך צו באנעצן די לעפצן און אפצושטילן דעם דורשט.
איך וועל נאר ברענגען עטליכע דוגמאות פון ווערק וואס איך האב לעצטנס דורכגעליינט נאכן אראפלאדענען פונעם צענטער:
עס וועט מיר זיין א זכות אויב איך קען העלפן עמעצן טרעפן דא עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ. לאזט מיר וויסן אויב איר ווילט עפעס רעקאמענדאציעס אויף סיי וועלכער נושא און איך וועל זיך משתדל זיין עפעס אנצוטראגן.
איך וועל נאר ברענגען עטליכע דוגמאות פון ווערק וואס איך האב לעצטנס דורכגעליינט נאכן אראפלאדענען פונעם צענטער:
- שלום עליכם'ס בארימטער טביה דער מילכיגער
- י.ל. פרץ'ס גאר באלערנדע זכרונות און אויטאביאגראפיע
- י.ב. זינגער'ס רירנדע און אינטימע שילדערונג שטן אין גאריי
- וויינרייך'ס וויסנשפטליכער און העכסט אינטערעסאנטער געשיכטע פון שרייבן בכלל און אידישן שרייבן בפרט: די שווארצע פינטעלעך
- ישראל צינבערג'ס מייסטערהאפטיג צען־בענדערדיג ווערק איבער א טויזנט־יעריגער אידישער ליטעראטור־געשיכטע, אריינגערעכנט די ספרדישע פילאזאפן און פייטנים, די משכילים, ביז צו דער אידישער ליטעראטור אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט: די געשיכטע פון ליטעראטור ביי יידן