לזיכוי הרבים - 12000 אידישע ביכער דיגיטאליזירט ביים "אידיש בוך־צענטער"

יוסקע ווארטעמאן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
59
רעאקציע ראטע
550
פונקטן
103
איך וויל ברענגען צום באוואוסטזיין פונעם עולם דעם געוואלדיגן אוצר פון אידישער ליטעראטור וואס איז דא בחינם ביים אידיש בוך־צענטער. דעם צענטער'ס וועבזייטל לאזט אראפלאדענען בחינם PDFס פון 12000 אידישע ווערק, אריינגערעכנט פיל פון די קלאסישע אידישע ליטעראטור פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט. איר קענט צום ביישפיל טרעפן דארט אלע ווערק פון שלום־עליכם, י.ל. פרץ, מענדעלע מוכר־ספרים, י.ב. זינגער און נאך און נאך. צי איר זוכט ליטעראטור, וויסנשאפט, היסטאריע וכו וכו, וועט איר דארט טרעפן עפעס זיך צו באנעצן די לעפצן און אפצושטילן דעם דורשט.

איך וועל נאר ברענגען עטליכע דוגמאות פון ווערק וואס איך האב לעצטנס דורכגעליינט נאכן אראפלאדענען פונעם צענטער:
אונז אידיש-רעדנדער וועלכע דארשטן נאך אביסל וועלטליכער וויסנשאפט און ליטעראטור אין אונזער היימישן לשון, פארמאגן דא אן אומשאצבארן אוצר - ממש א שליסל צו דער וועלט'ס וויסנשאפט אין יעדער נושא וואס מען קען זיך נאר פארגליסטן. עס איז מיר א חידוש אז דער רעזורס איז נישט מער באקאנט און באניצט און דערפאר ברענג איך דא די גוטע בשורה צום ציבור וואס וועט וויסן וויאזוי דאס אפצושאצן.

עס וועט מיר זיין א זכות אויב איך קען העלפן עמעצן טרעפן דא עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ. לאזט מיר וויסן אויב איר ווילט עפעס רעקאמענדאציעס אויף סיי וועלכער נושא און איך וועל זיך משתדל זיין עפעס אנצוטראגן.
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
 
אפשר קען די 'מכון @כוואליעס' צושטעלן אזא סערוויס לטובת החיים והמתים אויב איז דא א דימענד פאר ספעציפישע ביכער. מיט אמאזאן זענען זיי דאך אויפגעסעט סייווי, דארף מען נאר אויסשטעלן דאס געשעפט זאל זיך לוינען..

אין די לאנג ראן דארף מען אפשר ארבייטן אויף א ברייטערע אונטערנעמונג געהעריג איבערצודרוקן די אלטע יצירות, פארשענערן די פרינט און (arguably) פארהיינטיגן געוויסע אויסשפריכן אדער מאכן אזא עברי-טייטש סטיל אונטערקאלום.
 
די פראבלעם איז אז די טעקסטן זענען נישט ממש דיגיטאליזירט, נאר ארויפגעלאדנט אלס pdfס. די OCR טעכנאלאגיע וואס קען ארויסשאפן די טעקסט גופא פראדוצירט פיל שגיעות און פאדערט אסאך ארבעט אויף דאס צו קענען ארויסשטעלן אלס א ליינבארער טעקסט.

אבער בנוגע דעם פראיעקט זעלבסט בין איך שטארק מסכים. ווען עס איז דא די געלט און צייט דערפאר, וואלט מען געדארפט איבערדרוקן די קלאסישע און וויכטיגע ווערק אויף אזא אופן און זיי צוגענגליך מאכן פארן ציבור
 
וואס איז מיט זיי די יידישיסטן? זיי האבן דאך מער געלט ווי חסידים פאר די זאכן. קיינער ארבעט נישט צו איבערדרוקן די סחורה?
 
עפעס א בוך וואס איז היסטוריה פין חסידים אדער גדולים אדער בכלל אונזער לעבן אין דער אלטער היים
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
Print my PDF | Print-my-PDF.com
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
א אי-בוק (קינדל וכדו'), וואלט לכאורה געווען א גוטע אפציע פאר דיר. שוין דא היינט אי-בוק טעבלעט'ס מיט פולע ענדרויד מעגליכקייטן.
(פאר שבת איז עס טאקע נישט קיין עצה)
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
איך האב ארויפגעלייגט ישראל צינבערג'ס סעריע "די געשיכטע פון די ליטעראטור ביי יידן" אויף עמעזאן.
Amazon.com : די געשיכטע פון דער ליטעראטור ביי יידן

אויב איינער האט אן אינטערעסע צו האבן אנדערע ביכער און א שיינע פארמאט געפרינטעד קען מען מיך אישי'ן
 
עפעס א בוך וואס איז היסטוריה פין חסידים אדער גדולים אדער בכלל אונזער לעבן אין דער אלטער היים
עס איז דא א בוך פון פנחס דוב ("פיניע בער") גאלדענשטיין, געווען א שוחט אין (יענע צייט) רוסלאנד, (היינט מאלדאווע, אוקריינע און קריימיע).

מיין לעבענס-געשיכטע : פארשידענארטיגע פאסירונג'ן און אפיזאד'ן פון א יתום.

Mayn lebens-geshikhṭe farshidenarṭige pasirung'n un apizod'n fun a yosem | Yiddish Book Center

מיין לעבענס געשיכטע - פאשידענארטיגע פאסירונג'ן און אפיזאד'ן פון א יתום (Yiddish Edition): גולדנשטיין, פנחס דוב: 9798263416546: Amazon.com: Books

ער איז געבוירן אין תר"א, די בוך האט ער ארויסגעגעבן אין פתח תקווה תרפ"ח.

די בוך איז געשריבען אין אן אלטע שווערע אידיש, מיט היבש אביסל רוסישע ווערטער אריינגעמישט.

ער איז געווען א ליובאוויטשער חסיד, אויב איר זענט א חסיד פון געוויסע דינאסטיעס פון די געגענט זייט געווארנט, עס קען אייך אפשר וויי טוהן וואס דארט שטייט אויף די חסידים פון אייערע רבי'ס...
 
לעצט רעדאגירט:
עפעס א בוך וואס איז היסטוריה פין חסידים אדער גדולים אדער בכלל אונזער לעבן אין דער אלטער היים
גרשם באדער'ס מיינע זכרונות.

https://www.yiddishbookcenter.org/c...spb-nybc200285/bader-gershom-mayne-zikhroynes

Amazon.com: מיינע זכרונות - פון קראקע ביז קראקע: 9798262744879: באדער, גרשם: Books

געשריבן אין א געשמאקע אידיש, פול מיט טשיקאווע געשיכטעס און היסטארישע מעשות פון קראקע און איבער גאליציע.

די בוך איז ארויסגעקומען אין תשי"ד,
ער איז געבוירן אין תרכ"ח, רוב מעשות אין די בוך באציען זיך אין זיינע גאר יונגע יארן,
זיינע יארן אלטס תלמיד פון ר' שמעון סופר זצ"ל ווען ער איז געווען רב אין קראקע, די מחלוקת צאנז און רוזין, מעשות איבער מוסרים, די מעשה וועט מען האט באגראבן א פיש, די איינגעפאלענע חתונה אין קראקע (ספוילער: ער טענה'ט די מעשה הייבט זיך נישט אן) וכו'

עס איז משמע אז ער איז נישט געווען מורא'דיג פרום אויפן עלטער ווען די בוך איז ארויסגעקומען, געוויסע מעשות אין די בוך קענען אייך וויי טוהן אויב זענט איר א חסיד פון איינער פון די רבי'ס פון די צאנזער אדער רוזשינער גזע.
 
די יידן שטאט לובלין דורך די היסטאריקער פראפ. דר. מאיר באלאבאן.

Di Yidn-shṭoṭ Lublin | Yiddish Book Center

די יידן שטאט לובלין: באלאבאן, ד"ר מאיר, שוסהיים, א. ל.: 9798265272874: Amazon.com: Books

די בוך איז ארגינעל ערשינען אויף די פוילישע שפראך ארום תרע"ח- 1918, און איז געווארן איבערגעזצט צו יידיש אין תש"ז

די בוך רעדט ארום די איר אלטע היסטאריע פון די שטאט לובלין (וואס אין די צייט פון די ערשטע וועלט מלחמה האט עס שוין געהאט אפאר הונדערט יאר היסטאריע אונטער זיך), און איר וויכטיגקיייט פארן יידישע לעבן אין פוילן זייענדיג די צענטער פאר די וועד ארבע ארצות פאר רוב פון די עקזיסטענץ פון די וועד, און אזוי אויך פון די רבנים וואס האבן באזעצט לובלין נאך לאנג בעפאר די חסידישע עפאכע.
 
לעצט רעדאגירט:
זכרונות פון א ניקאלאיווער סאלדאט

Zikhroynes̀ fun a Niḳolayeṿer soldaṭ | Yiddish Book Center

זכרונות פון א ניקאלאיעווער סאלדאט: קאפלאנאוויטש, ד.: 9798271994562: Amazon.com: Books

ארויסגעקומען אין ווילנע תרפ"א -1921 , די געשיכטע פון א קאנטאניסט וואס מען האט פארכאפט צו די רוסישע ארמיי אלץ יונגעל אין די תר"י יארן, און האט דארט אפגעדינט גאנצע 25 יאר.

מיין מיליטער דיענסט אין רוסלאנד - א טאג בוך פון א יודושע סאלדאט

Mayn miliṭer-diensṭ in Rusland a ṭog-bukh fun a Yidishen soldaṭ | Yiddish Book Center

מיין מיליטער דינסט אין רוסלאנד: קימעלפעלד, א.: 9798272043573: Amazon.com: Books

כשמו כן הוא, א טאגבוך פון א יודושע סאלדאט וואס האט געדונט אין די רוסישע ארמיי אין די אנהייב תר"ס יארן פאר א פאר יאר.
ארגינעל ערשינען אין לאס אנדזשעלעס אין 1916
 
די מלחמות פון די חשמונאים דורך גרשם באדער

די מלחמות פון די חשמונאים: באדער, גרשם: 9798275110265: Amazon.com: Books

Di milḥomes̀ fun di Ḥashmenoyim di fier Maḳabeer-Bikher un der Sefer Yehudis̀ tsuzamen miṭ di medresh'she dokumenṭen ṿegen nes ḥanike ... | Yiddish Book Center

איבערזעצונג פון די ספרי המכבים (The Book of Maccabees I The Book of Maccabees II),
ספר יהודית (Book of Judith),
און מדרשים איבער חנוכה.

ארגינעל ערשינען אין נו יארק ת"ש

עס קע זיין אינטערעסאנט יעצט בעפאר חנוכה צו קענען די היסטאריע פון די חשמונאים און די מעשה פון חנוכה מיט אסאך א ברייטערער בליק
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top