מעדיטאציע - השקטה, ווי אזוי?

איך האב אסאך קונה געווען און געשטיגן דורך ׳מעדיטאציע׳. כ׳בין גרייט צו שערן און אויסלערנען מיין מעטאד און וויאזוי עס צו טון… פאראינטערסירטע קענען מיר אישי׳ען.
 
עס איז דא אויך מעדיטאציע אויף אידיש?

(English - I still don’t know English very well
עברית - לא אוהב את השפה)
 
אין די ערשטע פאר קאפיטלען פון the untethered soul לייגט ער זייער קלאר אראפ ווי אזוי די מחשבות און דיאלאג וואס גייט כסדר פאר אין א מענטש'ס קאפ איז בעצם נישט טייל פון זיין וועזן און ווי אזוי צו אבזערווירן די אינערליכע שטימע אנטשטאט זיך אידענטיפיצירן אלס טייל דערפון. זייער סימפל אבער מאכטפול געשריבן.
 
א לייף טשענדזשינג בוך
 
איך האב אסאך קונה געווען און געשטיגן דורך ׳מעדיטאציע׳. כ׳בין גרייט צו שערן און אויסלערנען מיין מעטאד און וויאזוי עס צו טון… פאראינטערסירטע קענען מיר אישי׳ען.
אפשר שרייב ברבים מען זאל קענען צוזאמען דן זיין?
 
איך האב אסאך קונה געווען און געשטיגן דורך ׳מעדיטאציע׳. כ׳בין גרייט צו שערן און אויסלערנען מיין מעטאד און וויאזוי עס צו טון… פאראינטערסירטע קענען מיר אישי׳ען.
וואס שטערט אייך דא צו שרייבן וואס איהר האט קונה געוועהן, כדי די גאנצע ציבור זאל קענען הנאה האבען?
 
וואס שטערט אייך דא צו שרייבן וואס איהר האט קונה געוועהן, כדי די גאנצע ציבור זאל קענען הנאה האבען?
קען זיין אז שרייבן וועט זיין א תועלת פאר געוויסע, אבער פון מיין פארגאנגענע עקספיריענס האביך איינגעזען אז רוב מענטשען וועלן דאס נישט קונה זיין נאר דורך לייוו סעשאנ׳ס און מיט א קאמיטמענט עס צו נעמען עד הסוף.

באמת איז אישי אויך נישט קיין אפשען טאקע וועגן גילוי - אפשר וועליך דא ארויסלייגן מיין קאנטאקט אינפא פאר ווער ס׳איז אינטערסירט.
 
ווי האסטו מיטגעהאטלטן א לייוו סעשין? אפשר קענען אינז אויך אהינגיין?
 
איך האב שוין אסאך קונה געווען אין דעם ענין פון חכמי אומות העולם, איך וואלט אויך געוואלט ליינען איבער דעם פון חכמי ישראל. ווער עס קען צוצייכענען נאך מראה מקומות פונעם פיאסעצנער, אדער אנדערע חכמי ישראל, באדאנק איך פון פאראויס.
 
בני מחשבה טובה, פונעם פיעסעצנער.
א קליינעם ספר וואס די פיעסעצנער האט נישט געוואלט ס'זאל ווערן איבערגעדריקט, נאר זאל זיך דרייען נאר בלויז ביי א קליינעם חבורה וואס ער האט געגרינדעט.

למעשה נאך די מלחמה האט מען געפרעגט איינער פון זיינע קרובים אויב מ'זאל דאס דריקן, האט ער מתיר געווען.

דאס שטייט אין די הקדמה צום ספר.
 
וואס שטערט אייך דא צו שרייבן וואס איהר האט קונה געוועהן, כדי די גאנצע ציבור זאל קענען הנאה האבען?
איינמאל אונז האבן 5 ניקים וואס נעמען זיך אינטער מיטצוהאלטן און צו געבן כסדר׳דיגע פידבעק וועל איך בעז״ה עפענען א פריוואטע אישי גרופ און שרייבן סטעפ ביי סטעפ גיידענס.

די קאמיטמענט גיבט מיר פולקאמע רשות צו פאבליסייזן מיטן אריגינעלן ניק-נאמען, סיי וואס מ׳וועט שרייבן אינעם פרייוועט גרופ.
(כ׳על בל״נ אריינקומען מיט א באריכט פון צייט צו צייט דא אין דעם שנירל)
_ _ _

לייק די תגובה נאר אויב דו שליסט זיך אָן און דו ביזט מסכים און קאמיטעד כנ״ל.
 
איינער דא האט אינפא אויף ר׳ פנחס דוד בונקערס קורס אויף meditation אויב עס לוינט זיך צי קופען ?
 
א שיינע ערקלערונג פארוואס און וויאזוי מעדיטאציע העלפט:

View: https://www.youtube.com/watch?v=aAVPDYhW_nw

אין קורצן: די מח האט א דיפאולט מאוד וואס ווען מ'איז נישט פארנומען צו פאקוסן אויף א ספעציפישן אקט טוט דאס מח וואנדערן און טראכטן פון אלץ און אלעמען, פונעם נעכטן פונעם מארגן, פון מעכל ביז רעכל, און פונעם קעכל ביזן קנעכל.
די דיפאולט מאוד איז אחראי פאר איבריגע מחשבות, ענקזייעטי, פאר ADHD, און בכלל פאר די שוועריקייט צו האלטן קאפ אויף סיי וואס.

מעדיטאציע איז פשט אז מ'געוואוינט צו די מח אויסצולעשן די איבעריגע אקטיוויטעטן און מ'קען עקספיריענסן די הוה אזויווי עס שטייט און גייט אן קיין איבעריגע דזשאדזשמענטס און מחשבות.
עס איז אויפגעוויזן אז עס העלפט נישט נאר אויף בשעת מעשה, נאר עס ווירקט ווי אזא עקסערסייז פאר די מח וואס בלייבט שוין רואיגער און מער פראדוקטיוו אויך די איבעריגע צייטן פון טאג.
נאך אן אינטרעסאנטע זייטיגע בענעפיט - עס העלפט אז מ'זאל שפירן ווייניגער ליידן ווען עפעס פיזיש טוט וויי, הגם וואס די מח האט בעצם מער וואכזאמקייט (בכלל, און בפרט) צו פעין, דאך איז די לינק צווישן די רויע געפיל און די סוביעקטיווע סאפערינג חלק אסאך שוואכער, וויבאלד מ'נעמט אן די מציאות אסאך מער רוי און נאן-דזשאדזשמענטאל..
 
Back
Top