מעדיטאציע - השקטה, ווי אזוי?

איך האב אסאך קונה געווען און געשטיגן דורך ׳מעדיטאציע׳. כ׳בין גרייט צו שערן און אויסלערנען מיין מעטאד און וויאזוי עס צו טון… פאראינטערסירטע קענען מיר אישי׳ען.
 
עס איז דא אויך מעדיטאציע אויף אידיש?

(English - I still don’t know English very well
עברית - לא אוהב את השפה)
 
אין די ערשטע פאר קאפיטלען פון the untethered soul לייגט ער זייער קלאר אראפ ווי אזוי די מחשבות און דיאלאג וואס גייט כסדר פאר אין א מענטש'ס קאפ איז בעצם נישט טייל פון זיין וועזן און ווי אזוי צו אבזערווירן די אינערליכע שטימע אנטשטאט זיך אידענטיפיצירן אלס טייל דערפון. זייער סימפל אבער מאכטפול געשריבן.
 
א לייף טשענדזשינג בוך
 
איך האב אסאך קונה געווען און געשטיגן דורך ׳מעדיטאציע׳. כ׳בין גרייט צו שערן און אויסלערנען מיין מעטאד און וויאזוי עס צו טון… פאראינטערסירטע קענען מיר אישי׳ען.
אפשר שרייב ברבים מען זאל קענען צוזאמען דן זיין?
 
איך האב אסאך קונה געווען און געשטיגן דורך ׳מעדיטאציע׳. כ׳בין גרייט צו שערן און אויסלערנען מיין מעטאד און וויאזוי עס צו טון… פאראינטערסירטע קענען מיר אישי׳ען.
וואס שטערט אייך דא צו שרייבן וואס איהר האט קונה געוועהן, כדי די גאנצע ציבור זאל קענען הנאה האבען?
 
וואס שטערט אייך דא צו שרייבן וואס איהר האט קונה געוועהן, כדי די גאנצע ציבור זאל קענען הנאה האבען?
קען זיין אז שרייבן וועט זיין א תועלת פאר געוויסע, אבער פון מיין פארגאנגענע עקספיריענס האביך איינגעזען אז רוב מענטשען וועלן דאס נישט קונה זיין נאר דורך לייוו סעשאנ׳ס און מיט א קאמיטמענט עס צו נעמען עד הסוף.

באמת איז אישי אויך נישט קיין אפשען טאקע וועגן גילוי - אפשר וועליך דא ארויסלייגן מיין קאנטאקט אינפא פאר ווער ס׳איז אינטערסירט.
 
ווי האסטו מיטגעהאטלטן א לייוו סעשין? אפשר קענען אינז אויך אהינגיין?
 
איך האב שוין אסאך קונה געווען אין דעם ענין פון חכמי אומות העולם, איך וואלט אויך געוואלט ליינען איבער דעם פון חכמי ישראל. ווער עס קען צוצייכענען נאך מראה מקומות פונעם פיאסעצנער, אדער אנדערע חכמי ישראל, באדאנק איך פון פאראויס.
 
בני מחשבה טובה, פונעם פיעסעצנער.
א קליינעם ספר וואס די פיעסעצנער האט נישט געוואלט ס'זאל ווערן איבערגעדריקט, נאר זאל זיך דרייען נאר בלויז ביי א קליינעם חבורה וואס ער האט געגרינדעט.

למעשה נאך די מלחמה האט מען געפרעגט איינער פון זיינע קרובים אויב מ'זאל דאס דריקן, האט ער מתיר געווען.

דאס שטייט אין די הקדמה צום ספר.
 
וואס שטערט אייך דא צו שרייבן וואס איהר האט קונה געוועהן, כדי די גאנצע ציבור זאל קענען הנאה האבען?
איינמאל אונז האבן 5 ניקים וואס נעמען זיך אינטער מיטצוהאלטן און צו געבן כסדר׳דיגע פידבעק וועל איך בעז״ה עפענען א פריוואטע אישי גרופ און שרייבן סטעפ ביי סטעפ גיידענס.

די קאמיטמענט גיבט מיר פולקאמע רשות צו פאבליסייזן מיטן אריגינעלן ניק-נאמען, סיי וואס מ׳וועט שרייבן אינעם פרייוועט גרופ.
(כ׳על בל״נ אריינקומען מיט א באריכט פון צייט צו צייט דא אין דעם שנירל)
_ _ _

לייק די תגובה נאר אויב דו שליסט זיך אָן און דו ביזט מסכים און קאמיטעד כנ״ל.
 
איינער דא האט אינפא אויף ר׳ פנחס דוד בונקערס קורס אויף meditation אויב עס לוינט זיך צי קופען ?
 
א שיינע ערקלערונג פארוואס און וויאזוי מעדיטאציע העלפט:

View: https://www.youtube.com/watch?v=aAVPDYhW_nw

אין קורצן: די מח האט א דיפאולט מאוד וואס ווען מ'איז נישט פארנומען צו פאקוסן אויף א ספעציפישן אקט טוט דאס מח וואנדערן און טראכטן פון אלץ און אלעמען, פונעם נעכטן פונעם מארגן, פון מעכל ביז רעכל, און פונעם קעכל ביזן קנעכל.
די דיפאולט מאוד איז אחראי פאר איבריגע מחשבות, ענקזייעטי, פאר ADHD, און בכלל פאר די שוועריקייט צו האלטן קאפ אויף סיי וואס.

מעדיטאציע איז פשט אז מ'געוואוינט צו די מח אויסצולעשן די איבעריגע אקטיוויטעטן און מ'קען עקספיריענסן די הוה אזויווי עס שטייט און גייט אן קיין איבעריגע דזשאדזשמענטס און מחשבות.
עס איז אויפגעוויזן אז עס העלפט נישט נאר אויף בשעת מעשה, נאר עס ווירקט ווי אזא עקסערסייז פאר די מח וואס בלייבט שוין רואיגער און מער פראדוקטיוו אויך די איבעריגע צייטן פון טאג.
נאך אן אינטרעסאנטע זייטיגע בענעפיט - עס העלפט אז מ'זאל שפירן ווייניגער ליידן ווען עפעס פיזיש טוט וויי, הגם וואס די מח האט בעצם מער וואכזאמקייט (בכלל, און בפרט) צו פעין, דאך איז די לינק צווישן די רויע געפיל און די סוביעקטיווע סאפערינג חלק אסאך שוואכער, וויבאלד מ'נעמט אן די מציאות אסאך מער רוי און נאן-דזשאדזשמענטאל..
 
אין הכשרת האברכים איז דא א שטיקל ווי ר' קלומינוס אליין רעדט איבער די טעכניק פון השקטה וואס זיין תלמיד האט געשריבן אין די אויבנדערמאנטע בריוו. ער שטופט זייער שטארק זיינע תלמידים דאס צו פרעקטיסן.

ווי ער שרייבט דארט איז די געדאנק פון דעם זיך צו מתבונן זיין אין די שטראם פון מחשבות (אדער געפילן) און זען וויאזוי עס קומט און גייט, וויאזוי איין מחשבה ברענגט די אנדערע ["איך מחשבה אחת מתחברת בחברתה, וזו קופצת על זו. ופתאום מחשבה שמלפני כמה שנים מיהרה לבא אליך וכו׳, ממש כפראים בהוללותם וכחיות בפחזותן"].

דאס ברענגען Awareness צו די מחשבות שוואכט אטאמאטיש אפ זייערע כוח (ווייל אלץ באטראכטער ביסטו מער נישט סטאק אין די שטראם און איידענטפייד מיט דעם, די Awareness גיבט דיך צוריק די בעלות איבער די מחשבות און די מחשבות ווערן סתם אורחים וואס קומען און גייען- כך הבנתי).

ער רופט דאס די 'בעזים פון די מיינד' ווייל עס רייניגט די מיינד ["תתפלא על אמצעי הזה, מתחילה תכהנה ובכל רגע תקלשנה יותר עד שממש כנ״ל כמו במטאטא נקית את מוחך"]. עס איז א איידעלע איבונג פון די מוח עס נעמט צייט ווייל די מחשבות האלטן און איין צוריקומען און זיך מתגרה זיין אבער מיט די צייט פארלירן זיי די כוח אינגאנצן ["..אבל כאשר תחלישנה ותרחיקנה פעם שתים ושלש, גם עד עולם כוחה יחלש. ואפילו אם תתגרה עוד בך, לא בכוח ולא בעזות כל כך תעיז להתראות ולהתגרות רק בבושה ובסתר כגנב תנסה ההתרגשות זו להתגנב בך, וכשרק בהבטה קלה עלי׳ תביט תמס ותאפס, וסוף כל סוף גם לא תנסה לגמרי להתראות ולא להתגרות בך"].

אבער די ציל איז נישט נאר די השקטה אליין נאר וואס עס קומט דערנאך. ווען די מיינד איז שטיל איז דא "השראה ממרום" אזוי ווי זיין תלמיד שרייבט אין די בריוו. אין אן אנדערע פלאץ אין דרך המלך פר' בראשית שרייבט ער אז ווען די מיינד איז שטיל אנטפלעקט זיך די חלק אלוהות אין די מענטש וואס איז באהאלטן אונטער די לבושים פון די מיינד ["כי כנ"ל באמת יש בכל איש ישראל בכל עניניו חלק אלקות, רק שהאדם מסתיר זאת במחשבותיו רצוניו וכל עניניו.. ..ובאם היה האדם מעמיד ומפסיק על שעה את כל שטף מחשבותיו ורצוניו, היה חלק אלקות נראה לו בלא לבוש. רק כיון שהאדם רודף אחר מחשבותיו, מה יעשה מחר איך יתפרנס איך יתכבד, לכן כל מחשבותיו שוטפות בלי הפסק"].

דאס איז געווען די חסידים הראשונים היו שוהין שעה קלה לפני התפילה- עס איז געווען א מעדיטאציע פון השקטה צו מעורר זיין די חלק אלוהות. ["וזה שוהין שעה אחת קודם התפלה. שוהין והוא נשאר עומד בדעתו ומחשבותיו. ואז אהו"י טהורה של בחי' אצילות שלו תתגלה לו"] (בחי' אצילות אויב פארשטיי איך גוט איז א הויכע דרגה ווי די אלוהות איז זיך מתגלה אן קיין מחיצה צווישן די מענטש)
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top