א מעגליכע לעזונג צו די כאאס אין מדינת ישראל

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
717
רעאקציע ראטע
2,886

נפל דבר בישראל​

די וואך איז נפל דבר בישרא"ל מיט די דראמאטישע תצהיר פונעם ראש שב"כ (וואס איז געווארן געפייערד, דורך ביבי און זיין ממשלה), וואס אין די תצהיר טענה'ט ער, אז דער ראה"מ ביבי האט אים געבעטן כמה פעמים עובר צו זיין אויפן געזעץ (ווען ער האט ארויסגעשיקט די מזכ"צ און די קלידנית וואס טייפט און רעקארדירט אפ יעדע זיצונג), דורכן נאכפאלגן פאליטישע אפאנענטן, חתמ'נען אויף פאלשע חוות דעת וואס ביבי (אדער זיינע מענטשן) האבן צוגעגרייט, א פאדערונג צו בלייבן געטריי צום ראש ממשלה אין א צייט פון 'משבר חוקתי'(1).

די תצהיר ווארפט אריין די בג"ץ און די גאנצע לאנד, אין גאר א שווערן כאדאראם. וואס מען וועט נאר טון, וועט א האלבע לאנד זיין ברוגז. פון איין זייט האסטו א ראש שב"כ וואס טענה'ט קליפ און קלאר, אז דער ראה"מ האט עובר געווען אויף די דעמאקראטישע געזעצן בשאט נפש, א עבירה וואס קומט ארעסט, און פארשטייט זיך די אויפזאגונג פון ראה"מ. בג"ץ קען דאס נישט איגנארירן.
פון די צווייטע זייט שטייט א האלבע לאנד און שרייט אז ס'איז אלס בלבולים און שקרים, און אויב וועט די בג"ץ זיך וואגן צו אויסרופן נבצרות אויפן ראה"מ, וועט לכאורה אויספלאצן א מלחמת אזרחים. פון די צווייטע זייט קען נישט די בג"ץ איגנארירן וואס דער ראש שב"כ טענה'ט, סיי מצד די געזעץ, און סיי מצד האלב די לאנד, וואס ערווארט פון זיי צו באשיצן זייערע רעכטן און זייער דעמאקראטיע.

די לעזונג​

לעניות דעתי איז די אויסוועג ווי פאלגענד: די בג"ץ זאל פארברייטערן די דיון, וואס ביז יעצט איז נאר געווען די לענגסטע דריי שופטים (עמית - נשיא, סולברג - סגן נשיא, און ברק-ארז), צו אלע צוועלעף שופטים(2), און נאך אפאר טעג זאל ער צאמרופן א דיון חירום, און דארט זאל דער נשיא יצחק עמית אויפטרעטן מיט די פאלגענדע ווערטער:

ברשות מיינע חשוב'ע חברים.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז אונזער לאנד שאקלט זיך ווי קיינמאל בעפאר, די שאקס וואס אונזער קליינע לענדל איז א דורך די לעצטערע פאר יאר, איז נאכנישט געווען מאז היתה ישרא"ל לגו"י.
אנגעפאנגען מיט די פאליטישע קריזיס (19' - 22'), וואס האט געברענגט צו פינעף עלעקשן סייקלס אין א קורצע פיר יאר. דורך די יוסטיץ רעפארם וואס די רעגירונג האט געוואלט אדורכפירן אין 23', וואס האבן געברענגט צו שטורמישע הפגנות און מחאות, וואס האבן ווילד צושאקלט די לאנד (און איז לויט טייל שולדיג אינעם -). און איז געקומען צום שפיץ, ביי די בלוטיגע אקט' 7 טעראר אטאקע, וואס האט אומגעברענגט נאנט צו 1200 מענטשן באותו יום, און פארכאפט 251 מענטשן אלס משכונות. וואס האט געברענגט צו די פראטעסטן איבער די סוגיית החטופים, און בכלל צובראכן די גאנצע ציווילעזאציע אין ישראל.
יעצט איז געקומען צום טיר פונעם בית משפט העליון צו מכריע זיין אין דעם פארוויקלטן פרשה איבער די פיטורים פונעם ראש שב"כ. עס איז קלאר ביי יעדן איינעם, אז וויאזוי אונז זאל מיר נאר נישט פסק'ענען, וועט האלב פון דעם פאלק זיין ברוגז אויף אונז. און אפשר גאר אפילו נישט אנעמען דעם פסק.

כאטשיג נארמאל וועט די בית משפט העליון זיך נישט רעכענען מיט די ווינט אויפן גאס, בשעת'ן פסק'ענען. נאר - אדרבה - פסק'ענען שטרענג לפי די געזעץ. מוזן מיר דא מאכן א אויסנאם, אין ליכט פון די אלע קריזיסן וואס איך האב פריער אויסגערעכנט.
אשר על כן, ווילן מיר דא פארשלאגן א הצעה, און אונז בעטן די ממשלה און די חברי כנסת זאלן עס אנעמען. די הצעה און פארשלאג, איז אויך געווארן איבערגערעדט מיטן נשיא המדינה מר יצחק בוז'י הרצוג, וואס האט געגעבן זיין הסכמה פאר דעם מהלך.

אונזער הצעה איז ווי פאלגענד: די רעגירונג זאל אדורכפירן ברוב פון חברי כנסת א געזעץ-פייל וואס נעמט אריין די פאלגענדע צוויי געזעצן: א. פיזור הכנסת, און בחירות אין דריי חדשים, ב. מ'קען נישט קלאגן א ראש ממשלה מכהן.
און צוגאב צו דעם, זאל דער ראה"מ אריינעמען נציגים פון יעדע פארטיי (וואס וויל) אין די קבינט המלחמתי, כדי די מלחמה זאל קענען אנגיין אויך בזמן בחירות.

ראש השב"כ וועט זיך אפזאגן אין די נעקסטע דריי וואכן, וויבאלד ער קען נישט ארבעטן מיטן ראה"מ (נאכן אים באשולדיגן אין בגידה במדינה), אבער וועט שטעלן דעם קומענדיגן ראש שב"כ, וואס וועט דינען ביז די קומענדיגע ממשלה ווערט איינגעשוואוירן (אזוי וועט יענער קענען פארזעצן צו חוקר זיין די פרשה פון
קאטארגעיט). און די דעמאלס'דיגע ממשלה וועט מחליט זיין צו ער בלייבט אין אמט.

אויב נעמט מען אן די פארשלאג, וועלן אונז אויפהערן מיט אלע חקירות אויפן ראה"מ ווי לאנג ער איז אין אמט. און אויב ער וועט געווינען די קומענדיגע ממשלה, וועט מען ווייטער נישט קענען אים אויספארשן און אנקלאגן (פארשטייט זיך, אז אונז קענען נישט אפשטעלן די אנקלאגעס וואס ווערן שוין געפארשט אין די בית משפט השלום. אבער פרישע פארשונגען וועט מען נישט קענען אנפאנגען). אויב אבער מען נעמט נישט אן די הצעה, וועלן אונז מוזן פארשן די אלע אנקלאגעס בכל חומר הדין, און פסק'ענען כפי ראות עינינו. און מען וועט נישט קענען וויינען דעמאלטס אז די בג"ץ מישט זיך אריין, ווען אונז האבן געגעבן א קלארע פארשלאג דאס אלעס צו פארמיידן.

די אויפטוען​

רעפערענדום​

דאכט זיך מיר, אז מיט די מהלך וועט מען איינשפארן גאר אסאך פראבלעמען, און בכלל וועט עס אוועקשטעלן א געזונטערע סאסייעטי אין ישראל.
די בחירות וועלן זיין ווי א רעפערענדום צו די בירגער, וואס ווילן זיי ענדערש. צו ווילן זיי א רעכטע רעגירונג וואס שטעלט פאר מיט זיך (לדעתי...): קארופטירטע חברי כנסת און מיניסטארן (און לכאורה אפילו ראה"מ), ווילדע עקסטרעמיזם און כהני'זם אין כנסת און אין משטרה און אין שב"כ וכו', אוועקנעמען טאטאל די כח פון די בג"ץ און בכלל די געזעץ, און די ערוועלטע ממשלה זאל זיין די העכסטע אויטאריטעט אין דעם לאנד, א צופראסקעטע סעקיוריטי קעגן די טעראר באנדעס (מבחוץ כמבפנים), א צולאזטע מלחמה אין עזה, א לויזע און אומ-אחריות'דיגע מהלך וויאזוי צו ארויסנעמען די חטופים.

אדער ווילן זיי א לינקע רעגירונג, וואס שטעלט פאר מיט זיך אלעס פונקט קאפויער ווי די רעכטע רעגירונג. קארופשן ווערט געפארשט דורך די אויטאריזירטע אגענטורן, בג"ץ און די געזעץ זענען שטערקער ווי די ערוועלטע אפישל'ס (אבער נישט שטערקער ווי די לאנד, ואכמהל"ב(3)). בארוהיגן די עקסטרעמיזם פון ביידע זייטן, און א ודאי נישט אריינלאזן עקסטרעמיזם אין עקזיסטירנדע אגענטורן, וואס געבן זיך אפ מיט די זיכערהייט פון די איינוואוינער. א שטרענגערע מהלך אקעגן כאמאס, און א געזונטע מהלך אויפצובויען א אלטערנאטיוו פאר כאמאס אין עזה, וואס זאל קענען איבערנעמען פון ישראל די שליטה אין עזה. א שטערקערע מחוייבות צו ארויסנעמען די חטופים פון עזה. וכן הלאה, וכן הלאה.

אויב וועט די לאנד אויסוועלן די ערשטע אפציע, וועט פון היינט און ווייטער די לאנד אויסקוקן ווי אונגארן וכו', און אפשר נאך זוכה זיין אנצוקומען צו די דרגה פון רוסלאנד. און די בג"ץ וועט זיך נישט קענען אריינמישן. און שלום על ישראל.
אויב אבער די לאנד וועט אויסוועלן די צווייטע אפציע, וועט די בג"ץ קענען גוט אויספארשן אלע פרשיות אנגעבינדן אין ביבי (וואס וועט זיין דער ראש אופוזיציה), און קענען ארויסקומען מיט די פולע אמת. און אפילו ער וועט באשולדיגן ביבי, וועט זיין לאגער נישט זיין אזוי ברוגז, וויבאלד ער דינט נישט למעשה אלס ראה"מ, ס'איז נישט כאילו די בג"ץ האט אראפגעווארפן א ראש ממשלה מכהן. און אויב ער וועט ריינוואשן ביבי, וועט די אנדערע לאגער אויך נישט זיין ברוגז, ער איז שוין נישט ראה"מ און כל טוב (דאס איז אויסער וואס אין די לינקע לאגער, גלייבט מען מער אין די בג"ץ).

נישט פארשן ראש ממשלה מכהן​

נאך א שטארקע אויפטוה פון די דרשה איז, אז ס'וועט אוועקנעמען די אפציע פון פארשן און קלאגן א ראש ממשלה מכהן, ענליך צו אמעריקע.
דאס איז זיכער און אנגענומען ביי יעדן, אז די אנפאנג פון די אלע קריזיסן וואס דער נשיא האט דערמאנט אין זיין דרשה, האט זיך אנגעפאנגען אין דעם טאג וואס אביחי מנדלבליט האט מחליט געווען אנצוקלאגן ביבי מיט זיינע דריי קעיסעס (תיק אלף, אלפיים, און ארבעת אלפים). די פאליטישע קריזיס, איז קלאר געווען א תוצאה פון די אנקלאגן ביבי, ווייל אסאך פארטייען האבן בשום אופן נישט געוואלט זיצן מיט א אנגעקלאגטן ראה"מ. די יוסטיץ רעפארם אויך, לויט די מתנגדים פון ביבי, איז פשוט אז ער האט געוואלט זיכער מאכן אז ער קומט נישט אן אין תפיסה, דורכן אונטערדרוקן די כח פון די בתי משפט אונטער די ממשלה. אבער אפילו לויט ביבי'ס פארטיידיגער'ס איז עס אויך נישט אינגאנצן אפגעפרעגט, ווי לוין זאגט קלאר אז די דריי כתבי אישום, האבן צוגעגעבן צו פארשטיין די נחיצות פון די רעפארם.
אשר על כן, איז צייט צו איינפירן אז מ'קען נישט פארשן און קלאגן א ראה"מ מכהן. אויב איז דא חשדות וועט עס מוזן ווארטן, ביז ער ווערט אויס ראה"מ. פארשטייט זיך אבער, אז דאס קען נאר ארבעטן מהיום והלאה, און נישט אויף צוריקוועגס.

סוף דבר​

די ליינער זאלן זיך נישט איינרעדן, אז איך אלס לינקער האלט אויף זיכער, אז די לינקע גייען אפהאלטן א זיג אין אזעלכע בחירות. פונקט פארקערט, לויט ווי ס'זעט מיר אויס, וועלן די רעכטע לכאורה געווינען. אבער ס'איז וויכטיג פארן סטאביליטעט פונעם לאנד, צו אפהאלטן נאך אזעלכע שטורמישע טעג א רעפרענדום איבערן לאנד. און דורכדעם אפמאכן אויף וועלכן וועג די מדינה פארט. צו פארט עס אויפן לינקן דעמאקראטישן מהלך, ווי רוב אייראפע וכו'. אדער אויפן רעכטן אויטאקראטישן מהלך ווי אונגארן ועוד (און אמעריקע אונטער טראמפ).

איך גלייב טאקע אז אויב די רעכטע וועלן געווינען, וועלן גאר אסאך פון מיינע קאלעגע-דענקער, פארלאזן דעם לאנד. דאס איז זיכער וואס איך וואלט געטון (ווען איך וואוין ווען דארט...). און די לאנד גייט זיך אויסטריקענען פון די ריכטיגע אקאדעמישע דענקער, פון די הייטעק ריזן, און פון די גרויסע פראפעסארן אין די רפואה אינסטוטציעס. און בלייבן נאר מיט אזעלכע חכמים ווי טלי גוטליב, מירי רגב, און שלמה קרעי, ניסים ואטורי וכו', (און פארשטייט זיך... די צענדליגער טויזנטער לומדים וואס גייען נישט אין צבא, ארבעטן נישט, צאלן זייער ווייניג טעקסעס, אבער ליגן אינגאנצן אויף די רעגירונג'ס פלייצעס). די איינקופט פון 13 ביליאן שקלים (בערך 3.61 ביליאן דאלער) וואס דארף אריינקומען טעקסעס פון די WIZ פירמע, וועט נישט אריינגיין אין די קופת המדינה, נאך וואס אזעלכע יוגנטליכע (לינקע געיס פון תל אביב) וועלן נישט וואוינען אין 'ביביסטאן'.


(1) איך פארשטיי אז אסאך טוען גרינגשעצן אין דעם תצהיר, טענה'נדיג אז מ'קען נישט גלייבן דעם בר, נאך וואס ער איז געפלויגן בבושת פנים דורך ביבי, און נאך וואס ער איז מיאוס דורכגעפאלן אין אקט' 7. און ראה"מ ביבי האט אפגעוואנדן אלע זיינע טענות. און ס'ווערט א הי סעיד שי סעיד.
כאטשיג דאס איז נישט די ציל פונעם ארטיקל, וועל איך נאר אנמערקן א דבר פשוט: רונן בר דינט שוין אין שב"כ פאר די לעצטע איבער 30 יאר זייט 93' (נאכן דינען אין מיליטער כרגיל). און כסדרו של עולם האט ער זיך שטאטליך ארויפגערוקט די שטאפלען פונעם לייטער, ווערנדיג סגן ראש פון די ספעשל אפערעישאן'ס יוניט אין 01', אין ראש פון די יוניט אין 05'. אין 11' איז ער געווארן הויפט פון אלע אפערעישאן'ס יוניטס. אין 16' איז ער געווארן לראש אגף המטה האחראי על בניין הכוח של שירות הביטחון הכללי. און אין 18' איז ער געווארן סגן ראש שב"כ, ביז 21' ווען ער איז געווארן ראש שב"כ.
דאס מיינט צו זאגן דער מענטש איז געווארן ראש שב"כ דורך זיין ארבעטן, און דורכן גוט ארבעטן. די שב"כ אגענטור איז נישט קיין ישיבה אדער חסידות ווי דער זון אדער איידעם פון רבי'ן/ראש ישיבה ווערט ממלא מקום ווייל "אזוי קומט עס", און ס'איז נישט קיין פאליטישע קרעמל, וואו מ'דרייט זיך אריין דורכן שמירן די ריכטיגע חברה. מ'רעדט דא פון די שב"כ, וואס איז ממונה אויפן זיכערקייט און שיץ פון די ישראלי'שע איינוואוינער, פון די עליטע אינטעלידזשענטס גרופעס איבער די וועלט.

מצד שני האמיר ביבי נתניהו, וואס א שטיקל הספד אויף אים האב איך שוין געשריבן דא, א פאטאלאגישער שקרן וואס די וועלט האט קוים געזען, די מושג אמת שטייט אים נישט גראד אין זיין מויל. און דאס איז נישט קיין רלביסטישע אפשאצונג. יעדער געדענקט און האט מיטגעהאלטן ווי ער האט געדרייט בני גאנץ ביי די ממשלה החלופית, ווי ער האט צוגעזאגט ברקת'ן די שר האוצר, אא"וו אא"וו. די אלע צענדליגער מענטשן און גרופעס וואס ער האט געדרייט כפרות מיט זיי, ווי אן עכטן פאליטישן - און דאס איז טאקע זיין דזשאב. אבער אים צו לייגן אקעגן בר ווי א הי סעיד שי סעיד, איז א ביטערע געלעכטער.

דאס איז חוץ המעשה, וואס בר האט צוגעשטעלט 31 קאנפידענשאל זייטן צו זיין תצהיר, וואס דארפן צו ערהאלטן ראיות און הוכחות צו אלע זיינע טענות (ווי למשל, די אלע פאדערונגען וואס ביבי האט געפאדערט פון אים צווישן פיר אויגן, האט ער גלייך נאכדעם איבערגעגעבן זכרון דברים פאר זיין סעקרעטאר, און זי האט עס אריינגעלייגט אין דעם סיסטעם בשעת מעשה, אויף אן אופן וואס מ'קען נישט פעלשן, וכדו'). ווען לעומתו האט ביבי גארנישט געטון זיך צו פארטיידיגן אויסערן ארויסשיקן זיינע דזשורנאליסטן "אויפצו-ווייזן" די שקרים פון רונן בר....

(2) עכט דארף זיין 15 שופטים אין בג"ץ, נאר אין ליכט פון די אנגייענדע שטרייט צווישן דער שר המשפטים לוין און די בג"ץ, קומען זיי זיך נישט צאם צו באשטעטיגן נאך שופטים. וואס דאס איז אלס א חלק פון די כאדאראם.

(3) וואס מ'דארף בעצם אוועקשטעלן א נארמאלע חוק יסוד חקיקה, און אפשר אפילו א קאנסטוטוציע. וואס איז א שמועס פאר זיך.​
 
בגץ איז שולדיג אין די גאנצע חאזעריי, זייט אהוד ברק האט געמאכט די בית משפט פאר נאך א פאליטישע פליגל האבן זיי פארלוירן קרעדיביליטי ביים עולם, און ווי דיר וואלף הידוע אפילו ווען זיי זענען יא גערעכט גלייבט מען זיי נישט, יעצט עסן מען די פירות פון א פאליטיזירטע יוסטיץ דעפארטמענט.
די סיסטעם אז שופטים ווערט ערוויילט דורך אנדערע שופטים אין די פאלק האט נישט קיין ווארט דערויף איז אזוי מיטלאלטערדיג און מען האט נישט קיין ציטרוי אין זיי. מען דארף מאכן אז
א. אדער דאס פאלק אדער די כנסת זאל ערוועלן די שופטים, נישט די שופטים אליינס.
ב. די בית משפט קען נישט מבטל זיין א געזעץ, זיי זענען נישט די כנסת, זיי דארפן משפטן נישט מחוקק זיין.
 
@כספי נישט קיין חילוק אז ער איז אנגעקומען אזוי הויעך ווייל זיין געטרייע ארבעט

סוף כל סוף, איז ער די גרעסטע פארעטער וואס די מדינה האט נאר אמאל געהאט!
יא! ער האט געוויסט אז חאמאס גייט אנפאלן ישראל, און מחליט געווען צו שווייגן, אויף זיינע פלייצעס ליידן די מד''י בירגער פאר א יאר א האלב, אלץ ווייל ער האט געהאפט אז אזוי גייט ביבי פליען,
די גרעסטע קאטאסטראפע וואס איז נאר געווען אין די היסטאריע פון מד''י האט ער געמאכט
און ס'איז נישט געלונגען, ביבי זיצט נאך אויפ'ן שטול, קומט ער מיט פרישע ליגענטס
 
Back
Top