א מעלדונג בשם דער ״וועקער״ רעדאקציע

חבקוק

מאדעראטאר
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
292
רעאקציע ראטע
2,552
פונקטן
423
איך בין פארבעטן געווארן דורך דער "וועקער" רעדאקציע צו פובליצירן די פאלגנדע מעלדונג:

״עס קומען כסדר בקשות אז מ'זאל ארויסגעבן PDF'ס פון די וועקער אויסגאבעס. די וועקער רעדאקציע קען דאס נישט טון, ווייל זי רעספעקטירט דעם ווילן פון די שרייבערס פון די ארטיקלען וואס האבן עס נאר געשריבן פאר'ן געדרוקטן פארמאט, און ווילן נישט אז ס'זאל זיך ארומדרייען אלס א PDF לכל עובר ושב. אבער די רעדאקציע קען ארויסגעבן א PDF פייל פון אלע ארטיקלען וואס די שרייבערס וועלן אונז שרייבן אן אימעיל אז זיי ווילן אז מ'זאל ארויסגעבן זייערע ארטיקלען פאר'ן פובליק.

דערפאר ווילן מיר בעטן אז יעדער שרייבער וואס וויל אז זיינס אן ארטיקל אינעם וועקער זאל אריינגיין אין א PDF פאר'ן פובליק, זאל שרייבן צו [email protected] אין די נעקסטע וואך צוויי, און נאכדעם וועט מען אי"ה ארויסגעבן א PDF פון די אלע ארטיקלען.״
 
א גרויסן דאנק!

מ'דארף זעהן צו פארשפרייטן די מודעה, ס'זאל אנקומען צו אלע שרייבערס פון די וועקער. אפשר זאל איינער שיקן אישי'ס צו אלע ניקס אין ק"ש, אדער צו אלע שרייבערס. אדער איינער וואס קען די שרייבערס (ווי @שמעקעדיג) זאל זיך פארבינדן מיט זיי, און זיי מודיע זיין די וויכטיגע מודעה.
 
יישר כח @חבקוק פארן זיך אריינלייגן דערין. עס איז about time פאר די ארטיקלען ארויסצוקומען פון שאץ קאמער - ליהנות בהם בני אדם. און איך האף טאקע אז אלע שרייבערס דארט וועלן מסכים זיין צו פארשפרייטן זייערע ווערק.
 
איך בין פארבעטן געווארן דורך דער "וועקער" רעדאקציע צו פובליצירן די פאלגנדע מעלדונג:

״עס קומען כסדר בקשות אז מ'זאל ארויסגעבן PDF'ס פון די וועקער אויסגאבעס. די וועקער רעדאקציע קען דאס נישט טון, ווייל זי רעספעקטירט דעם ווילן פון די שרייבערס פון די ארטיקלען וואס האבן עס נאר געשריבן פאר'ן געדרוקטן פארמאט, און ווילן נישט אז ס'זאל זיך ארומדרייען אלס א PDF לכל עובר ושב. אבער די רעדאקציע קען ארויסגעבן א PDF פייל פון אלע ארטיקלען וואס די שרייבערס וועלן אונז שרייבן אן אימעיל אז זיי ווילן אז מ'זאל ארויסגעבן זייערע ארטיקלען פאר'ן פובליק.

דערפאר ווילן מיר בעטן אז יעדער שרייבער וואס וויל אז זיינס אן ארטיקל אינעם וועקער זאל אריינגיין אין א PDF פאר'ן פובליק, זאל שרייבן צו [email protected] אין די נעקסטע וואך צוויי, און נאכדעם וועט מען אי"ה ארויסגעבן א PDF פון די אלע ארטיקלען.״
ס'איז עפעס געווארן מיט דעם?
 
פארוואס זאל נישט די וועקער רעדאקציע פשוט איבער פרינטן די אלע וועקערס, עס מאכן אוועילעבל אויף אמאזאן פאר יעדעם צו קויפן?
 
ס'איז שוין ארויס געקומען די פדפ'ס?
 
ס'איז שוין ארויס געקומען די פדפ'ס?
איך האב געפרעגט אפאר חדשים ציריק און זיי האבען מיר געזאגט אז קיין איין שרייבער האט זיך נישט געמאלדען אז ער וויל מ'זאל ארויסגעבען זיין ארטיקעל
 
איך האב געפרעגט אפאר חדשים ציריק און זיי האבען מיר געזאגט אז קיין איין שרייבער האט זיך נישט געמאלדען אז ער וויל מ'זאל ארויסגעבען זיין ארטיקעל
ס'דא ערגעץ ווי מען קען ליינען זייערע זאכן?
 
איך האב געפרעגט אפאר חדשים ציריק און זיי האבען מיר געזאגט אז קיין איין שרייבער האט זיך נישט געמאלדען אז ער וויל מ'זאל ארויסגעבען זיין ארטיקעל

די מצב דא מאכט נישט קיין טראפ סענס! איך בין זיכער אז אלע צו רוב שרייבער אין די וועקער, קענען באשטיין אז זייערע ווערק זאלן פארשפרייט ווערן בקרב ישראל, און ס'זאל נישט זיין 'ולא ניגע לריק'.
די פראבלעם איז נאר, אז קיינער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין דעם.

לאמיר אנהייבן מיט די וואס באזוכן נאך, אדער זענען איינגעשריבן דא אין קרעמל.
  • @יצחק לאווי זענט איר מסכים אז די וועקער הנהלה זאל ארויסלייגן אייערע ווערק און בריוון פון די וועקער אויסגאבעס (צווישן זיי: זוכן דעם אמת מיט ספיקות - #9, נהמא דכיסופא - #10, ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט - #11)?
  • @מי אני זענט איר מסכים אז די וועקער הנהלה זאל ארויסלייגן אייערע ווערק פון די וועקער אויסגאבעס (צווישן זיי: א נחמה פאר א צובראכענעם אבל - #18, תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - #15)?
  • @פרידא וויזל האט שוין אליין ארויסגעגעבן איר אינטערוויא מיט די וועקער אויסגאבע, סאו אירס קען מען זיכער ארויסלייגן.
  • @מאָצל טויב זענט איר מסכים אז די וועקער הנהלה זאל ארויסלייגן אייערע ווערק פון די וועקער אויסגאבעס (צווישן זיי: אן אורח צום סדר - #8, דער גרינער יצר טוב ב' חלקים #18-19)?
  • @הבל וריק זענט איר מסכים אז די וועקער הנהלה זאל ארויסלייגן אייערע ווערק פון די וועקער אויסגאבעס (צווישן זיי: אידענטיטעט קריזיס -#11)?
  • @וואלווי זענט איר מסכים אז די וועקער הנהלה זאל ארויסלייגן אייערע ווערק פון די וועקער אויסגאבעס (שו"ת זאב יטרף)?
און יעצט א רשימה פון שרייבערס און זייערע ארטיקלען (וואס כ'האב געקענט צאמשלעפן, כמובן אז ס'איז נאר א טיפה מן הים), יעדער וואס קען איינער פון די חברה, זאל זיך ביטע ווענדן צו זיי, מיט א בקשה צו שיקן א אימעיל צו די א"ד אדרעס, מיט א רשות ארויסצולאזן זייערע ארטיקלען:
  • מיימון - חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - #13-14-15-16,
  • ליטוואק פון בודאפעסט - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק - #10, מיין לעבן אן א סמארטפאון - #19
  • געוואלדיג - רעכטן אדער פליכטן - #12
  • פראפעסאר - תורת ישעיה לייבוביץ' - #14, די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט #17,
  • דער געוואגטער אינגל - דער ראדימנער פראצעס
  • ונבנתה העיר - נאר יאוש איז פארהאן - #7, אז א איד מאכט א פויסט - #11, אני לדודי ודודי לי - אין דין אדער צוויי דינים - #12, הבית הזה יהיה עליון - #17
  • הרב מיכל הירש (גראדע מעכעלע?) - ווען איז די משנה געשריבן געווארן - #9, תגלחת נשים, די היסטאריע, הלכה, און באדייט - #16
  • אברהם בענעדיקט - זמן חירותינו במשנת שפינאזע #8, זמן שמחתינו במשנת קאנט - #10,
  • הוגה - גאט איבער אלעם און אין אלעם - #10, זמן חירותינו: מיר זענען פריי בוחר צו זיין - #12,
  • אמירה רכה - פינף בריוון צו הבדלה, דער שבת איז שבת'דיג - #17
  • געפילטע פיש
  • ארי נוהם - מסכת סגולות #10, היסטארישע איבערזיכט אויף תורת הקבלה #11 און ווייטער, ספר יצירה וואס איז דאס - #13,
  • יהודה מאשקאוויטש - אהרן קדוש ה' (שטיינמאן) - #11, ווען אקאדעמיקער קענען נישט קיין מודה אני - #15,
  • יידל - א הינער שטורעם, ווערטער: אן אוצר וואס מיר קענען שענקען אונזערע קינדער - #16
  • פרייוויליג - ווען אידישקייט איז העכער פון הרגשים #17,
  • קטלא קניא - אויף די פיטסבורג געשעעניש - #15, גאלדי און די דריי בערן - #15, א קינה אויפן חורבן - #16,
  • חקרן - אבשלום בן מעכה - #16
  • יהושע כהנא - די אידישע שבת טיש - #16
  • שלמה גרינוואלד - ויזעק שאול #15
  • ראובן/אבטולמוס - תורה ווירדן - #8?, פרויען פארבאטן - #15,
    קאלומס: מאזאאיק, בימים ההם - דאס געדרוקטע ווארט פון אמאל,
  • סאמועל - בקנאו את כינוסי #13,
  • רויטע וואנצעס - ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה - #11, מיטן רבי'ן אין קאנטרי - #13, דער קול פונעם יחיד - #13, אומאן טאג בוך #14
  • נח פייפער - פאראויס אדער צוריק-צו-וועגס - #9, מנשה לוסטיג - #13
  • פלאוויוס - סמארטפאון איז יא א שעבוד - #13
  • ריכטיג - הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן ז"ל - #9, שלא שינו את לשונם - #12
  • יצחק וואלד - א תרתי דסתרי פאר'ן סדר - #8, רויזן און דערנער - #10, דעם זיידנ'ס ירושה - #10, א פערפעקטער פארפאלק - #11, ווידעראויפבוי - #14
  • פאלקמאן - דער רענאנסענס חסיד (שילער) - #12
  • יששכר - ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה - #9
  • אורים ותומים - פויבסטליכער פונעם פויבסט - #9
  • חוה פויגל - ביטער פארן קינד - #8
  • שמעון זית - מאמע אייוואסקא - #13
  • מאך זיכער - די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - #17
  • וועקער שטאב - קאלום: בליצן - געשעענישן און אנטוויקלונגען.
אזויווי וועקער נומער 16 האב איך אין באזיץ, וועל איך דא אריבערלויפן אלע ארטיקלען און זייערע שרייבער'ס (די וואס זענען נאכנישט דערמאנט אויבן):
  • העניך - א סוכה'לע א קליינע. וויאזוי וועט מען זען דעם היינט ווען מ'קוקט צוריק מארגן.
  • שלמה גוטמאן - דינען דעם אויבערשטן מיט קונסט (אינטערוויא מיט באריס דובראוו)
  • שלום בערגער - ווען די צייט ווערט צוברעקלט
  • יואל בערגער - כפה עליו הוט כגיגית
  • נתן פריינד - העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות
  • מנשה לוסטיג - חסידישער עקסרעי
  • ח. בחור - די איי
  • אברהם בן ברוך - עלען (דערציילונג)
נאך אפאר ארטיקלען וואס כ'ווייס נישט ווער ס'האט עס געשריבן, דער וואס ווייסט זאל זיך ביטע ווענדן צו זיי, אדער לאזן דער עולם דא וויסן, אפשר קען זיי איינער דא.
  • אתם ראיתם - #12
  • שמועס מיט הג"ר מנשה פילאפ - #13
  • מיין רבי ר' שמואל (אויערבאך) - #12
  • אינטערוויא מיט הג"ר ישכר כץ - #14
  • ווייב פון א חסידי'שן אינטעלעקטואל - #19
ווער ס'ווייסט פון נאך שרייבער אדער ארטיקלען, ווערט געבעטן צו צולייגן צו דעם ליסטע.

אזוי אויך, ווער ס'ווענדט זיך צו א שרייבער זאל ביטע לאזן דא וויסן, אדער קען מען מיר שיקן א אישי, כדי צו קענען מסדר זיין די ליסטעס.
 
מיימון - חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - #13-14-15-16,
@מיימון איז אויך דא מיט אונז. בעטן מיר אייך מיט א הארציגע בקשה, שיק א אימעיל צו די וועקער הנהלה, זאל ארויסגעבן אייערע ווערק. אדער קענט איר אליינס ארויסגעבן.
 
איך כאפ נישט פארוואס מדארף בכלל האבן רשות, זיי האבן דאך געגעבן די רעכט פאר די וועקער עס צו פארקויפן פאר ווער ס'וויל עס, זיי האבן קיינמאל נישט געלייגט קיין לימיט ביז ווען און פארוועם מ'מעג עס פארקויפן.

אז איך וויל פארבארגן פאר איינעם א אלטע וועקער וואס ליגט ביי מיר, דארף איך פרעגן רשות פון אלע שרייבערס?
 
איך ווייס פון איינער וואס טראכט פון אנקומען צו א בוך, במילא קען איך פארשטיין אז ס'איז דא אזעלכע.

אבער גערעכט, רוב האבן זיכער נישט קיין פראבלעם.

א גרויסע דאנק @כספי איך האב ליידער נאכנישט געליינט כמעט קיין איין וועקער. דאס וואס דו ברענגסט קוקט אויס ווי אן אוצר גדול וואס קען באמת מהנה זיין אונזער דור עני ושפל.
 
און יעצט א רשימה פון שרייבערס און זייערע ארטיקלען (וואס כ'האב געקענט צאמשלעפן, כמובן אז ס'איז נאר א טיפה מן הים), יעדער וואס קען איינער פון די חברה, זאל זיך ביטע ווענדן צו זיי, מיט א בקשה צו שיקן א אימעיל צו די א"ד אדרעס, מיט א רשות ארויסצולאזן זייערע ארטיקלען:
אזוי ווי קיינער האט זיך נישט אנגערופן, ובמקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, גייט מען אין די נעקסטע פאר טעג שיקן אישי'ס פאר אלע שרייבער'ס, ותקותינו איתנה אז די חשוב'ע שרייבער'ס זאלן זיך אנרופן ווארעם, און מיטשטיין צוהילף.

אפדעיט: פאר אלע וואס שרייבן דא, האט מען שוין געאישי'ט. די קומענדיגע פאר טעג וועט מען זיך נעמען צו די אנדערע בעז"ה, יעדער וואס האט עפעס א וועג אנצוקומען צו די א"ד שרייבער'ס, ווערט געבעטן זיך אנצורופן (אדער אין אישי) ווי אמשנעלסטן. וזכות הרבים תלוי בכם!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top