Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אין א דעמאקראטישן סייט קען קיינער נישט זאגן אז ער איז מחליט וואס איז די פונקטליכן גדר פון גראפיש. נאר וואס דען, מ'גייט מיט א רוב. א מאד האט עס באהאלטן לדון, און א צווייטער מאד האט עס ענדגילטיג פארמעקט. און מ'האט דערווייל נישט געהערט קיין טענות פון די אנדערע מאדס אויפן באהאלטן און מעקן, וואס כנראה ווער פון זיי ס'האט עס געזעהן האט מיטגעשטימט.נאך וואס ס'מיר יעצט פאמעקט געווארן דאס ערשטע הודעה מיט'ן טענה אז ס'איז גראפיש, וויל איך פארשטיין גענוי די כללים פון גראפישע אינהאלט.
איז אזוי, ווי באקאנט איז דאך קרעמל בארימט מיט איר פרייהייט פון רעדן וואס דערפאר רעדט מען זיך דורך פארשידענע וויכטיגע שמועסן און טאפיקס וואס קענען נישט גערעדט ווערן מיט יעדעם איינעם.
דאס איז פשוט און ווי אויך געשעצט.
ווי די פראבלעם הייבט זיך אן, איז אז משום מה איז מיין נארישע ווערטל'דיגע תגובה גענומען געווארן היפש גראפיש ווי כאילו מ'רעדט נישט פון יענע זאך דא אויפ'ן קרעמל, כאטש וואס כ'האב נאר דערמאנט ברמיזה.
יעצט, די ווערטל איז נאריש און קינדעריש. קענסטעס מעקן געזונטערהייט. (אדער מאכן אן אלערט.) וואס איך וויל אבער פארשטיין, וואס זענען די גרעניצן? פארוואס זעהט מען גאנצע שנירלעך וואס דעקן א טאפיק און דערנאך ביים דערמאנען עפעס ברמיזה, ווערט עס געמעקט?
איך וויל ענדיגן מיט דעם אז איך שעץ די הנהלה לאין קץ. איך וויל נאר פארשטיין די געדאנק.
Click to expand...
נאך א בעיבי רעדט נישט צו דיין הארץ, ס'רעדט צו דיין ווייבס וועדזשיינע.
איך שפיר אז עס איז געווען א שטיקל פערזענליכע ״אתה יצרת״ סיטואציע פון ביידע צדדים, איז איך שטעל עס צוריק.אבער קען זיין ס'וואלט טאקע נישט געדארפט געמעקט ווערן. כ'מיין עס איז נישט קעגן תקנות המקום. אז איינעם שטערט עס זאל ער געבן א דיסלייק.
איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט אין אסאך קאנטעקסטן, אבער אויב אסאך הודעות וועלן האבן פאָק שיט גרעבץ ברעכאטץ וועדזשיינע פוסי דיק א.א.וו. וועט א גרויסע עולם אנטלויפן ואני בתוכם, אין שול גיי איך נישט שטיין אין אזא סארט קופקע.וואס די פאָק איז דאס מעקעראַציע דא?
נישטא קיין סיבה צו מעקן, יעדער קען און זאל שרייבן וואס די פאָק מען וויל!
(אגב ווערדזיינע איז נישט פארעכנט ווי א שמוציגע ווארט, אויב עפעס איז פּ*סי די מער וואלגארע ווארט)
דער אמת איז אז אנדערש פון עראטישע און גראפישע הודעות וואס מען האט שוין אויפגעברענגט פאר א שטימע און רוב וועטעראנען האבן געשטימט אז עס זאל זיין פארבאטן, האט מען נאך קיינמאל נישט אויפגעברענגט די נושא אויב וואולגאריזם זאל זיין פארבאטן אין ״קרעמל״. אויב א וועטעראן שפירט אז עס זאל זיין פארבאטן דארף עס ווערן אויפגעברענגט אלץ א פארשלאג אויפן ״קרעמל פארשלאגס טישל״ און די וועטעראנען וועלן שטימען יעי אדער נעי.@חבקוק דו קענסט רעדאגירן הודעות? אויב יא, פארוואס קענסטו נישט לייגן א ספוילער שמוציג ווארט אדער כעין זהשמוציג ווארט
ס׳איז א בחינה פון עת לעשות לה׳ הפרו תורתך…
רעדט אין דיין נאמען, דו פארטרעטסט נישט קיינעם.איך וועל זאגן הויעך וואס יעדער טראכט.
די מעסעדש האט נישט עכט קיין תוכן. (איך פארשטיי נישט אפי' פונקליך וואס ער וויל ארויסברענגען.)
אבער קען זיין ס'וואלט טאקע נישט געדארפט געמעקט ווערן. כ'מיין עס איז נישט קעגן תקנות המקום. אז איינעם שטערט עס זאל ער געבן א דיסלייק.
אבער פאר די אנדערע תגובה ווי ער רופט חבקוק א 'דיקטאטור' און נאך אסאך פערזענליכע אטאקעס, מוז איך דא מוחה זיין.
@נחבי בן ופסי
דו ווייסט וויפיל הונדטערטע שעות @חבקוק לייגט אריין בחינם צו ערלויבן טאקע דיר צו שרייבן אויף א פלאץ בלי צענזור.
ער האט דיר געמעקט.... קומט זיך איהם נישט צו פרובירן איהם פארשטיין?
שיק א פריוואטע מעסעדש און אפשר וועט ער הערן וואס דו האסט צו זאגן.
דיקטאטור, נסרח ווערן...
קיין איין ווארט נישט אמת. און יעדער ווייסט עס.
די קרעמל איז פיל מיט לאוו און עקסעפטענס. (פאר דיר נחבי אויך.)
עס האט מיר זייער געבאדערט צו זעהן ווי דו רייסט אראפ א מנהל וואס ארבעט אזוי שווער דווקא יא צו זיין טרענספערענט, אן געבן איהם פאר א רגע די בענעפיט אף די דאוט.
לאמיר אלע רעדן מיט רעספעקט צו יעדן גלייך.