מען האט מיך פארמעקט. פארוואס?

מ'קען אליין מעקן די אייגענע הודעות (די ערשטע פאר טעג), אבער נישט דעם ערשטן הודעה פונעם שנירל, היות ווען מ'מעקט עס מעקן זיך אויס אלע אנדערע הודעות פונעם שנירל.
 
נאך וואס ס'מיר יעצט פאמעקט געווארן דאס ערשטע הודעה מיט'ן טענה אז ס'איז גראפיש, וויל איך פארשטיין גענוי די כללים פון גראפישע אינהאלט.

איז אזוי, ווי באקאנט איז דאך קרעמל בארימט מיט איר פרייהייט פון רעדן וואס דערפאר רעדט מען זיך דורך פארשידענע וויכטיגע שמועסן און טאפיקס וואס קענען נישט גערעדט ווערן מיט יעדעם איינעם.

דאס איז פשוט און ווי אויך געשעצט.

ווי די פראבלעם הייבט זיך אן, איז אז משום מה איז מיין נארישע ווערטל'דיגע תגובה גענומען געווארן היפש גראפיש ווי כאילו מ'רעדט נישט פון יענע זאך דא אויפ'ן קרעמל, כאטש וואס כ'האב נאר דערמאנט ברמיזה.

יעצט, די ווערטל איז נאריש און קינדעריש. קענסטעס מעקן געזונטערהייט. (אדער מאכן אן אלערט.) וואס איך וויל אבער פארשטיין, וואס זענען די גרעניצן? פארוואס זעהט מען גאנצע שנירלעך וואס דעקן א טאפיק און דערנאך ביים דערמאנען עפעס ברמיזה, ווערט עס געמעקט?

איך וויל ענדיגן מיט דעם אז איך שעץ די הנהלה לאין קץ. איך וויל נאר פארשטיין די געדאנק.
 
קודם כל @גצלאל ביסט דאך פון די געשמאקע באשטייערער צום קרעמל! יישר כח פאר די זיסקייט וואס דו ברענגסט אלעמאל אריין!

נאך וואס ס'מיר יעצט פאמעקט געווארן דאס ערשטע הודעה מיט'ן טענה אז ס'איז גראפיש, וויל איך פארשטיין גענוי די כללים פון גראפישע אינהאלט.
אין א דעמאקראטישן סייט קען קיינער נישט זאגן אז ער איז מחליט וואס איז די פונקטליכן גדר פון גראפיש. נאר וואס דען, מ'גייט מיט א רוב. א מאד האט עס באהאלטן לדון, און א צווייטער מאד האט עס ענדגילטיג פארמעקט. און מ'האט דערווייל נישט געהערט קיין טענות פון די אנדערע מאדס אויפן באהאלטן און מעקן, וואס כנראה ווער פון זיי ס'האט עס געזעהן האט מיטגעשטימט.

אבער. משום כבודך, היות דו פרעגסט, לייג איך עס ארויף מיט א ספוילער, כדי וועטעראנען זאלן זיך אנרופן אויב זיי האלטן אנדערש. (כ'זעה דארט דריי געמעקטע הודעות, די ערשטע איז דיינס)

1. חכם איינער. מ'רעדט נישט דא סתם פון אן אפענער זיפער. די מדובר איז ווען ס'שלענגלט זיך 'עפעס' ארויס אויכעט.

2. שוין א אלטע מדובר אויב מען נוצט די לאך פונעםַ אונטער הויזן אדער מען שלעפט ארויס העכער דעם

3. דו ביסט דער בחור וואס כאפט זיך דארט א אגאנצען צייט?.

איז אזוי, ווי באקאנט איז דאך קרעמל בארימט מיט איר פרייהייט פון רעדן וואס דערפאר רעדט מען זיך דורך פארשידענע וויכטיגע שמועסן און טאפיקס וואס קענען נישט גערעדט ווערן מיט יעדעם איינעם.

דאס איז פשוט און ווי אויך געשעצט.

ווי די פראבלעם הייבט זיך אן, איז אז משום מה איז מיין נארישע ווערטל'דיגע תגובה גענומען געווארן היפש גראפיש ווי כאילו מ'רעדט נישט פון יענע זאך דא אויפ'ן קרעמל, כאטש וואס כ'האב נאר דערמאנט ברמיזה.

יעצט, די ווערטל איז נאריש און קינדעריש. קענסטעס מעקן געזונטערהייט. (אדער מאכן אן אלערט.) וואס איך וויל אבער פארשטיין, וואס זענען די גרעניצן? פארוואס זעהט מען גאנצע שנירלעך וואס דעקן א טאפיק און דערנאך ביים דערמאנען עפעס ברמיזה, ווערט עס געמעקט?

איך וויל ענדיגן מיט דעם אז איך שעץ די הנהלה לאין קץ. איך וויל נאר פארשטיין די געדאנק.
Click to expand...

לויט מיין מיינונג און די מיינונג פון רוב מאַדס גייען אזוינע הודעות אריין אין די כלל פון גראפישע און עראטישע הודעות וואס איז נישט ערלויבט אפילו אין די ״פון הינטערן פארהאנג״ פארומס נאר ווען עס פעלט זיך אויס פאר אינפארמאטיווע הילף אויף אן ערוואקסענעם פארנעם. די באטרעפענדע שנירל איז אין די אפענע פארומס ווי הודעות בנוגע פון סעקסועלע נושאים איז בכלל נישט ערלויבט.
 
חברינו @נחבי בן ופסי האט מיר קריטיקירט דא פארן מעקן זיינס אן הודעה. מען קען נישט אוועקמאכן די קריטיק במחי יד, עס איז מעגליך איך האב גע׳פסק׳נט אומריכטיג, אלזא לייג איך דא ארויף די הודעה און אויב דער עולם וועטעראנען שפירן אז דאס האט נישט געדארפט געמעקט ווערן וועט מען אוודאי צוריקלייגן.

נחבי בן ופסי האט געשריבן:
נאך א בעיבי רעדט נישט צו דיין הארץ, ס'רעדט צו דיין ווייבס וועדזשיינע.
 
איך וועל זאגן הויעך וואס יעדער טראכט.

די מעסעדש האט נישט עכט קיין תוכן. (איך פארשטיי נישט אפי' פונקליך וואס ער וויל ארויסברענגען.)
אבער קען זיין ס'וואלט טאקע נישט געדארפט געמעקט ווערן. כ'מיין עס איז נישט קעגן תקנות המקום. אז איינעם שטערט עס זאל ער געבן א דיסלייק.

אבער פאר די אנדערע תגובה ווי ער רופט חבקוק א 'דיקטאטור' און נאך אסאך פערזענליכע אטאקעס, מוז איך דא מוחה זיין.

@נחבי בן ופסי
דו ווייסט וויפיל הונדטערטע שעות @חבקוק לייגט אריין בחינם צו ערלויבן טאקע דיר צו שרייבן אויף א פלאץ בלי צענזור.
ער האט דיר געמעקט.... קומט זיך איהם נישט צו פרובירן איהם פארשטיין?
שיק א פריוואטע מעסעדש און אפשר וועט ער הערן וואס דו האסט צו זאגן.

דיקטאטור, נסרח ווערן...
קיין איין ווארט נישט אמת. און יעדער ווייסט עס.

די קרעמל איז פיל מיט לאוו און עקסעפטענס. (פאר דיר נחבי אויך.)

עס האט מיר זייער געבאדערט צו זעהן ווי דו רייסט אראפ א מנהל וואס ארבעט אזוי שווער דווקא יא צו זיין טרענספערענט, אן געבן איהם פאר א רגע די בענעפיט אף די דאוט.

לאמיר אלע רעדן מיט רעספעקט צו יעדן גלייך.
 
אבער קען זיין ס'וואלט טאקע נישט געדארפט געמעקט ווערן. כ'מיין עס איז נישט קעגן תקנות המקום. אז איינעם שטערט עס זאל ער געבן א דיסלייק.
איך שפיר אז עס איז געווען א שטיקל פערזענליכע ״אתה יצרת״ סיטואציע פון ביידע צדדים, איז איך שטעל עס צוריק.

א גרויסן דאנק פאר דיין לאוו 😍
 
פאר דיר @נחבי בן ופסי וויל איך זאגן, איך האב זייער הנאה פון כמעט אלע דיינע הודעות, און איך פארשטיי זייער גוט די ברען צו פרעגן און טזשעלענדזשן, עמו אנכי בצרה, אבער דו ווילסט אויך האבן אן אודיענץ וועם צו פרעגן, שטופן, און טזשעלענדזשן, די פראגע ביי יעדע הודעה דארף זיין אויב עס טוט בלויז טזשעלענדזשן און מאכן טראכטן אדער טוט עס פארטרייבן די מיט וועם דו ווילסט מיטשמועסן.

מען קען אפמאכן אז די סטאנדארטן פון די פארומס זאלן זיין גענצליך לויט דיין געשמאק, אבער די פראגע איז ווער וועט דא בלייבן? עס קען ווערן די זעלבע סארט עקאו טשעמבער פון וואו דו ווילסט אנטלויפן, אשע״כ קוק איך אן די מינימאלע צענזור ווי א הילף פאר די ענוועלאופּ שטיפּערס ווי דיר, נישט ווי א שטער חלילה. האבנדיג דאס געזאגט, אויב איך אדער איינע פון די מאדס טוען אמאל עפעס אומבארעכטיגט איבערגעאיילטערהייט זענען מיר אלע גרייט צו הערן און זיך טוישן.
 
וואס די פאָק איז דאס מעקעראַציע דא?

נישטא קיין סיבה צו מעקן, יעדער קען און זאל שרייבן וואס די פאָק מען וויל!

(אגב ווערדזיינע איז נישט פארעכנט ווי א שמוציגע ווארט, אויב עפעס איז פּ*סי די מער וואלגארע ווארט)
 
@חבקוק דו קענסט רעדאגירן הודעות? אויב יא, פארוואס קענסטו נישט לייגן א ספוילער שמוציג ווארט אדער כעין זה
שמוציג ווארט
 
איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט אין אסאך קאנטעקסטן, אבער אויב אסאך הודעות וועלן האבן פאָק שיט גרעבץ ברעכאטץ וועדזשיינע פוסי דיק א.א.וו. וועט א גרויסע עולם אנטלויפן ואני בתוכם, אין שול גיי איך נישט שטיין אין אזא סארט קופקע.

יעצט, איך בין מסכים אז דאס מעקן איז געווען א טעות און אז מען מעקט יא דארף עס ווערן איבערגעשמועסט מיט מער מאדס (דאס מאל האב איך געכאפט און געמעקט אנדערש ווי געווענטליך וואס מען שמועסט עס איבער און אנדערע מאדס האלטן מיר אפ) אבער קרעמלער דארפן וויסן די תוצאות פון נוצן אזא סארט שפראך סתם אזוי אינמיטן א נארמאלע שמועס אויף אן אופן וואס מען וואלט עס נישט גענוצט אין א געהעריגע ריעל לייף שמועס מיט חברים, מען דארף נוצן שכל און טאקט, כן נלע״ד.

@חבקוק דו קענסט רעדאגירן הודעות? אויב יא, פארוואס קענסטו נישט לייגן א ספוילער שמוציג ווארט אדער כעין זה
שמוציג ווארט
דער אמת איז אז אנדערש פון עראטישע און גראפישע הודעות וואס מען האט שוין אויפגעברענגט פאר א שטימע און רוב וועטעראנען האבן געשטימט אז עס זאל זיין פארבאטן, האט מען נאך קיינמאל נישט אויפגעברענגט די נושא אויב וואולגאריזם זאל זיין פארבאטן אין ״קרעמל״. אויב א וועטעראן שפירט אז עס זאל זיין פארבאטן דארף עס ווערן אויפגעברענגט אלץ א פארשלאג אויפן ״קרעמל פארשלאגס טישל״ און די וועטעראנען וועלן שטימען יעי אדער נעי.
 
עס דערמאנט די תמימות'דיג בחור וואס האט איהם אנגעכאפט איין טאג א רעבעליעס אימפולס.
ער קומט אהיים און זאגט פארן מאמע,
"גענוג געווען, פון היינט מאל אן זאג איך מיאוסע ווערטער וויפיל מיין הארץ באגערט. פּעקי פּעקי פּעקי פּעקי. טוה מיר עפעס."
 
רעספעקט, אידן, רעספעקט.

אפגעזען צי ס'איז געווען די ריכטיגע החלטה צו מעקן דעם מעסעדזש, קומט זיך די פולסטע רעספעקט פאר דער הנהלה, ובפרט פאר דעם אומבאשרייבליך געטרייען @חבקוק.

כ'מיין אז דער וועג וויאזוי דער סייט ווערט געפירט איז מיט א זעלטענער טרענספערעסי, אויף יעדער געמעקטער הודעה איז דא פולער אקאונטעביליטי און די מאדס דארפן מסביר זיין זייערע שריט אדער צוריקלייגן, וואס דאס פאר זיך איז איבער גענוג סיבה צו פארלאנגען מינימום רעספעקט.

נידערט ענקערע טענער, ניצט נישט קיין אבסורדע "דיקטאטאר" טערמינען, און דריקט אויס אייער מיינונג אויף א רעספעקטפולן ערוואקסענעם אופן.
 
כל הכבוד חבקוק פארן נעמען די מיה צו ענטפערן און זיך פארשטיין געבן.
 
איך וועל זאגן הויעך וואס יעדער טראכט.

די מעסעדש האט נישט עכט קיין תוכן. (איך פארשטיי נישט אפי' פונקליך וואס ער וויל ארויסברענגען.)
אבער קען זיין ס'וואלט טאקע נישט געדארפט געמעקט ווערן. כ'מיין עס איז נישט קעגן תקנות המקום. אז איינעם שטערט עס זאל ער געבן א דיסלייק.

אבער פאר די אנדערע תגובה ווי ער רופט חבקוק א 'דיקטאטור' און נאך אסאך פערזענליכע אטאקעס, מוז איך דא מוחה זיין.

@נחבי בן ופסי
דו ווייסט וויפיל הונדטערטע שעות @חבקוק לייגט אריין בחינם צו ערלויבן טאקע דיר צו שרייבן אויף א פלאץ בלי צענזור.
ער האט דיר געמעקט.... קומט זיך איהם נישט צו פרובירן איהם פארשטיין?
שיק א פריוואטע מעסעדש און אפשר וועט ער הערן וואס דו האסט צו זאגן.

דיקטאטור, נסרח ווערן...
קיין איין ווארט נישט אמת. און יעדער ווייסט עס.

די קרעמל איז פיל מיט לאוו און עקסעפטענס. (פאר דיר נחבי אויך.)

עס האט מיר זייער געבאדערט צו זעהן ווי דו רייסט אראפ א מנהל וואס ארבעט אזוי שווער דווקא יא צו זיין טרענספערענט, אן געבן איהם פאר א רגע די בענעפיט אף די דאוט.

לאמיר אלע רעדן מיט רעספעקט צו יעדן גלייך.
רעדט אין דיין נאמען, דו פארטרעטסט נישט קיינעם.

אז דו האסט נישט פארשטאנען די תגובה, דאן ליין איבער, לאז נישט יעדעם וויסן אז ביסט סטופיד.

דארפסט אויך קוקן די המשך, יענער פאר דעם האט געשריבן אז די ניגון נאך א בעיבי רעדט צו זיין הארץ 🤣 האב איך אויף דעם געשריבן מיין הודעה אז עס רעדט בכלל נישט צום הארץ, נאר ענדערש צו זיין ווייבס וועדזשיינע וואס דארף ארויסשטיפן די בעיביס.

ס'איז א ציניש ווערטל צו זיין "רעדן צום הארץ".
 
Back
Top