לאמיר אנאליזירן ווי "גרעיט" אמעריקע איז טאקע אינטער דעם פירער, די גרויסער "ביזנעסמאן" און דער בעסטער "דיעל מעיקער" אויף די גאנצע פּלאנעט, דאנאלד דזשעי טראמפ ירום הודו!
כינע קאַקט זיך אויס אויף אמעריקע!!!! זיי זאגן יעצט אז זיי זענען נאר אינטערסירט צו מאכן ביזנעס מיט אמעריקע אָן קיין סטראַשרייען!!!
פוטין און רוסלאנד קאקן זיך אויס אויף אמעריקע, און לאכן טראמפ אין פנים אריין און הערן נישט אויף צו אטאקירן ציווילע אין אוקריינא.
די פאליסטינער קאקן זיך אויס אויף אמעריקע און האלטן ווייטער 59 האַסטיטשעס, אפילו נאך די דירעקטע סטראשערייען פון טראמפ אז ס'גייט זיין העלל!
קאנאדא בויקאט אמעריקע, און זאגן קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט זיין קיין חלק פון אמעריקע, און אז זייער פריינטליכע באציאונגען זענען א פארגאנגענהייט!
מעקסיקא און קאנאדא ביידע לאכן פון טראמפ ווי שנעל ער האט געפאולדעט די נערישע "טעריף וואָר", און ווי די גאנצע וועלט האט זיך אויסגעלאכט פון טראמפ'ס טוישן די נאמען פון די "גאלף אף מעקסיקא"...!
פּאנאמא לאכט זיך אויס פון אמעריקע'ס סטראשערייען, און זאגן קלאר אז אויב אמעריקע קומט אין א מלחמה מיט זיי איבערצונעמען די קאנאל וועט זיין גרויסע קרבנות אויף "ביידע זייטן"...
על סאלוואדאר פרעזידענט לאכט טראמפ אין פנים אריין און זאגט אז ער וועט נישט ארויסלאזן די ראנג דעפארטירטע פון טראמפ'ס נייע עס.עס. (ICE בלע"ז) קיין על סאלוואדאר אפילו טראמפ וועט דאס קלאר פארלאנגען, אויסער אז אמעריקע וועט מסכים זיין צו טוישן מיט זיי פּריזענאָרס.
גרינלאנד און דענמארק זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט אמעריקע, און זייער לאנד איז נישט פאר סעיל, און וועט קיינמאל נישט ווערן א חלק פון די יו.עס.
דער וויצע פרעזידענט באזוך דארט איז געוועהן א חוזק, ווי קיין איין אפישעל פון גרינלאנד האט זיך באוויזן און אז דזשעי די ווענס האט געמוזט מאכן די גאנצע צערעמאניע אין אמעריקאנע מיליטערישע באזע.
אייראפע קוקט אָן אמעריקע'ס נייע אדמיניסטראציע אלץ א סכנה פאר "וועלטס שלום", פאר "פרייהייט און דעמאקראטיע", פאר "פרי טרעיד", פאר די אדווענסמענט פון "סייענטיפשע ריסורטש" און פאר די די וועלטס "ריינע ענווייראנמענט"…
אייראפע זאגט קלאר אז זיי האבן פארלוירן די טראסט פון אמעריקע, און זיי וועלן יעצט אויפשטעלן א אייגענע ארמיי וואס וועט דיפענדן נאטא און זייערע אינטערעסן.
די טראמפ גאווערמענט האט געשניטן די פעדעראלע גאווערמענט אין האלב, צוגעמאכט וויכטיגע דעפארטמענטס אין די גאווערמענט וויפיל זיי האבן געקענט, און נאך די אלע גרויסע "מאגא פּראפּאגאנדע" אז מ'גייט דא אנטדעקן "גרויסע שווינדלערייען אין די גאווערמענט" האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א געלעכטער, און פון די אלע גרויסע גערעדאכץ האט זיך עס פארוואַנדעלט אין א פשוטע "עם הארצ'ישע טעות" אז די דעמקראטן האבן אויסגעגעבן שווערע מיליאנען צומאכן ״טראנסגענדער מייז״... ווען למעשה איז די רעדע פון transgenic מייז…! אבער דער גרויסער חכם בלילה, דער רייכסטער מענטש אויף די וועלט אילאן מאָסק - וואס האלט אָט אָט ביים פליען קיין מאַרס און וועט זיכער ראטעווען הומעניטי פון ממש א יעדע קריזיס אויף די וועלט - האט נישט פארשטאנען די פשוט'ע אפטייטש וואס יעדע חדר יונגל ווייסט שוין אין כתה ז'...
די גאנצע DOGE ביזנעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער נישט פּאפּולער סיי ביי די דעמאקראטן און סיי ביי די רעפובליקאנער, אסאך אומשולדיגע מענטשען האבן פארלוירן געלטער און פּראגראמען על לא דבר. טראמפ און די רעפובליקאנער זאגן אפן און קלאר אז זיי ווילן אלעס שניידן, אריינגערעכנט "סאושעל סעקיוריטי" און "מעדיקעיד" פאר ארימע מענטשן, בשעת זיי גייען געבן טריליאנען אין "טעקס קאָטס" פאר ביליאנערן וואס האבן נישט וואס צו טוהן מיט זייער געלט…!
די אמעריקאנע עקאנאמיע האט געכאפט א מעידזשער סלייד אויף אראפ, דער דאללער איז שטארק געפאלן, אמעריקאנע אינפלוענס אין די וועלט האט שטארק געטראסקעט, רוב פרייע לענדער אין די וועלט וואָרענען זייערע בירגער נישט צו קומען באזוכן אמעריקע, אמעריקאנע טוריזם האט געטראסקעט, און פאלט ווייטער און ווייטער אויף אראפ, אמעריקע איז איזאלירט פון די וועלט, און איז געווארן א חוזק אין יעדעמ'ס אויגן!
טראמפ האט געמאכט אמעריקע פאר א "פאליס סטעיט", אומשולדיגע מענטשן ווערן אפגעשטעלט על לא דבר, און ווערן אפגעהאלטן ביי די באורדער פאר שעות ארוכות, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארשיקט צו די ערגסטע תפיסות, און אפילו נאכדעם וואס די סופרים קאורט האט גע'פסק'ענט אז די טראמפ אדמיניסטראציע דארף אהיימברענגען די אומשולדיגע, קעירן זיי נישט פאר די אמעריקאנע געזעצן בכלל, און קעירן נישט פאר א אומשולדיגע טאטע פון קינדער וואס זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן געמאכט א טעות מיט אים דעפארטירן.
טראמפ ניצט זיין פאוער צו גיין נאך אלע זיינע פיינט פונקט ווי א דיקטאטור, ער שרייבט "עקזעקעטיוו אָרדערס" קעגן לאו פירמעס וואס האבן רעפּרעזענטירט קלאגעס קעגן אים אדער קעגן זיינע אגענדעס. ער האט אבער ארויסגעלאזט פון תפיסה טויזענטער חיות וואס האבן באפאלן אונזער קעפיטעל און געוואלט פארכאפן די וואלן מיט געוואלדטאטן, און גע'הרג'עט אומשולדיגע פאליס אפיצירן און פארוואונדעט איבער צוויי הונדערט מענטשן!
טראמפ זאגט קלאר ער וויל בלייבן אויפ'ן בענקל זיין גאנץ לעבן פונקט ווי דער דיקטעטאר פון כינע, ער זאגט קלאר ער האט וועגן וויאזוי צו לויפן פאר א "דריטע טערמין"...
ער לאזט אריין די רוסישע סטעיט מידיא (פריוואטע שפיאנען פאר פוטין) אין וואשינגטאן ביי די ווייסע הויז פּרעיס בריעפינגס, אבער פיל מיט פרייע אמעריקאנע מידיא קאמפאניס האבן נישט קיין דריסת הרגל דארט.
אין פאקט טראמפ קלאגט זיי אין געריכט פאר ביליאנען און זיי אפילו געסטראשעט מיט אויספארשונגען און אודיטס. די גרויסע עבירה פון די Associated press אויף וועם טראמפ שימפט אינגרויסן, איז פשוט ווייל זיי האלטן נישט ביים טוישן די נאמען פון "גאלף אף מעקיסקא" צו די "גאלף אף אמעריקע"...!!!
אין אנדערע ווערטער: "מעיק אמעריקע סדום ועמורה עגעין!!!"