איך האב ענק אזאנס אויסגעלאכט! אוודאי, טראמפ גייט זיין די שלום מאכער אין די וועלט…? א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט יעדעם איינעם וואס ער האט נאר געטוהן ביזנעס אין זיין גאנץ לעבן, א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט כמעט יעדע לויער וואס ער האט געהייערט אין זיין לעבן, א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט כמעט יעדע מענטש וואס האט געארבעט פאר אים, טויזענטער פון זיין אייגענע פריערדיגע אדמינסטראציע וואס האבן געארבעט פאר אים האבן געזאגט אז מ'טאר נישט וואוטן פאר אים, א מענטש וואס האט באנקראטירט ממש יעדע ביזנעס אין זיין לעבן, ער גייט זיין די גרויסע "שלום מאכער" אויף די וועלט, און ער גייט ראטעווען די וועלטס אינפלאציע? אוודאי!!!
אהממ... און ביסיידס וואס איז מיט די "מ'דארף אים געבן צייט נערעטיוו" אל אבאוט? ביזט יעצט אנגעקומען? האסט שוין סערוויס אויף דיין נייע סמארטפאון? ער האט דאך שוין געפירט די לאנד פאר 4 יאר ניין? מייק קעילי הייסט יעצט פיט העגסעט און סטיוו בענאן הייסט דזשעי די ווענס... וואס איז דא צו ווארטן? אונז האבן נישט גענוג געווארט הייסט?
Jan 6 האט מען נישט גענוג געווארט?
שווערע טויזנטער פארלוסטן אין דזשאב'ס אין אגריקולטור, און סטיל און אלימינום
פארמער בעילאוט'ס, וואש מאשינען פרייזן האבן זיך געטאפלט ווייל מ'גייט דא האבן דזשאב'ס און ווער רעדט נאך פון די דורכגעפאלענע זיצונגען מיט שי אין מאר א לאגא איז נישט גענוג געווארט?
158 school shootings איז נישט גענוג געווארט?
לאס וועיגאס על פעסא און דעיטאן איז נישט גענוג געווארט?
ער האט געשריגן ביי יעדע ראלי אז ער גייט אין די ערשטע טאג וואס ער איז פרעזידענט אָפּשאַפן אבאמאקעיר און אמעריקע גייט האבן די ביליגסטע פרייזן פאר העלט קעיר און יעדער גייט זיין געקאווערט!!
און למעשה האבן די רעפובליקאנער געהאט די מערהייט אין ביידע הייזער ביז די מידטורם עלעקשאונס און אבאמאקעי איז געבליבן, און אמעריקאנע פרייזן פאר מעדיצינען זענען געוועהן די העכסטע פון אלע לענדער אין די וועלט! און אין אמעריקע איז געוועהן די מערסטע מענטשן נישט געקאווערט פון עני פרייע לאנד!
די ביל איז געווען שיט, נאר די רעטאריק אז ער האט איינגערעדט די לאנד אז דאס איז בעסער ווען עניוואן מיט א קריטיקל איי קען זעהן פארוואס ס'איז נישט איז יענע געלעכטער ווי די פאטריאטן וועלן אראפשלונגען די מאגא פיל אפילו ס'שטינקט, מיט מסירת נפש!
וואס איז געווען גוט אין די ביל? אויסער גיבן טעקס ברעיקס פאר אינוועסטארס וואס נוצן אויס די גאווערמענט צו באקומען דין קדימה מיט health savings accounts וואס די עוורידזש מיטל קלאס מענטש ווייסט ניטאמאל פון אזא פראדוקט, דאס איז געווען זיין געשליפענע און כיטערע העלטקעיר פלאן, וואס איך בין זיכער דזשאן מעקעין האט אוועקגעלייגט, דער חיה פון וואלד וואס ער איז!
ער האט צוגעזאגט ביי יעדע ראלי אז ער גייט אריינלייגן א טריליאן דאללער אין אמעריקע'ס infrastructure און מ'גייט דא בויען נייע בריקן, טונעלס, ראודס, נייע באנען…
און ביידן האט עס אויסגעפירט, אן זיך פייטן, אן קיין געסלייטינג, ער האט נישט געדארפט טעראריזירן דזשאו מענשין מיט זיינע קאנסערוואטיוון אין די פארטיי צו גיין מיט אים, ווי אלט און אויסגעוועפט די רעכטע ווילן מיט אלע כוחות אים דיגרעדען. הערליכע זאכן האט ער אויסגעפירט! ער איז נאך אזוי קוואליפייד ווי טראמפ צו ברענגען זיין אגענדע דורך קאנגרעס און סענאט, אפשר נישט אזוי שארף ווי טראמפ ביי זיין עידזש... זאל ער זיין אין א ווילטשעיר ווי דזשימי קארטער!
עידזש איז די ווארט דא... ער האט דעליווערט!!!!
טראמפ איז אייביג געוועהן א destroyer און קיינמאל נישט געטוהן קיין איין זאך אין זיין לעבן גראדערהייט און נארמאלערהייט, איך האב שטודירט זיין גאנצע לעבן מיט אלע קליינע דיטעילס.
ער גייט קיינמאל נישט מאכן גארנישט גרעיט!!!
איך פרעג רעפובליקנס א פשוט'ע פראגע: אויב איז די ציל צו מאכן אמעריקע גרעיט פארוואס האט ראנאלד רעיגען - די פאונדער פון די גרעיט עגעין מאוומענט עס נישט געמאכט גרעיט דעמאלטס?
פארוואס האט ער געשניטן 75% פון עפארדבל האוזינג פאר ארימעלייט און היימלאזיגקייט האט ארויפגעשאסן?
געהאט 14 פראצענט סטעגפלעישן?
דאס איז ווען אינפלעישן, היי אנעמפלוימענט, און GDP אלעס פארט שלעכט אויפאיינמאל.
וואס האט אים געדויערט 3 יאר פון זיין פרעזידענסי אפצושטעלן צו שוואכע ערפאלג?
פארוואס האט ער צוגעלאזט 90,000 מענטשן שטארבן פון עידס??
טראמפ האט נישט געטראפן קיין בעסערע אייקאן?
אפילו אויב וויל מען טענה'ן ער האט עס געירש'נט די עקאנאמיע פון זיינס גלייבן קרוק ניקסאן, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס האט גארנישט מיט זיינע פאליסיס געהאט.