מעיק אמעריקע סדום ועמורה עגעין!!!

אייראפע זאגט קלאר אז זיי האבן פארלוירן די טראסט פון אמעריקע, און זיי וועלן יעצט אויפשטעלן א אייגענע ארמיי וואס וועט דיפענדן נאטא און זייערע אינטערעסן.
איין אויפטו פון טראמפ וואס דו האסט בטעות אריינגערוקט צווישן די טענות אויף אים...

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס אמעריקא דארף ראטעווען אייראפע פון זייער פראבלעם?

פארוואס איז אמעריקא אחריות פאר אוקראינע, פארוואס קען נישט אייראפע טון דאס וואס אמעריקא טוט?

ס'איז זייער פראבלעם סאך מער ווי אמעריקא'ס פראבלעם, אז אייראפע וועט זיך נעמען אין די הענט אריין וועט עס זיין א שטארקע געווינס פאר טראמפ.
 
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס אמעריקא דארף ראטעווען אייראפע פון זייער פראבלעם?
אין עסענס בין איך מסכים אז ס'איז א גוטע זאך אז אייראפע ווערט אינדיפענדענט, און איך וועל עס שענקען צו טראמפ'ען.

די פראבלעם איז נאר אז פון א געא'פאליטישע פערספעקטיוו קען זייער גרינג געשען אז איינמאל זיי ווערן מער אינדיפענדענט מיליטעריש גייען זיי אויך ווערן מער עקאנאמיש אינדיפענדענט און אלס צוזאמען וועט אפשוואכן דעם דאלאר, אמעריקע'ס השפעה, און פאטענציאל די וועלטס רואיגקייט (דַבָָּר אחד לדור ולא שני דַבָּרים..).
והשנית איז דא א כלל אז ווען לענדער אינוועסטירן אין דיפענס האבן זיי מער אינסענטיוון עס צו נוצן, און דאס הייבט די שאנסן פאר א מלחמה.
אויסער א ברייטערע נקודה אז פארוואס זאלן צוויי מענטשן אויסגעבן געלט אויב מ'קען עררייכן כמעט די זעלבע מיט בלויז איינער פון זיי אויסגעבן דאס געלט, איי ס'איז נישט פעיר?! פארדעם ביסטו דאך אבער די 'וועלטסמאכט'..
 
לאמיר אנאליזירן ווי "גרעיט" אמעריקע איז טאקע אינטער דעם פירער, די גרויסער "ביזנעסמאן" און דער בעסטער "דיעל מעיקער" אויף די גאנצע פּלאנעט, דאנאלד דזשעי טראמפ ירום הודו!

כינע קאַקט זיך אויס אויף אמעריקע!!!! זיי זאגן יעצט אז זיי זענען נאר אינטערסירט צו מאכן ביזנעס מיט אמעריקע אָן קיין סטראַשרייען!!!

פוטין און רוסלאנד קאקן זיך אויס אויף אמעריקע, און לאכן טראמפ אין פנים אריין און הערן נישט אויף צו אטאקירן ציווילע אין אוקריינא.

די פאליסטינער קאקן זיך אויס אויף אמעריקע און האלטן ווייטער 59 האַסטיטשעס, אפילו נאך די דירעקטע סטראשערייען פון טראמפ אז ס'גייט זיין העלל!

קאנאדא בויקאט אמעריקע, און זאגן קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט זיין קיין חלק פון אמעריקע, און אז זייער פריינטליכע באציאונגען זענען א פארגאנגענהייט!

מעקסיקא און קאנאדא ביידע לאכן פון טראמפ ווי שנעל ער האט געפאולדעט די נערישע "טעריף וואָר", און ווי די גאנצע וועלט האט זיך אויסגעלאכט פון טראמפ'ס טוישן די נאמען פון די "גאלף אף מעקסיקא"...!

פּאנאמא לאכט זיך אויס פון אמעריקע'ס סטראשערייען, און זאגן קלאר אז אויב אמעריקע קומט אין א מלחמה מיט זיי איבערצונעמען די קאנאל וועט זיין גרויסע קרבנות אויף "ביידע זייטן"...

על סאלוואדאר פרעזידענט לאכט טראמפ אין פנים אריין און זאגט אז ער וועט נישט ארויסלאזן די ראנג דעפארטירטע פון טראמפ'ס נייע עס.עס. (ICE בלע"ז) קיין על סאלוואדאר אפילו טראמפ וועט דאס קלאר פארלאנגען, אויסער אז אמעריקע וועט מסכים זיין צו טוישן מיט זיי פּריזענאָרס.

גרינלאנד און דענמארק זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט אמעריקע, און זייער לאנד איז נישט פאר סעיל, און וועט קיינמאל נישט ווערן א חלק פון די יו.עס.
דער וויצע פרעזידענט באזוך דארט איז געוועהן א חוזק, ווי קיין איין אפישעל פון גרינלאנד האט זיך באוויזן און אז דזשעי די ווענס האט געמוזט מאכן די גאנצע צערעמאניע אין אמעריקאנע מיליטערישע באזע.

אייראפע קוקט אָן אמעריקע'ס נייע אדמיניסטראציע אלץ א סכנה פאר "וועלטס שלום", פאר "פרייהייט און דעמאקראטיע", פאר "פרי טרעיד", פאר די אדווענסמענט פון "סייענטיפשע ריסורטש" און פאר די די וועלטס "ריינע ענווייראנמענט"…
אייראפע זאגט קלאר אז זיי האבן פארלוירן די טראסט פון אמעריקע, און זיי וועלן יעצט אויפשטעלן א אייגענע ארמיי וואס וועט דיפענדן נאטא און זייערע אינטערעסן.

די טראמפ גאווערמענט האט געשניטן די פעדעראלע גאווערמענט אין האלב, צוגעמאכט וויכטיגע דעפארטמענטס אין די גאווערמענט וויפיל זיי האבן געקענט, און נאך די אלע גרויסע "מאגא פּראפּאגאנדע" אז מ'גייט דא אנטדעקן "גרויסע שווינדלערייען אין די גאווערמענט" האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א געלעכטער, און פון די אלע גרויסע גערעדאכץ האט זיך עס פארוואַנדעלט אין א פשוטע "עם הארצ'ישע טעות" אז די דעמקראטן האבן אויסגעגעבן שווערע מיליאנען צומאכן ״טראנסגענדער מייז״... ווען למעשה איז די רעדע פון transgenic מייז…! אבער דער גרויסער חכם בלילה, דער רייכסטער מענטש אויף די וועלט אילאן מאָסק - וואס האלט אָט אָט ביים פליען קיין מאַרס און וועט זיכער ראטעווען הומעניטי פון ממש א יעדע קריזיס אויף די וועלט - האט נישט פארשטאנען די פשוט'ע אפטייטש וואס יעדע חדר יונגל ווייסט שוין אין כתה ז'...

די גאנצע DOGE ביזנעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער נישט פּאפּולער סיי ביי די דעמאקראטן און סיי ביי די רעפובליקאנער, אסאך אומשולדיגע מענטשען האבן פארלוירן געלטער און פּראגראמען על לא דבר. טראמפ און די רעפובליקאנער זאגן אפן און קלאר אז זיי ווילן אלעס שניידן, אריינגערעכנט "סאושעל סעקיוריטי" און "מעדיקעיד" פאר ארימע מענטשן, בשעת זיי גייען געבן טריליאנען אין "טעקס קאָטס" פאר ביליאנערן וואס האבן נישט וואס צו טוהן מיט זייער געלט…!

די אמעריקאנע עקאנאמיע האט געכאפט א מעידזשער סלייד אויף אראפ, דער דאללער איז שטארק געפאלן, אמעריקאנע אינפלוענס אין די וועלט האט שטארק געטראסקעט, רוב פרייע לענדער אין די וועלט וואָרענען זייערע בירגער נישט צו קומען באזוכן אמעריקע, אמעריקאנע טוריזם האט געטראסקעט, און פאלט ווייטער און ווייטער אויף אראפ, אמעריקע איז איזאלירט פון די וועלט, און איז געווארן א חוזק אין יעדעמ'ס אויגן!

טראמפ האט געמאכט אמעריקע פאר א "פאליס סטעיט", אומשולדיגע מענטשן ווערן אפגעשטעלט על לא דבר, און ווערן אפגעהאלטן ביי די באורדער פאר שעות ארוכות, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארשיקט צו די ערגסטע תפיסות, און אפילו נאכדעם וואס די סופרים קאורט האט גע'פסק'ענט אז די טראמפ אדמיניסטראציע דארף אהיימברענגען די אומשולדיגע, קעירן זיי נישט פאר די אמעריקאנע געזעצן בכלל, און קעירן נישט פאר א אומשולדיגע טאטע פון קינדער וואס זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן געמאכט א טעות מיט אים דעפארטירן.

טראמפ ניצט זיין פאוער צו גיין נאך אלע זיינע פיינט פונקט ווי א דיקטאטור, ער שרייבט "עקזעקעטיוו אָרדערס" קעגן לאו פירמעס וואס האבן רעפּרעזענטירט קלאגעס קעגן אים אדער קעגן זיינע אגענדעס. ער האט אבער ארויסגעלאזט פון תפיסה טויזענטער חיות וואס האבן באפאלן אונזער קעפיטעל און געוואלט פארכאפן די וואלן מיט געוואלדטאטן, און גע'הרג'עט אומשולדיגע פאליס אפיצירן און פארוואונדעט איבער צוויי הונדערט מענטשן!

טראמפ זאגט קלאר ער וויל בלייבן אויפ'ן בענקל זיין גאנץ לעבן פונקט ווי דער דיקטעטאר פון כינע, ער זאגט קלאר ער האט וועגן וויאזוי צו לויפן פאר א "דריטע טערמין"...

ער לאזט אריין די רוסישע סטעיט מידיא (פריוואטע שפיאנען פאר פוטין) אין וואשינגטאן ביי די ווייסע הויז פּרעיס בריעפינגס, אבער פיל מיט פרייע אמעריקאנע מידיא קאמפאניס האבן נישט קיין דריסת הרגל דארט.
אין פאקט טראמפ קלאגט זיי אין געריכט פאר ביליאנען און זיי אפילו געסטראשעט מיט אויספארשונגען און אודיטס. די גרויסע עבירה פון די Associated press אויף וועם טראמפ שימפט אינגרויסן, איז פשוט ווייל זיי האלטן נישט ביים טוישן די נאמען פון "גאלף אף מעקיסקא" צו די "גאלף אף אמעריקע"...!!!

אין אנדערע ווערטער: "מעיק אמעריקע סדום ועמורה עגעין!!!"
כ'האב שוין געהאפט וועסט רעדן פון Puritanism מיט אזא טייטל, אה סתם טראמפ שוין.. אבי אנגערייצט.
 
קאנאדא בויקאט אמעריקע, און זאגן קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט זיין קיין חלק פון אמעריקע, און אז זייער פריינטליכע באציאונגען זענען א פארגאנגענהייט!

מעקסיקא און קאנאדא ביידע לאכן פון טראמפ ווי שנעל ער האט געפאולדעט די נערישע "טעריף וואָר", און ווי די גאנצע וועלט האט זיך אויסגעלאכט פון טראמפ'ס טוישן די נאמען פון די "גאלף אף מעקסיקא"...!
רעדנדיג פון מעקסיקא פאר די עולם וואס פאלויען נישט קיין נייעס, די זעלבע אילאן מאסק - וואס איז דא צו "סעיוון אמעריקע" פון גארבידזש אויסגעבעריי ער מעג אינוועסטן אין א 5 ביליאן דאלאר'דיגע פלענט אין מעקסיקא, קעגן סמעטענע פון טראמפ וואס ער שרייט שוין אויף ראלי'ס פון זיינע ערשטע דרשות אז מעקסיקא נעמט צו אונזערע דזשאב'ס, און מ'דארף מאכן קאר'ס דא, און צאלן נארמאלע וועידזשע'ס .. נישט סוועטשאפ לעיבער איך וואלט געוואלט מיינען אז דאנאלד זאל נישט וועלן קענען אזא מענטש, let alone זיך היי פייוו'ן מיט אים און אין אריינברענגען ארבעטן מיט זיך אין די ווייסן הויז?!?

און זיינע קאר'ס וואס ווערן טערריפ'ט מסתם 20 מאל פאר יעדע זאך, די סאפטוועיר, די בעטערי, די ליטיום אין די בעטערי, פארט'ס... דאס גייט זיין טעריפ עקזעמפט ווייל ער איז גוט מיט די גוטע???
 
על סאלוואדאר פרעזידענט לאכט טראמפ אין פנים אריין און זאגט אז ער וועט נישט ארויסלאזן די ראנג דעפארטירטע פון טראמפ'ס נייע עס.עס. (ICE בלע"ז) קיין על סאלוואדאר אפילו טראמפ וועט דאס קלאר פארלאנגען, אויסער אז אמעריקע וועט מסכים זיין צו טוישן מיט זיי פּריזענאָרס.
דאס איז שוין בולשיט בוקעלי קוקט ארויף אויף טראמפ און ער לעקט זיך אסאך צו אים און ברעעגט ווי ער פאלויט טראמפ אויף סאושל צו אויף עקס.. ער האט אסאך אין קאמאן מיט זיין נאשינאליזם. איך בין מסכים מיט די אלע אנדערע נקודות.
 
באראק אבאמא קומט אריין קלאר איבערן מצב
 
דער דיעל האבן זיי געמאכט גלייך נאך ער איז אריין אין אפיס וועגן אים! א חוץ וואס זיי כאפן יעצט טויטע מכות און חברה און גאנץ עזה שרייען פאר חאמאס גענוג געווען, מיר האבן שוין נישט קיין כח.
דו עקספעקסט מיר צו האלטן אויף אזא געלונגענע איינס אין די וועלט ניגאושיעטער וואס בלאזט פון זיך טאג און נאכט ווי גוט ער איז אין פארהאנדלונגען אז ער קען נישט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי יעדער זאל באפרייט ווערן? דוקא אן באשולדיגן יענעם?

ס'גייט נישט אזוי שיינקייט, אדער דארף מען שטימען פאר דיר ווייל דו ביזט אן אויסערגעווענליכע עקספערט אין דעם, אדער נישט און דעמאלטס איז נישט דא גארנישט וואס ער ברענגט צום טיש וואס א צווייטער קען נישט דעליווערן.
טראמפ טריפט מיט זיי און דו פאלסט נעבעך פאר דעם...
נאך בעסער! ס'איז א שפיל די גאנצע זאך! עטס זענטס א באנדע בעבי'ס .... ס'איז א טריק, כאפסט נישט?

פאלט דיר ניטאמאל איין אז אין די צייט ווי דו קלוגסט דיך אזוי איבער אונז זענען דא actual issues וואס פלאגן די אמעריקען פיפל דא אינדערהיים ווי מעדיקעיר, גאן קאנטראל, טעקסן די רייכע, יוניען רעכטן, מינימום וועידזש, רעגולעישן, אבארשן, טרענס מענטשן ווערן נישט געהייערט נאר ווייל מ'האט זיי נישט ליב, די ביג פארמע עליטע מיט זייערע קארופציע מיט ארויפשרויפן פרייזן און PBM scams א טריליאן דאלער אין סטודענט debt א קארופטירטע פריוואטע העלט קעיר דיזיינט ביי און פאר רויבער באראנען

רבותי! ס'איז נאר א ”טריפ” אה, sorry וואס זאגסטו נישט? אונז האבן דאך אלע אזוי געוואלט ס'זאל זיין אמת ווייל אונז האבן פשוט נישט בעסערס אויף וואס ארויסצוקוקן. זאג ביזט א גאנצע בהמה דו אדער א האלבע?
אומשולדיג? א טעראריסט איז נישט אומשולדיג
די honduran מאמע מיט די 3 קינדער און איינס מיט קענסער איז אויך א משפחה טעראריסטן?

אויב מיינט מען דא אויסדריקליך נאר טעראריזם און עם עס 13 וואס איז פשט פון די אלע טויזנטער מעקסיקאנע ארבעטערס וואס האבן אויפגעהערט אריינגיין אין די ארבעט? וואס האבן זיי מורא? דו ווייסט אז אייס(סיס) בעט פאפירן און אויב מ'האט נישט ווערט מען געקייטלט אן קיין אויספארשונג און אן קיין due process פאפירן וואס זיי קענען פרובירן צו באקומען פאר 10 יאר?

די ריכטער האבן געזאגט, ס'איז נישט דא קיין שום עווידענס אז גארסיע איז א גענג מעמבער מ'האט אים פשוט געכאפט אמאל אריינקומען אומלעגאל אזוי ווי אלע אנדערע קראסערס.

SPRING 2019: Immigration and Customs Enforcement detains Abrego Garcia and, according to court records, asserts that an informant has identified him as “a verified gang member.” An immigration judge denies bond, saying Abrego Garcia is “confirmed to be a ranking member of the MS-13 gang.”

The official Notice to Appear in immigration court, however, focuses only on the undisputed fact that Abrego Garcia previously crossed the U.S. border without legal status — he “was not then admitted or paroled after inspection by an immigration officer,” the notice says. Abrego Garcia and his attorneys deny gang affiliation; he’s never been charged with a related crime. Source: Associated press
דאס איז נישט קיין סארטיגא שפיל, א דזשאזש מוז יעדער, אפילו די פרעזידענט אויספאלגן!
 
לעצט רעדאגירט:
נאכאמאל וואס דו פאלסט פאר זיין סקעם (איך געדענק נאך ווען מ'איז געווען ביזי אז ער גייט נישט ארויס פון ווייסע הויז נאך וואס ביידען האט געוואונען)
ווער איז געווען ביזי מיט דעם טשארלי קירק? מאדער פאקער קארלסון?

קיין איין נארמאלע מענטש מיט שכל איז נישט געווען ביזי מיט דעם...

דו ביזט נעבעך דער וואס איז געפאלן פאר א פוסטע נאראטיוו נאך חדשים פון עלעקשן דינייעליזם, אויפרייצן די לאנד צו וויילענס, סעקירן די פרימען פאמיליע געטרייע עלעקשן ארבעטער, מיט אלע רדיפות און ראסיסטישע טראופ'ס פון הענגען מייק פענס, ביז א פארזוך צו דערשטיקן סיקרעט סערוויס, פארשפרייטן שקרים איבער די ריכטער וואס ווילן נישט אויסהערן קעיסעס זיך נישט אנגערופן פאר 3 שעה קלאר ברחל בתך הקטנה צו ענדיגן די וויילענס, אבער נעמען קרעדיט פאר אריינברענגען די נאשינאל גראד ועוד

פיין, אבער נאך אלעם הערט זיך עס שוידערליך אז א מענטש פון 78 יאר וואס נעמט נישט אן קיין רעזולטאטן אין א עמטליך פרייע לאנד, איז אין ארדער צו פארלייכטערן די גרויסע שטינק האט מען זיך שנעל געכאפט ביים קאפ און געלייגט אזא טשערי אן טאפ, העי העי, וואס ווילסטו ער איז דאך ארויס!!!

פארצייל אונז נאך איבער פארשידענע מיני סקעם'ס וואס מיר פאלן פאר, ווייל ס'איז אונז העכסט אינטערסאנט.
 
א געקראכטע סטאק מארקעט (און פאלנדיגע האוזינג מארקעט) איז גענוג שלעכט?
שלעכט דאס איז גוט, קיינער איז נישט אזוי גוט ווי אים און מאכן די מארקעט פאלן פאר אזעלכע גוטע 2020 פרייזן... ס'איז א סעיל וואס אמעריקע האט נאכנישט געזעהן. כאפסט נישט!
 
איך האב ענק אזאנס אויסגעלאכט! אוודאי, טראמפ גייט זיין די שלום מאכער אין די וועלט…? א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט יעדעם איינעם וואס ער האט נאר געטוהן ביזנעס אין זיין גאנץ לעבן, א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט כמעט יעדע לויער וואס ער האט געהייערט אין זיין לעבן, א מענטש וואס האט זיך צוקריגט מיט כמעט יעדע מענטש וואס האט געארבעט פאר אים, טויזענטער פון זיין אייגענע פריערדיגע אדמינסטראציע וואס האבן געארבעט פאר אים האבן געזאגט אז מ'טאר נישט וואוטן פאר אים, א מענטש וואס האט באנקראטירט ממש יעדע ביזנעס אין זיין לעבן, ער גייט זיין די גרויסע "שלום מאכער" אויף די וועלט, און ער גייט ראטעווען די וועלטס אינפלאציע? אוודאי!!!
אהממ... און ביסיידס וואס איז מיט די "מ'דארף אים געבן צייט נערעטיוו" אל אבאוט? ביזט יעצט אנגעקומען? האסט שוין סערוויס אויף דיין נייע סמארטפאון? ער האט דאך שוין געפירט די לאנד פאר 4 יאר ניין? מייק קעילי הייסט יעצט פיט העגסעט און סטיוו בענאן הייסט דזשעי די ווענס... וואס איז דא צו ווארטן? אונז האבן נישט גענוג געווארט הייסט?
Jan 6 האט מען נישט גענוג געווארט?
שווערע טויזנטער פארלוסטן אין דזשאב'ס אין אגריקולטור, און סטיל און אלימינום
פארמער בעילאוט'ס, וואש מאשינען פרייזן האבן זיך געטאפלט ווייל מ'גייט דא האבן דזשאב'ס און ווער רעדט נאך פון די דורכגעפאלענע זיצונגען מיט שי אין מאר א לאגא איז נישט גענוג געווארט?
158 school shootings איז נישט גענוג געווארט?
לאס וועיגאס על פעסא און דעיטאן איז נישט גענוג געווארט?
ער האט געשריגן ביי יעדע ראלי אז ער גייט אין די ערשטע טאג וואס ער איז פרעזידענט אָפּשאַפן אבאמאקעיר און אמעריקע גייט האבן די ביליגסטע פרייזן פאר העלט קעיר און יעדער גייט זיין געקאווערט!!
און למעשה האבן די רעפובליקאנער געהאט די מערהייט אין ביידע הייזער ביז די מידטורם עלעקשאונס און אבאמאקעי איז געבליבן, און אמעריקאנע פרייזן פאר מעדיצינען זענען געוועהן די העכסטע פון אלע לענדער אין די וועלט! און אין אמעריקע איז געוועהן די מערסטע מענטשן נישט געקאווערט פון עני פרייע לאנד!
די ביל איז געווען שיט, נאר די רעטאריק אז ער האט איינגערעדט די לאנד אז דאס איז בעסער ווען עניוואן מיט א קריטיקל איי קען זעהן פארוואס ס'איז נישט איז יענע געלעכטער ווי די פאטריאטן וועלן אראפשלונגען די מאגא פיל אפילו ס'שטינקט, מיט מסירת נפש!

וואס איז געווען גוט אין די ביל? אויסער גיבן טעקס ברעיקס פאר אינוועסטארס וואס נוצן אויס די גאווערמענט צו באקומען דין קדימה מיט health savings accounts וואס די עוורידזש מיטל קלאס מענטש ווייסט ניטאמאל פון אזא פראדוקט, דאס איז געווען זיין געשליפענע און כיטערע העלטקעיר פלאן, וואס איך בין זיכער דזשאן מעקעין האט אוועקגעלייגט, דער חיה פון וואלד וואס ער איז!
ער האט צוגעזאגט ביי יעדע ראלי אז ער גייט אריינלייגן א טריליאן דאללער אין אמעריקע'ס infrastructure און מ'גייט דא בויען נייע בריקן, טונעלס, ראודס, נייע באנען…
און ביידן האט עס אויסגעפירט, אן זיך פייטן, אן קיין געסלייטינג, ער האט נישט געדארפט טעראריזירן דזשאו מענשין מיט זיינע קאנסערוואטיוון אין די פארטיי צו גיין מיט אים, ווי אלט און אויסגעוועפט די רעכטע ווילן מיט אלע כוחות אים דיגרעדען. הערליכע זאכן האט ער אויסגעפירט! ער איז נאך אזוי קוואליפייד ווי טראמפ צו ברענגען זיין אגענדע דורך קאנגרעס און סענאט, אפשר נישט אזוי שארף ווי טראמפ ביי זיין עידזש... זאל ער זיין אין א ווילטשעיר ווי דזשימי קארטער!

עידזש איז די ווארט דא... ער האט דעליווערט!!!!
טראמפ איז אייביג געוועהן א destroyer און קיינמאל נישט געטוהן קיין איין זאך אין זיין לעבן גראדערהייט און נארמאלערהייט, איך האב שטודירט זיין גאנצע לעבן מיט אלע קליינע דיטעילס.


ער גייט קיינמאל נישט מאכן גארנישט גרעיט!!!
איך פרעג רעפובליקנס א פשוט'ע פראגע: אויב איז די ציל צו מאכן אמעריקע גרעיט פארוואס האט ראנאלד רעיגען - די פאונדער פון די גרעיט עגעין מאוומענט עס נישט געמאכט גרעיט דעמאלטס?
פארוואס האט ער געשניטן 75% פון עפארדבל האוזינג פאר ארימעלייט און היימלאזיגקייט האט ארויפגעשאסן?
געהאט 14 פראצענט סטעגפלעישן?
דאס איז ווען אינפלעישן, היי אנעמפלוימענט, און GDP אלעס פארט שלעכט אויפאיינמאל.
וואס האט אים געדויערט 3 יאר פון זיין פרעזידענסי אפצושטעלן צו שוואכע ערפאלג?
פארוואס האט ער צוגעלאזט 90,000 מענטשן שטארבן פון עידס??
טראמפ האט נישט געטראפן קיין בעסערע אייקאן?

אפילו אויב וויל מען טענה'ן ער האט עס געירש'נט די עקאנאמיע פון זיינס גלייבן קרוק ניקסאן, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס האט גארנישט מיט זיינע פאליסיס געהאט.
 
און זיי האבן געבלעימט ביידען פאר אינפלאציע וואס האט באפאלן אמעריקע (און די גאנצע וועלט).
דאס איז נאך די זיסטע talking point

מיינסט מסתם די אינפלאציע וואס איז אונטער ביידן אויך אראפגעקומען צו די נארמאלע ראטע כמעט (3%) ביי די טיים טראמפ האט געווינען די נאמיני איז שוין אלעס געווען סטאביל און די מארקעט איז שוין לאנג געווען אפ, ווען א יאר פריער האט עס געציטערט פון נאך א רעסעסיע וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען. נאר טראמפ דארף נאך קענען שיסן די דעמאקראטן מיט דעם ווען ער גייט באלד גיין פאר ראלי'ס... איך האב אזוי אפגעלאכט פון דעם, וואס אינפלעישן ווען אינפלעישן? ס'איז שוין נישט דא קיין אינפלעישן די מפרגר! און ער פרעדיגט עס נאך ביז יעצט אויף זיינע אינטערוויא'ס.

רופטס א דאקטער....
 
לעצט רעדאגירט:
אומלעגאלע שמוגלערייען ביים גרעניץ האט ער היבש עפעקטיוולי אפגעשטעלט מיין איך, און פאר אסאך איז דאס א שטארקע פלאס.
אויך די ווילדע DEI מאנואווערס און זיינע אלע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער טרענס והמסתעף, איז עפעס וואס שטעלט צופרידן אסאך.
די DOGE אילוזיע איז גוט פאר ווער ס'וויל עס גלייבן,
און זיין שטערקערע פרא-מדנ"י שטאנד (אויך מיר..) איז פאר אסאך אן אויפטו.

ס'נעמט נישט אוועק פון די אלע פראבלעמען אויסער דעם, ניטאמאל אדרעסירט עס די פראבלעמען אין די אלע פראצעדורן זעלבסט. אבער מ'דארף קענען שטאל-מאנען די אנדערע זייט אויך...
נאופ, דאס איז קיין שום מעלה נישט אפילו אויב מ'וויל פרובירן. איך פארשטיי אז דו ביזט נישט אפעקטירט דערפון, אבער ארויסקומען קעגן די טרענס קאמיוניטי איז דיספיקעבל און morally reprehensible דאס איז ווי למשל אטאקירן די indigenous people אדער אידן אדער סיי וועלכע מינאריטי סתם ווייל אזוי... ווייל דיר געפעלט נישט עפעס, אויף אנדערע'ס חשבון. די זעלבע מיט birthright citizenship ס'איז גרינג זיך איינצורעדן ווען ס'איז נישט דיר אז ס'איז א גוטע זאך. ס'איז נישט.

וואס זאל איך טוהן, ער איז דער וואס טוט די קראנקע מאוו'ס איך וואלט געקענט באשטיין אמאל צו עגריען, ס'קוקט דיר אויס ווי ס'איז דא אויף וואס?

דאכט זיך ס'איז געווען די ערשטע וואך פון די טעריפ'ס ווען ער האט זיך גענומען מאכן פלאסטיק סורדזשערי אויף זיין רעטאריק פון נאכאנאנדע האקן אויף מעקסיקאנע פענטאנעל צו מיטאמאל אריינשפינען קאנאדא אין דעם... Like what??? וואס די העל?
 
calm down @טעלי טייערע.
טראמפ האלט אינמיטן די פראצעדור פון צומאלן זיין אייגענע קאריערע, לאז אים רואיגערהייט זיך אליין מסדר זיין, נעם א שיסל פאפיטעס און קוק דיך צו פון די זייט, דיין הילף און רעגעניש איז אומנייטיג און איז א שאד אויף דיין געזונט און צייט!
 
איין אויפטו פון טראמפ וואס דו האסט בטעות אריינגערוקט צווישן די טענות אויף אים...

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס אמעריקא דארף ראטעווען אייראפע פון זייער פראבלעם?

פארוואס איז אמעריקא אחריות פאר אוקראינע, פארוואס קען נישט אייראפע טון דאס וואס אמעריקא טוט?

ס'איז זייער פראבלעם סאך מער ווי אמעריקא'ס פראבלעם, אז אייראפע וועט זיך נעמען אין די הענט אריין וועט עס זיין א שטארקע געווינס פאר טראמפ.
אההה... פרעגסט דאך יא גוט...

לאמיר דיר אויפקלערן, אמעריקע האט אן אלטע סימבאלישע סטראטעגיע און אבסעסיע פון קאנטראלירן די מערב וועלט, און מ'קען מאכן א באזונדערע שמועס צו ס'איז עטיש און גוט פאר אונז צו נישט, (למשל די גאנצע in God we trust האט זיך אנגעהויבן מיט די אייזנהאוער שטותים.)

אבער אונטערשטע שורה: ווען זיי טוען דעס העלפט עס פאר אמעריקאנע אינדוסטרי'ס ווי לאקהיד מארטין, רעטיואן, און אלע וואס מאכן וואפן און פייטער דזשעטס, פאר אמעריקאנע אינוועסטארס אריינגערעכנט אונזער טראמפ, און זיי העלפן זיך מיט דזשידיפי און מער סחורה ווערט פראדוצירט... זיי מיינען נישט בעצם אז מ'נעמט זיך אן פאטריאטיש פאר אוקריינע און ס'איז לשם שמים. אלעס קומט צוריק צו לענדער וואס זיי קענען שפעטער האנדלען מיט, און וויפיל מער זיי קענען זיך אריינמישן אין די וועלט אזוי ווי זיי האבן געטוהן אין קיובא און אין וויעטנאם צו האלטן די וועלט קאפיטאליסט, און אזוי איז עס נישט נאר עפעס איין אמעריקע מיט די אי יו נאר א סימבאלישע קייט פון קאפיטאליזם...

אויף ענגליש זאגט מען it's inside baseball

בעצם איז עס א גוטע זאך, אלע Asian countries טוען אויך ענליך, די שאלה איז נאר ווי ווייט. למעשה די פענטעגאן איז א חורבן עולם.
 
איך פרעג רעפובליקנס א פשוט'ע פראגע: אויב איז די ציל צו מאכן אמעריקע גרעיט פארוואס האט ראנאלד רעיגען - די פאונדער פון די גרעיט עגעין מאוומענט עס נישט געמאכט גרעיט דעמאלטס?
מוראדיגע קשיא...

פארוואס האט ביידען נישט געקענט סטאפן די סקול שוטינגס? ער איז דאך געווען פרעזידענט פאר פיר יאר?
 
מוראדיגע קשיא...

פארוואס האט ביידען נישט געקענט סטאפן די סקול שוטינגס? ער איז דאך געווען פרעזידענט פאר פיר יאר?
ס'איז נישט די זעלבע זאך, דא האסטו צוטוהן מיט די ען אר עי וואס האט אין טאש יעדע צווייטע קאנסערוואטיווע פאליטישן, איך האף דו פארשטייסט אז פארגלייכן א סור מרע מיט אן עשה רע, אזוי ווי כ'האב געזאגט איז נישט אין פלאץ.

סלעשן גאווערמענט האוזינג ווייל מ'דארף שניידן די בודזשעט, אלס רעזולטאט פון ווען שניידט טעקס איז נישט קיין פארגלייך מיט טוהן עפעס צו פארעכטן אן אלטע פראבלעם וואס דארף אסאך מער בייפארטיזנשיפ דורכצוגיין.

דו כאפסט נעבעך נישט אז דיין ענטפער איגנארירט ווי אלעס אז מאגא איז איין שטיק פראפאגאנדע וואס ער האט דעמאלטס אויך פראפעגאנדירט אבער למעשה אנגעזייט כאאס און דו גלייבסט עס נאך היינט...
 
Robb elementary school האט גרעג אבבאט און טעד קרוז אסאך א גרעסערע אחריות צו סטאפן... וויאזוי ס'שטייט יעצט ווען יעדע סטעיט טוט זיך וואס זיי ווילן.. ווי באקאנט פאסירן די אווערוועלמינג מעדזשאריטי פון שיסערייען אין רעכטע רויטע סטעיט'ס. ליידער
 
calm down @טעלי טייערע.
טראמפ האלט אינמיטן די פראצעדור פון צומאלן זיין אייגענע קאריערע, לאז אים רואיגערהייט זיך אליין מסדר זיין, נעם א שיסל פאפיטעס און קוק דיך צו פון די זייט, דיין הילף און רעגעניש איז אומנייטיג און איז א שאד אויף דיין געזונט און צייט!
איך בין זייער קאלם, האסט געזאגט אביסל א נאאיווע קאמענט ווי דו האסט ארויסגעברענגט אז מענטשן וואס זענען צופרידן מיט טרענספאביע איז א גוטע זאך פאר זיי and I pushed back.

איך וועל זיין שטיל ווען עיאוסי וועט עס מאכן.. אונז האבן פארלוירן און איך וועל עס אריינרייבן אין פנים יעדעס מאל ער messed אן זיי זאלן נישט מסיח דעת זיין אויף וואס זיי וואוטן.

כ'האב עס געטוהן מיט גאן'ס אמאל און ס'ארבעט מענטשן געדענקען בעסער ווען מ'איז אקטיוו וואקעל.
 
ס'איז נישט די זעלבע זאך, דא האסטו צוטוהן מיט די ען אר עי וואס האט אין טאש יעדע צווייטע קאנסערוואטיווע פאליטישן, איך האף דו פארשטייסט אז פארגלייכן א סור מרע מיט אן עשה רע, אזוי ווי כ'האב געזאגט איז נישט אין פלאץ.
ביסט גערעכט אין דעם פאל לכאורה

אבער מיין פוינט איז בעיקר געווען אז טראמפ באשולדיגסטו אין אלעם בייזן פון די לעצטע פאר זשענערעישאנס זייט רעיגענס צייטן, און די אבאמא און ביידען וועסטו מוחל זיין אויף אסאך זאכן ווייל נישט אלעס איז בכלל אין זייערע הענט.

די זעלבע תירוץ קען טראמפ נוצן אויף אסאך זאכן.

גאן קאנטראל בין איך גראדע זייער שטארק פראו, טראמפ נישט, אבער ווען טראמפ זאל ווען וועלן וואלט ער אויך נישט געקענט טון צופיל פונקט ווי ביידען האט נישט געקענט, די ען אר עי איז אזוי איינגעגעסן ביי די פאליטישאנס אז ס'איז א פחד, קיין איין פרעזידענט קען גארנישט טון, חוץ אביסל עקזעקעטיוו שריט, וואס אונז האבן שוין געשמועסט אז ס'איז נישט צופיל ווערט.
 
ביסט גערעכט אין דעם פאל לכאורה

אבער מיין פוינט איז בעיקר געווען אז טראמפ באשולדיגסטו אין אלעם בייזן פון די לעצטע פאר זשענערעישאנס זייט רעיגענס צייטן, און די אבאמא און ביידען וועסטו מוחל זיין אויף אסאך זאכן ווייל נישט אלעס איז בכלל אין זייערע הענט.
איך האב מיטגעפיל מיט דיין גוט הארץ אבער וויין דיר אויס צו טראמפ, ער איז דער וואס האט זיך געגרויסט אז ער גייט אין רעיגען'ס פוסטריט סארי פאר שעירן WOKE פאקטן אפן לעיני כל העולם.

געב מיר 2 משלים ווי איך בין זיי מוחל?
די זעלבע תירוץ קען טראמפ נוצן אויף אסאך זאכן.

גאן קאנטראל בין איך גראדע זייער שטארק פראו, טראמפ נישט, אבער ווען טראמפ זאל ווען וועלן וואלט ער אויך נישט געקענט טון צופיל פונקט ווי ביידען האט נישט געקענט, די ען אר עי איז אזוי איינגעגעסן ביי די פאליטישאנס אז ס'איז א פחד, קיין איין פרעזידענט קען גארנישט טון, חוץ אביסל עקזעקעטיוו שריט, וואס אונז האבן שוין געשמועסט אז ס'איז נישט צופיל ווערט.
ביידן און העריס זענען אויך גאן אונערס, צו זיי קענען ווען טוישן איז א גוטע שאלה, מ'דארף אפשר איינפירן א סטעיט אף עמערדזשענסי אזוי ווי ביי א האריקעין און נישט דארפן האבן קאנגרעס... איין זאך קען איך דיר מבטיח זיין ווען וועין לאפיער די פארזיצער פון די ען אר עי וועט ווערן געקוילעט דורך א לאואידזשי טיפ שיסער, וועט מען זעהן וויפיל good guys with guns דעבאטירער ס'וועלן זיין און וועלן האלטן אז ווען ער האט ווען אכציג באוואפנטע ארום זיך וואלט עס געהאלפן..

אזוי האט זיך אויסגעשפילט אין דעיטאן אהייא ווען א שטארק ריפובליקאנער מייק טורנער האט שיער נישט פארלוירן זיין אייגן טאכטער אינמיטן נאכט נאך וואס זי איז געשטאנען קעגנאיבער א מאסן שיסעריי אין א באר מיין איך... ס'האט אים געכאפט די קדחת און ער האט שיין זיך אריבער געריקט צו די לינקע אויף אסאלט וועיפען בענס... יעצט פארשטייט ער שוין דער אקס
 
Back
Top