די גרויסארטיגע פרעכטיגע ביל האט דעליווערט אזוי:
500 ביליאן אין מעדיקעיד קאטס gone (אראפ פון 800 וואס קאנגרעס איז געווארן פארפליכטעט מיט)
80 שעה א וואך פון ווארק ריקווייערמענטס, זייער נארמאל.
מ'שאצט אזויפיל ווי 12 מיליאן אויף די מערסט קאנסערוואטיווע שאצונג און אזויפיל ווי 18 מיליאן אויף די ליבעראלע שאצונג וועלן ווערן אראפגעשטויסן אדאנק די קאטס, נישט ווייל זיי זענען נישט עלידזשבל
און נאכדעם וויל איך הערן וואס דו האסט צו זאגן וועגן לאוידשי מאנדזשיאני, וויל איך זייער וויכטיג הערן... אבער יעצט? שטיל.
טעקסעס וואס מ'שניידט וואס מאכט עכט אויס פאר דיר ווילסטו וויסן? יא 200 דאלער מער פער קינד

סיי ביידן האט דעליווערט מער און סיי קאמאלא האט צוגעזאגט נאך 1600 אפילו מער, איבער ביידן'ס וואס על פי דרך הטבע וואלט זי דאס אויסגעפירט גאר גרינג און יונענימוס. ביי טראמפ ווי ס'גייט פעטש און מענטשן קומען אנגעדראגט צום ווייסן הויז, יא שיינע 200 דאלער האט מען דערלעבט, און קיינער גייט אפילו איינפאלן אז דא דארף מען זיך אפשטעלן. וואט א דזשאוק!
איך בין שטאלץ צו זיין אן עדזשוקעיטעד העריס וואוטער מיטן לעצטן לאך פון אייערע חלומות פון א "גוטע עקאנאמי" וועלכע די טעריפ'ס וואס קיין עקאנאמיסט האלט נישט דערפון? אדער די געז פרייזן וואס זענען נאך אלס 3 דאלער אין א ביליגע טאג? אה סארי 1.59 האט גאט טראמפ געזאגט, meanwhile זירא סטעיטס האבן אזא פרייז. ווייטער ווייטער צוריק צו די שטותים אין די ביל...
סטודענט לאונס? יא נישט פארגעבן ממש, און אויך נישט אראפגענומען די צודרייטע פאליסי פון גארנישן וועידזשעס ביזן קבר, ער איז דאך ממש א קפדן ווען ס'קומט צו אמעריקע ערשט און ער וויל אזוי שטארק העלפן די מיטל קלאס... וואס האט ער דא געטוהן? די לאון פארגיוונעס פראגראמען פון ביידן'ס SAVE עקט, האט ער גאטעד און פאדרייט וואס האט נישט אויסגעפעלט.
ארויפגעריקט דיסקרעשינערי אינקאם פון 5% וואס די גאווערמענט מעגן קאלעקטן צו 15% און די פארגעבונגען אויב איינער קען נישט צוריקצאלן האט דער ממזר ארויפגעריקט צו 30 יאר!!! וויייסט וואס מיינט 30 יאר??? הייסט ווען דו וועסט זיין 51 יאר און דו פארדינסט נאך אלס נישט גענוג, איז אמעריקע ערשט פשט אז דו דארפסט נאך אלס צאלן דיינע הלוואות און מ'קען נאך נעמען דיין סאושל סעקיורטי אויך!! אזוי גוט איז ער צו דיר אמעריקן, און נאכדעם שרייט ער ס'איז דא ראדיקלס מיט TDS... כ'הער נישט?
אה, ווארטפאר דו בלעימסט ביידן פארגעס נישט ער קען דאך אלעס אויספירן מיט א קלוגע ניגאושיעשן... ביידן איז דאך סתם א סטופיד נאר וואס ווייסט גארנישט, סא ס'איז נישט קיין ראיה... געדענק נאר וואס דו האלסט...
וואס האט ער דא געטוהן? ער איז געגאנגען און אנשטאטס מאכן די סיסטעם מער יושר'דיג, אזוי ווי נאר ער קען... און צווינגען קאלידזשעס צו זוכן א צווייטן קרבן ווי א 24 יאריגע גראדועט, האט ער געמאכט א קעפ פאר די גראדועט
ביז וויפיל ער מעג בארגן...


פששש מורא'דיג אויפטוה, אז אנשטאטס 200,000 דאלער אין דעט ווער ער יעצט נאר זיין אין 100,000 און די מעדיקל סטודענט וועט נאר מעגן בארגן ביז 200,000 דאלער, שכח!!! וואס איז אויב יענער דארף בארגן מער? וועט די קאלידש זאגן גערעכט, מעגסט נישט? איך געב אויף און שטעל מיר צו? אך... זיי וועלן דארפן ארויסדראפן אדער טוישן דעגרי... און ווייטער נישט קענען לעבן אויף סאושל סעקיוריטי וואס די סטודענט דעט איז נאך הייליגער ווי דעם cradle to grave און יעצט קען מען נישט מאכן קיין pause אויב מ'גייט דורך economic hardship
צודרייטע גוטע איידיעס האט ער! איינס נאכן אנדערן! נישט נאר וואס דו סאלווסט נישט קיין פראבלעם האסטו עס געמוזט אנזעצן?? דאס איז דיין חכמה? דיין ניגאושיעשן? דיין אמעריקע פורסט פון וואס מ'רעדט? דיין טיפע פארשטאנד צו אונזערע עקאנאמיק נידס??
שוין, די עיקר איז אז למעשה איז דא געשמאקע עקשן אונטער אים. א פשוטע הארצלאזע רשע! ער ווייסט אז דאס איז וואס קאנסישוענטס ווילן, ער גיט נישט קיין שיט, קיינמאל נישט געגעבן.
ארויפגעריקט די עסטעיט טעקס ריקווייערמענטס פאר רייכער חשובי עם פון צען מיליאן צו דרייסיג, דאס מיינט אז אויב איז די פראפערטי נישט ווערט ביז דרייסיג דארפן די יורשים נישט צאלן קיין טעקס! 0 און דו פריייסט דיך דא ווייל דו גייסט ווערן א טאטע עושר יעצט?? ס'מיינט אפילו נישט דיר. ער באווארפט די עשירים מיט געלט און שטייט און בלאזט אריין אקסידזשין אין די סיסטמאטישע וועלט אינאקוואליטי וואס פלעגט זיין 60 מאל מער ווי די מיטל קלאס איז יעצט 75-90 מאל אזופיל. וואס איז נישט נארמאל, און מ'קען שוין נישט זאגן די "הייב דיר אויף ביי די שיכן בענדל" און האסטל! ווייל ס'מאכט פלעין נישט קיין מאטעמאטיק סענס.
סנעפ בענעפיטס, האסט קינדער? באקומסט איביטי קעש יעצט אין די זומער? פארגעס!! 230 ביליאן אפגעווישט. דאס האסטו דיר אליינס געברענגט! אויב האסטו פאר אים געוואוט. אזוי גייט עס אין זיין אדמיניסטראציע, יא יא.
אגב, די סנעפ וואס ווערן פאנדער טייל דורך די סאציאליסטישע רעדיקל סטעיטס וואס האבן א העכערע ראטע ווי די מעיק אמעריקע גרעיט עווענדזשעליקל דארפסלייט נידריגע טעקס סטעיטס... היפאקריטס. דארט איז געווין ניוסאם כשר וישר, ווייסט וואס דערמאנט מיר, דאס איז ווי די רבנים וואס האקן אויף די אינטערנעט פאר יארן, און מיטאמאל קראוד פאנדינג איז געווארן א זאך און זיי זענען אלע דא פאר ביזנעס! אזעלכע וועלטס היפאקריטס זענען די רעכטע ובפרט פארשטיקענע מאגאס!
די CBO שאצט אז די ביל לייגט צו 3.4 טריליאן צום חוב, וואס טראמפ פארשטייט זיך לייקנט, אבער איך האב אים בכלל נישט געפרעגט, ס'איז היינט א דבר פשוט אז די רעפובליקנס קרומקייט פון פאליטיזירן וויכטיגע פראגראמען וואס שטויסט די מיטל קלאס און אפגערעדט די ארימעלייט אונטערן באס קאסט מער, ווייל הענג דיר און שיס דיר, ס'איז נישט אזוי פשוט צו פרינטן חשבונות און קומען מיט א גרויסע אילאן זעג און ס'שפארט זיך אזוי געלט.
איך קען אויך זאגן 700 מיליאן און איין פערטל "עיבל באדיד מען" זייגן אויס מעדיקעיד און ס'הערט זיך גוט, עס ווערט אבער נאכנישט אמת. וואס איז יא אמת איז, די פארשאלטענע קאלטבלוטיגע רעפובליקנס פארקויפן די ברוקלין ברידזש אז ס'גיסט זיך וועסטפול ספענדינג אומעטום און "זיי" פארשטייען צו קאטס. איי פארוואס טאשטו מיין העלטקעיר? פארוואס שפארסטו אפ מיין סטודענט לאונס פארגיוונעס? פארוואס רויבסטו צו מיין סנעפ? און סעקשן 8 וואס ער האט פעמיסלי געשניטן אין האלב און געטיילט פינק סליפס, אה דו האסט פיינט אמעריקע, אה דו שגץ דו ביזט א ראדיקל לעפטיסט... דו ביזט א קעט לעדי...
ווי קען מען יא קאט'ן? זייערע גראבע דארק מאני קאנטריביושן נדבנים, אדמינסטראטיוו עמפלויאי'ס וואס ווערן באצאלט און זענען עס נישט ווערט, די דיפארטמענט אף דיפענס, 40 ביליאן אין טעריף בעילאוטס וואס דער אקס האט אונז אנגעברענגט און אנגעזעצט די אגריקולטור אינדוסטרי, ועוד
בוש די ערשטע האט פרובירט, בוש די צווייטער, ריטשארד ניקסאן, ראנאלד רעיגען די אלע האבן געשניטן און? קוק וועלכע האט געקאסט מער, דעמאראטישע בילס צו רעפובליקנס. רעפובליקן פיסקעל פאליסי האט אלס געקאסט מער! דאס איז נישט קיין אפיניען דאס איז א פאקט, מ'רעדט נישט יעצט פון סטימילוס טשעקס נאר פון פיל גרעסערע אייטעמס. מעדיקעיר, מעדיקעיד, ארויסזארקענען ארבעטערס פון גאווערמענט וואס גייען אויף אנעמפלוימענט וכו' אפילו ביידן וואס האט געהאט גאנץ א טייערע ביל האט געקאסט נאר 2 עפעס טריליאן, און ס'איז עפל און מאראנץ ווייל זיינע ביל האט געברענגט דזשאבס, איבערגעפלאסטערט די ביקיואי, אריינגעפאמפט ביליאנס אין אונזער וואסער, סיי אין ניו יארק און סיי נעשענווייד, נוקלאר ענערגיע און ריינע ענערגיע, אינוואציע 5G און פייבער האבן זיך גענומען ארויפארן אין אלע מעטראפאליטען געגנטער ווייל זיי האבן באקומען גרויסע מוציא'ס סא אסאך פון דעם קומט צוריק. ווי איז דאס ביי טראמפ? שווער צו טרעפן ווייל ס'איז נישט אבאוט דעט. נאר ווי יעדער ווייסט שוין און דער וואס נישט מאכט זיך ווייטער טאמעוואטע, אז זיין גאנצע ציל איז צו העלפן די ultra wealthy און זיינע, כ'מיין זיין זוהן'ס... אנטשולדיגט, קריפטא קוינס און טעלעפאן קעיריערס...
מעיק אמעריקע סדום ועמורה עגעין
עמורה!! עמורה!! עמורה!!
סדום dumb dumb dumb
סדום !!dumb dumb dumb dumb ay

