מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

פארוואס דארף ער באזוכן א שוואגער וואָס איז מחזיק במחלוקת?
זיין איידעם האָט עם באגנבעט זיין שול, און ער איז געגאנגען מחזק זיין זיין איידעם'ס מעשה גניבה..
איך ווייס אז מ'האט שוין געבעטן צו סטאפן דעי טאפיק, באט איך פיהל אז עס דארף ווערן קארעקטעד פאר די רעקארדס.
(אויב עס דארף גיין אין א צווייטע שנירעלע פליז אריבערלייגן)

מיסטער @מן הסתם איך האב פאר אייך אפאר שאלות:

1) איש השלום מיינט אז מ'דארף יעדעם נאכגעבן וואס זיי ווילן, אינקלודעד ווען עס איז קעגן די תורה אדער יענער איז פשוט נישט גערעכט?

2) דו האלטסט עכט אז וויזניצער רבי האט א ווארט אויף זיין איידעם?


איך וואלט געקענט פרעגן נאך, באט לאמיר אריין דייווען אין די נושא:

עס איז דא א יוד וואס הייסט הרב מייזליש, וואס איז אן איידעם ביים וויזניצער רבי. ער איז געווען א רב אונטער זיין פעטער, דער קרית יואל'ע רבי. דער הרב מייזליש איז געווען געטריי צו זיין פעטער אלע יארן, אפילו עס האט געמיינט טרעטן אויף זיין שווער מיט ביידע פיס, און אזוי אויך אויף זיין זיידע, דער ישועות משה.

עני שמחה וואס דער יוד האט געמאכט, האט ער געמאכט אין שיכון סאטמאר, אינקלודעד אלע חתונות. און פארשטייט זיך אז דער קרית יואל'ער פעטער האט געפירט זיינע שמחות בחיים פון זיין שווער, דער ישועות משה.

לאמיר נישט אריין גיין אין די דיטעילס פון יענע שמחות, וואס ווען דער ישועות משה איז אריינגעקומען, איז פלוצלונג געווארן א בלעק אוט, אדער אויסגעפלאגט די מוזיק, באגלייט מיט מכות, ועוד...

ווען דער היינטיגער איש השלום איז געווארן רבי, האט ער זייער שטארק געוואלט אז די קבלת פנים און חופה [אדער כאטשיג נאר די חופה] זאלן זיין אין שיכון וויזניץ, וועגן אלע וויזניצע זיידעס קומען אראפ. פארשטייט זיך, עס איז געפאלן אויף פארשטיינערטע אויערן.

די רעזולטאטן זענען געווען זייער קלאר: אלע שמחות זענען געווען אין שיכון סאטמאר. אדמו"ר מקרית יואל (דער פעטער) איז געזעצן אינדערמיט און פולי געפירט, און אדמו"ר מויזניץ (זיידע) איז געזעצן אין דער זייט, "אזוי ווי א גאסט". אזוי איז געווען אלע שמחות וואס הרב מייזליש האט געמאכט, ביז די בראך.

יעצט איז דא פרישע צייטן: א מייז איז אריבערגעלאפן צווישן הרב מייזליש מיט אדמו"ר מקרית יואל. איז הרב מייזליש מיט די רביצין געקומען צו לויפן צו זייער שווער/טאטע אז מען פייניגט זיי... בקיצור, זיי האבן געזוכט צו ארבעטן אויף זיינע געפילן אז ער זאל זיך אננעמען פאר זיי. אבער ער איז געבליבן זייער רואיג און זיך נישט געלאזט אריינשלעפן אין די פאליטיק. פון די אנדערע זייט, האט ער א גאנצע צייט געגעבן זיין פאטערליכע ליבשאפט אויף ווי ווייט ער קען.

לאמיר זיין זייער קלאר: וויזניצער רבי האט געהאט די געלעגנהייט צו לאזן זיין איידעם פאלן ביזן תהום, דזשאסט פאר די סעיק וואס זיין איידעם האט אים אייביק געשפיגן און געלאכט אין פנים.

יעצט צוריק צו זיינע שמחות: קרית יואל'ע רבי האט גערופן זיין שוואגער (וואס ווען ס'איז אים געגאנגען גוט האט ער נישט געקענט זיין נאמבער) און געבעטן ער זאל נישט גיין צו זיין אייניקל'ס ברית אויב ס'איז ביי זיין שוהל. וויזניצער רבי האט אים געזאגט: גיב א קוק, איך גיי נישט פארפאסן מיינע אייניקלעך'ס שמחות פאר פאליטיק. קאנסטו פועל'ן ער זאל עס נישט מאכן דארט, איז גוט. אז נישט, גיי איך גיין, ווייל מיך פאלגט ער זיכער נישט, זאל איך כאטשיג ענדזשויען די נחת אויף דעם עולם.


אויף די נושא צי ס'איז א גע'גנב'עטע שוהל, מיין איך אז דו ביסט אויכעט מודה אז עס איז נישט אזוי פשוט.

ובזה יצאתי ידי חובתי פון ענטפערן.
 
איך ווייס אז מ'האט שוין געבעטן צו סטאפן דעי טאפיק, באט איך פיהל אז עס דארף ווערן קארעקטעד פאר די רעקארדס.
............
ובזה יצאתי ידי חובתי פון ענטפערן

דיין תגובה איז פיל מיט ליגנט, דעמאגאגיע, און דמיונות.. ובזה יצאתי ידי חובתי..
 
עפעס א נייע ניגון? איך קען נישט אויפכאפן די ווערטער, אבער עפעס "וועלט וועלט איך וויל דיר נישט געפעלן דו געפעלסט מיר אויך נישט" און די פזמון איז אנא אנא שוואנצאנאתא. (איך האב ביי מיר די ווידיאו קליפ פון די ניגון, אבער עס זאגט מיר עס איז צו גרויס צו אפלאודן דא).
גאס גאס איך שטעל אויף דיר א פס
 
וואס פשט אז זייער דיין האט פארלאזט די חסידות ? ווילאנג צוריק איז עס געשען ? ווי איז ער געגאנגען?
זייער דיין אין בארא פארק הרה"ג שלמה אפעל האט אויך פארלאזט די חסידות
 
די נעכטיגע אלימות גייט אים קאסטן אפאר פרישע משפחות אין אמעריקע.
אין אמעריקע איז ער בפשטות אָווער.. סלאָולי און ער איז קאָמפּאָטישּׁן מיטן זאַבּילטאָבע'ר, אויפן וועג וויזוי זאַכן פאָהרן יעצט..

אין איזרעיל קען זיין ער וועט בלייבן מיט אַ כאפּטע משוגעים, ימים ידברו..
 
די נעכטיגע אלימות גייט אים קאסטן אפאר פרישע משפחות אין אמעריקע.
איך בין זייער מסופק צו ס'איז נאך דא ווער ס'איז דארטן אבער די נעכטיגע מעשה גייט עפעס טוישן.

השערה בעלמא אדער ווייסט נעמען?
 
דאס גייט נאר טוישן ביי מענטשן וואס זענען קאלט דארט, די וואס זענען אין די זאך הייס, די ווערן נאר מער און מער משוגע, און מען איז זיי מחזק אז דאס איז וואס דער אויבערשטער וויל, די רבי אליין איז דאס מחזק, מען לייגט ארויס א צעטיל לפנים, מען זאגט אויף די האט ליין אז מען האט ארוסיגעווארפן בחורים פון ישיבה, אבער אינעווייניג באקומען זיי כבוד מלכים, פאר'ן טוהן די ריכטגיע זאך, און די רבי אליין איז דאס מחזק,
 
דאס גייט נאר טוישן ביי מענטשן וואס זענען קאלט דארט, די וואס זענען אין די זאך הייס, די ווערן נאר מער און מער משוגע, און מען איז זיי מחזק אז דאס איז וואס דער אויבערשטער וויל, די רבי אליין איז דאס מחזק, מען לייגט ארויס א צעטיל לפנים, מען זאגט אויף די האט ליין אז מען האט ארוסיגעווארפן בחורים פון ישיבה, אבער אינעווייניג באקומען זיי כבוד מלכים, פאר'ן טוהן די ריכטגיע זאך, און די רבי אליין איז דאס מחזק,
יא יא.. יעדע חתונה ענדיגט זיך אמאל..

מה דאך לב טהור וואָס איז געזיצן אין א צופראסקעטע דריטע וועלט לאנד, אפגעזונדערט פון סאסייעטי, ענדיגט זיך..

על אחת כמה וכמה דעיע פֿערדן, זיי דרייען זיך און רעדן מיטן עולם, דאס וועט צוברענגען אז די קולט וועט מוזן אונטערגיין פיהל שנעלער.. ס'איז זייער שווער צו קאנטראלירן א קולט וואָס האָט שייכות מיט סאסייעטי..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זאגן זאגט מען אז מענדעלע האט פעסט אינוועסטירט אין די פרויען, די נשים צדקניות וואס דורך זייער זכות וועט משיח קומען.

זיי טענה'ן אז די פרויען גייען די שטערקסטע פארן געטשקע. פארפאלן, וואס זאלן די מענער טון ווען ס'ווייב האלט אים ביים קארג.
 
רבי אליעזר האגער האט היינט ביי א שבע ברכות מוחה געווען אויף זיין ערשטע קאזין מענדעלע. ער האט געזאגט אז מען טאר נישט אריינגיין אין זיינע שוהלן. ווי אויך האט ער דערמאנט די מחאה פונעם אנטווערפען דיין ביי ארגון שיעורי תורה.

לדעתי גייט זיך גארנישט טוישן, אבער מען דארף זיך האלטן פארנומען. ביידע זייטן...
 
לעצט רעדאגירט:
רבי אליעזר האגער האט היינט ביי א שבע ברכות מוחה געווען אויף זיין פעטער מענדעלע. ער האט געזאגט אז מען טאר נישט אריינגיין אין זיינע שוהלן. ווי אויך האט ער דערמאנט די מחאה פונעם אנטווערפען דיין ביי ארגון שיעורי תורה.

לדעתי גייט זיך גארנישט טוישן, אבער מען דארף זיך האלטן פארנומען. ביידע זייטן...
זיין קאזין
 
דאס גייט נאר טוישן ביי מענטשן וואס זענען קאלט דארט, די וואס זענען אין די זאך הייס, די ווערן נאר מער און מער משוגע, און מען איז זיי מחזק אז דאס איז וואס דער אויבערשטער וויל, די רבי אליין איז דאס מחזק, מען לייגט ארויס א צעטיל לפנים, מען זאגט אויף די האט ליין אז מען האט ארוסיגעווארפן בחורים פון ישיבה, אבער אינעווייניג באקומען זיי כבוד מלכים, פאר'ן טוהן די ריכטגיע זאך, און די רבי אליין איז דאס מחזק,
איז דא א צעטיל פון זיי בכלל
 
סתם נייגעריג איז דער נגיד מאיר דוד טאבאק נאך אלס א מענדליסט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אפציעל הייסטעס אז ער איז שוין לאנג נישט אבער פירט זיך נאך דיפלאמאטיש וועגן זיינע איידימער זענען נאך דארט. אבער מענדל לייגט זיך אן אויף איהם וועגן ער האט געלט. ווען ער קומט קיין וויליאמסבורג נעמט ער אריבער זיין הויז.
 
Back
Top