דזאסט טינק
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 2, 2025
- מעסעדזשעס
- 2
- רעאקציע ראטע
- 15
- פונקטן
- 3
איך ווייס אז מ'האט שוין געבעטן צו סטאפן דעי טאפיק, באט איך פיהל אז עס דארף ווערן קארעקטעט פאר די רעקארדס.פארוואס דארף ער באזוכן א שוואגער וואָס איז מחזיק במחלוקת?
זיין איידעם האָט עם באגנבעט זיין שול, און ער איז געגאנגען מחזק זיין זיין איידעם'ס מעשה גניבה..
(אויב עס דארף גיין אין א צווייטע שנירעלע פליז אריבער לייגען)
מיסטער @מן הסתם איך האב פאר אייך אפאר שאלות.
1) איש השלום מיינט אז מדארף יעדעם נאכגעבן וואס זיי ווילן אנקלודעד ווען עס איז קעגן די תורה אדער יענער איז פשוט נישט גערעכט?
2) די האלסט עכט אז ויזניצע רבי האט א ווארט אויף זיין איידעם?
איך וואלט געקענט פרעגן נאך, באט לאמיר אריין דייווען אין די נושא.
עס איז דא א יוד וואס הייסט הרב מייזליש, וואס איז אן איידעם ביי די ויזניצע רבי, ער איז געווען א רב אונטער זיין פעטער די קרית יואל רבי.
דער הרב מייזליש איז געווען געטריי צי זיין פעטער אלע יארן אפילו עס האט געמיינט טרעטן אויף זיין שווער מיט ביידע פיס און אזוי אויך זיין זיידע די ישועות משה.
עני שמחה וואס דעי יוד האט געמאכט האט ער געמאכט אין שכון סאטמאר, אנקלודעד אלע חתונות, און פארשטייט זיך אז די קרית יואל פעטער האט געפירט זיינע שמחות בחיים פון זיין שווער די ישועות משה.
לאמיר נישט אריין גיין און די דיטעילס פון יענע שמחות וואס ווען די ישועות משה איז אריין געקומען איז פלוצלונג געווען א בלעק אוט, אדער אויסגעפלאגט די מוזיק באגלייט מיט מכות ועוד...
ווען די היינטיקע איש השלום איז געווארן רבי האט ער זייער שטארק געוואלט אז די קבלת פנים און חופה אדער כאטשיק נאר די חופה זאלן זיין און שכון ויזניץ, וועגן אלע ויזניצע זיידעס קומען אראפ,, אין פארשטייט זיך עס איז געפאלן אויף פארשטיינערטע אויערן.
די רעזולטאטן זענען געווען זייער קלאר אלע שמחות זענען געווען אין שכון סאטמאר אדמו"ר מקרית יואל (די פעטער) האט געזעצן אינדערמיט און פאלי געפירט, אין אדמו"ר מויזניץ (זיידע) האט געזעצן און די זייט "אזוי ווי א גאסט". אזוי האט געווען אלע שמחות וואס הרב מייזליש האט געמאכט ביז די בראך.
יעצט איז דא פרישע צייטן א מייז האט אריבער געלאפן צעווישן הרב מייזליש מיט אדמו"ר מקרית יואל, איז הרב מייזליש מיט דאס רביצין געקומען צי לויפן צי זייער שווער/טאטע אז מפאניקט זיי,,,, בקיצור זיי האבן געזיכט צי ארבעטן אויף זיינע געפילן אז ער זאל זיך אננעמען פאר זיי, אבער ער איז געבליבן זייער רואיג אין זיך נישט געלאזט אריין שלעפן אין די פאליטיק, פון די אנדערע זייט האט ער א גאנצע צייט געגעבן זיין פאטערליכע ליבשאפט אויף ווי ווייט ער קען.
לאמיר זיין זייער קלאר ויזניצע רבי האט געהאט די געלעגנהייט צי לאזן זיין איידעם פאלן ביזן תהום דזאסט פאר די סעיק אויף וואס זיין איידעם האט אים אייביק געשפיגן און געלאכט און פנים.
יעצט צוריק צי זיין שמחות, קרית יואל'ע רבי האט גערופן זיין שוואגער (וואס ווען סאיז אים געגאנגען גוט האט ער נישט געקענט זיין נאמבער) אין געבעטן ער זאל נישט גיין צו זיין אייניקל'ס ברית אויב סאיז ביי [זיין שיהל], ויזניצע רבי האט אים געזאגט גיב א קוק איך גיי נישט פארפאסן מיינע אייניקלעך'ס שמחות פאר פאליטיק, קאנסטו פוילן ער זאל עס נישט מאכן דארט איז גיט אז נישט גיי איך גיין וועגן מיך פאלגט ער זיכער נישט, זאל איך כאטשיק ענדשויען די נחת אויף דעם עולם.
אויף די נושא צי סאיז א געגנבעטע שיהל מיין איך אז די ביסט אויכעט מודה אז עס נישט אזוי פשוט
ובזה יצאתי ידי חובותי פון ענטפערן