דזאסט טינק
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 2, 2025
- מעסעדזשעס
- 2
- רעאקציע ראטע
- 27
- פונקטן
- 13
איך ווייס אז מ'האט שוין געבעטן צו סטאפן דעי טאפיק, באט איך פיהל אז עס דארף ווערן קארעקטעד פאר די רעקארדס.פארוואס דארף ער באזוכן א שוואגער וואָס איז מחזיק במחלוקת?
זיין איידעם האָט עם באגנבעט זיין שול, און ער איז געגאנגען מחזק זיין זיין איידעם'ס מעשה גניבה..
(אויב עס דארף גיין אין א צווייטע שנירעלע פליז אריבערלייגן)
מיסטער @מן הסתם איך האב פאר אייך אפאר שאלות:
1) איש השלום מיינט אז מ'דארף יעדעם נאכגעבן וואס זיי ווילן, אינקלודעד ווען עס איז קעגן די תורה אדער יענער איז פשוט נישט גערעכט?
2) דו האלטסט עכט אז וויזניצער רבי האט א ווארט אויף זיין איידעם?
איך וואלט געקענט פרעגן נאך, באט לאמיר אריין דייווען אין די נושא:
עס איז דא א יוד וואס הייסט הרב מייזליש, וואס איז אן איידעם ביים וויזניצער רבי. ער איז געווען א רב אונטער זיין פעטער, דער קרית יואל'ע רבי. דער הרב מייזליש איז געווען געטריי צו זיין פעטער אלע יארן, אפילו עס האט געמיינט טרעטן אויף זיין שווער מיט ביידע פיס, און אזוי אויך אויף זיין זיידע, דער ישועות משה.
עני שמחה וואס דער יוד האט געמאכט, האט ער געמאכט אין שיכון סאטמאר, אינקלודעד אלע חתונות. און פארשטייט זיך אז דער קרית יואל'ער פעטער האט געפירט זיינע שמחות בחיים פון זיין שווער, דער ישועות משה.
לאמיר נישט אריין גיין אין די דיטעילס פון יענע שמחות, וואס ווען דער ישועות משה איז אריינגעקומען, איז פלוצלונג געווארן א בלעק אוט, אדער אויסגעפלאגט די מוזיק, באגלייט מיט מכות, ועוד...
ווען דער היינטיגער איש השלום איז געווארן רבי, האט ער זייער שטארק געוואלט אז די קבלת פנים און חופה [אדער כאטשיג נאר די חופה] זאלן זיין אין שיכון וויזניץ, וועגן אלע וויזניצע זיידעס קומען אראפ. פארשטייט זיך, עס איז געפאלן אויף פארשטיינערטע אויערן.
די רעזולטאטן זענען געווען זייער קלאר: אלע שמחות זענען געווען אין שיכון סאטמאר. אדמו"ר מקרית יואל (דער פעטער) איז געזעצן אינדערמיט און פולי געפירט, און אדמו"ר מויזניץ (זיידע) איז געזעצן אין דער זייט, "אזוי ווי א גאסט". אזוי איז געווען אלע שמחות וואס הרב מייזליש האט געמאכט, ביז די בראך.
יעצט איז דא פרישע צייטן: א מייז איז אריבערגעלאפן צווישן הרב מייזליש מיט אדמו"ר מקרית יואל. איז הרב מייזליש מיט די רביצין געקומען צו לויפן צו זייער שווער/טאטע אז מען פייניגט זיי... בקיצור, זיי האבן געזוכט צו ארבעטן אויף זיינע געפילן אז ער זאל זיך אננעמען פאר זיי. אבער ער איז געבליבן זייער רואיג און זיך נישט געלאזט אריינשלעפן אין די פאליטיק. פון די אנדערע זייט, האט ער א גאנצע צייט געגעבן זיין פאטערליכע ליבשאפט אויף ווי ווייט ער קען.
לאמיר זיין זייער קלאר: וויזניצער רבי האט געהאט די געלעגנהייט צו לאזן זיין איידעם פאלן ביזן תהום, דזשאסט פאר די סעיק וואס זיין איידעם האט אים אייביק געשפיגן און געלאכט אין פנים.
יעצט צוריק צו זיינע שמחות: קרית יואל'ע רבי האט גערופן זיין שוואגער (וואס ווען ס'איז אים געגאנגען גוט האט ער נישט געקענט זיין נאמבער) און געבעטן ער זאל נישט גיין צו זיין אייניקל'ס ברית אויב ס'איז ביי זיין שוהל. וויזניצער רבי האט אים געזאגט: גיב א קוק, איך גיי נישט פארפאסן מיינע אייניקלעך'ס שמחות פאר פאליטיק. קאנסטו פועל'ן ער זאל עס נישט מאכן דארט, איז גוט. אז נישט, גיי איך גיין, ווייל מיך פאלגט ער זיכער נישט, זאל איך כאטשיג ענדזשויען די נחת אויף דעם עולם.
אויף די נושא צי ס'איז א גע'גנב'עטע שוהל, מיין איך אז דו ביסט אויכעט מודה אז עס איז נישט אזוי פשוט.
ובזה יצאתי ידי חובתי פון ענטפערן.