מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

זיי ארגאזמאן זאגאר צו זיין צורה הק', כנודע
דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא
דער שוונצאנות רבי,האט זיך מער ארויס גישטעלט אזוי אז דער קאץ קומט ארויס פון זאק,אבער מען דארף זיך לערנען נישט צו פארגעטערן קיין שום בן אדם, מער ווי מיט א מדה משקל ומשורה, ווייל אלע זענען אנשים,און אויב האלטסטו אז זיי זענען מלאכים ביסטו פון די חמורים, ולא כחמורו של רפנחס בן יאיר , איז ער דען דער ערשטער ?
דער זיבעטער חב״ד רבי ז״ל יוכיח
וואס ביי איהם איז ארויס געקומען דער פוניבז׳ער ראש ישיבה הרב אליעזר מן שך ( ער איז גיוועהן א יחיד בדורו מיט דעם ) און ער האט איהם אפגעריסען בפומבי מיט זיין פאלטשע משיחיזם, און מיט די איינרעדעניש אז ער איז נצר משרשיו יפרה פון מלכות בית דויד, ווייל אזוי האט איהם גישמעקט ,
און די דעמעדזש דארט איז ניכר עד היום ה׳ ישלח להם רפואה ודעת ,
און אז דער אברך איז נהוג אריינצוגיין צום רבי׳ן מיט
א פתקא ( קוויטעל ) ליל טבילה איז דען יא נארמאל,
איז דער רבי עפעס א מלאך אז ער ער קריגט נישט קייין הרהור עבירה בפרט ער קען דאך די פרוי אויך ?
דאס אויבערגלויבונג איז א שוואכקייט וואס קומט מיט א חינוך פון ברעין וואש,צו פארמיידען ספיקות
און מחשבה , ביז דער רבי ווערט עפעס א קאנדואיט
דירעקט צו גאט,אנדערש ווי מען זאגט אין תהילה לדוד קרוב ה׳ לכל קוראיו .
 
האבן מיר דאך נישט געלייענט, אז שאול האט געוואלט הרגענען דוד המלך פון קנאה, און אזוי אויך דוד האט באפוילין צו הרגענען זיינע קעגנער איידער ער איז געשטארבן. די פראבלעם הייבט זיך אן, אז יעדע אדמו"ר מיט צען חסידים איז היינט א "מלך" "שמחת בית המלכות" מיט דינערס און קליידער פון פריצים, און יעדער זוהן פון אן אדמו"ר פון דעם טאג וואס ער איז געבוירן, פילט ער זיך א פרינץ, און קל וחומר מענדלי וואס איז נישט ווייניקער ווי א גאט'ס זוהן "הישועות משה". עס זעט נישט אויס אז דאס איז וואס דער בעל שם טוב האט מחדש געווען אין דער וועלט.

באַמערקט אז די שמועס צווישן צוויי ליטווישע יונגלייט וועט זיך געוויינטלעך דרייען ארום דעם דער געלערנטער סוגיא אין כולל און אזוי ווייטער. און צווישן צוויי חסידים וועט עס זיך אלץ דרייען ארום דעם כבוד וואס דער רבי האט באקומען ביי דער חתונה, נעבן וועמען ער האט געזעסן, און אין וועלכער פאליטיק ער איז געווען פארמישט. דאס אלץ איז מוח-וואשינג אז דער רבי איז דער מלך און מיר זענען זיינע דינער.
 
לעצט רעדאגירט:
האבן מיר דאך נישט געלייענט, אז שאול האט געוואלט הרגענען דוד המלך פון קנאה, און אזוי אויך דוד האט באפוילין צו הרגענען זיינע קעגנער איידער ער איז געשטארבן. די פראבלעם הייבט זיך אן, אז יעדע אדמו"ר מיט צען חסידים איז היינט א "מלך" "שמחת בית המלכות" מיט דינערס און קליידער פון פריצים, און יעדער זוהן פון אן אדמו"ר פון דעם טאג וואס ער איז געבוירן, פילט ער זיך א פרינץ, און קל וחומר מענדלי וואס איז נישט ווייניקער ווי א גאט'ס זוהן "הישועות משה". עס זעט נישט אויס אז דאס איז וואס דער בעל שם טוב האט מחדש געווען אין דער וועלט.

באַמערקט אז די שמועס צווישן צוויי ליטווישע יונגלייט וועט זיך געוויינטלעך דרייען ארום דעם תלמיד סוגיא און אזוי ווייטער. און צווישן צוויי חסידים וועט עס זיך אלץ דרייען ארום דעם כבוד וואס דער רבי האט באקומען ביי דער חתונה, נעבן וועמען ער האט געזעסן, און אין וועלכער פאליטיק ער איז געווען פארמישט. דאס אלץ איז מוח-וואשינג אז דער רבי איז דער מלך און מיר זענען זיינע דינער.
גיב נישט אזוי פיעל קרעדיט פאר די ליטאים ,
די יצר הרע פון שררות און גיאות איז נוהג דארטן אויך,לעצטנס איז מען פארנומען מיט די כהנמן און מרקוביץ פון פוניבז, אין יעדע מקום איז דא דע פראבלעם פון סוקסעשן און עס צושפרייט זיך א פייער פון מחלוקת , אבער ליידער די חסידים זענען
גישלאגען מיט די מכה אז מען דארף גלייבען אין דעם. צדיק. אז ער איז דער משפיע , און מען גיט עס
א נאהמען אמונת צדיקים - א חידוש אז דער רמב״ם
האט גיהאט אזא אישתמטתיה , נאר די חסידים זאגען אז דאס איז נכלל אין דעם עיקר פון ״כל דברי נביאים אמת״ ווי דער בעל שומרי אמונים רבי אהרן ראטה ז״ל, שרייבט דארט אז מען דארף גלייבען אלע סיפורי צדיקים און מען טאהר נישט וועלן הערן די מאורעות העולם, ווייל דאס איז אלעס פוליטיק בגימטריה עמלק , נאר מען זאל זיין אוזן שומעת תוכחת חכם וואס דער רבי זאגט איז רצון יריאיו יעשה.
 
די שוואנצאנים אין די נייע בית מדרש הגדול!
בילד איז נאר פאר אילוסטרציע
IMG-20251208-WA0264.webp
 
ווען מפואר וואלט גאמאכט וויידלעך... 🤣
קוק אויף דעי חתן, ער האט א צען טויזענט דאלערדיגע וויידל...
נישט נארמאל, יעדע קליינע טוטער דרייט זיך ארום מיט א טייערע וויידל...
 
איך קען א מעשה פון נאענט, א פאר וועמענס היים איז נישט אין ארדענונג ווייל דער מאן איז א חסיד פון מענדעל און די פרוי איז קעגן זיינע וועגן. אין תלמוד תורה האט די פאר מסכים געווען אז דער זון זאל לערנען אין א נייטראלער קלאס. און אין א קליינער ישיבה האט מען געוואלט אריינלייגן דאס קינד אין א חסידישע ישיבה. עס האט זיך אנגעהויבן ישיבה-צייט און דאס קינד איז פארשוואונדן געווארן. נאך א פאר טעג האט ער געמאלדן אז דער רבי האט אים צוגעשטעלט א פאסטער-משפחה אין לאנדאן, און ער לערנט דארט אין זיין ישיבה. דאס איז א פארברעכן!
 
צוויי חדשים צוריק האט ער צונויפגעקליבן אלע פרויען פון דער קהילה אינמיטן נאכט צו אן עמערדזשענסי זיצונג ביים קבר פונעם ישועות משה, און ער האט זיי געוויזן דעם לבנה און געזאגט זיי: "אזוי וויל איך אז אייער קאפ זאל אויסזען."
 
וויפעל משפחות האט ער אין ארץ ישראל כהיום?
 
דאס אז מען רופט אויס אן דעם טאטענס נאמען איז פארגעקומען דריי וואכן צוריק מיט די חתן בן הרה"ג הצדיק ר' הערשל ראזענבערג שליט"א, וועלכער איז מלפנים געווען זייער דיין,
און האט אפגעלאזט די קהילה אביסל צו שפעט, נישט איידער'ן נעבעך פארלירן דארט אפאר קינדער,
 
די פארגאנגענע שבת איז געווען א פאר פאלק וואס האט נארוואס חתונה געהאט, און ער איז געווען אויף שבת ביי זיין טאטע אינדערהיים, ווי ער און זיין ווייב, האבן נעבעך ניטש גערעדט צו קיינעם פון די משפחה, און זיי האבן א גאנץ שבת עהאלטן די אויגן אראפ צו דער ערד, ח"ו נישט אריינצוקוקן אין די פנים פון די איבריגע פון די בני המשפחה, וועלכע האבן נעבעך זיך אפגעריסן פון די מקור החיים, פון די אילנא דחיי
 
איז דא איינער וואס איז גרייט ארויסצוהעלפן? - עסקנים טענה'ן אז זיי האבן צי ווייניג הילף און צי ווייניג געלט.

פאריגע וואך האט מען צוריסן צוויי שטריימלעך. עסקנים האבן פראבירט צוזאמענצושטעלן די געלט פאר די צוויי אידן. זיי האבן דערווייל צוזאמענגעשטעלט 2,000 דאלער פאר די צוויי שטריימלעך. א צווייטער איד, האט מען אנגע'מזיק'ט 25,000 דאלער, חרוב מאכנדיג זיין קאר מיט זיין דירה. עסקנים האבן באוויזן צוצושטעלן בלויז 1,000 דאלער.

מיט געלט קען מען אסאך אויפטון, מיט עסקנות קען מען אסאך אויפטון. מען פרובירט צו טון וואס מען קען, אבער דערווייל איז דא ווייניג הילף.

איז דא איינער וואס איז גרייט זיך צוצושטעלן?
 
אט האט איר...
 
בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Video 2025-12-07 at 12.14.35 PM (1).mp4
    1,022.5 KB
אבער מען דארף זיך לערנען נישט צו פארגעטערן קיין שום בן אדם,
זיי האבן נישט פארגעטערט זייער רבי, זיי האבן פארמענטשעלט זייער גאט, ודו"ק.
באַמערקט אז די שמועס צווישן צוויי ליטווישע יונגלייט וועט זיך געוויינטלעך דרייען ארום דעם דער געלערנטער סוגיא אין כולל און אזוי ווייטער. און צווישן צוויי חסידים וועט עס זיך אלץ דרייען ארום דעם כבוד וואס דער רבי האט באקומען ביי דער חתונה,
דאס איז נישט דער זעלבע קאליבער. א חסידישע כולל יונגערמאן וואס ליגט אין לערנן, און כ"ש א בעלעבאס וואס איז שטארק קובע עתים, פאראינטרעסירט זיך בכלל נישט אין די סארט שטותים.
גיב נישט אזוי פיעל קרעדיט פאר די ליטאים ,
די יצר הרע פון שררות און גיאות איז נוהג דארטן אויך,לעצטנס איז מען פארנומען מיט די כהנמן און מרקוביץ פון פוניבז,
די חילוק איז אז צווישן ליטאים זענן ביידער נעמן פארשמוצט לדראון צוליעב דער פייט. א בחור אין חברון אדער סיי וועלכע אנדערע ישיבה איז שוין נישט משועבד צו זייער שטותים.
אין יעדע מקום איז דא דע פראבלעם פון סוקסעשן און עס צושפרייט זיך א פייער פון מחלוקת
אין דעם ביסטו הייליג גערעכט, און אפילו ווען עס איז נישט דא קיין מחלוקת, כגון בריסק ולייקווד, ליידט מען געפערליך פון די קאנצעפט פון יורשים און ממשיכיסטן.
איז דא איינער וואס איז גרייט ארויסצוהעלפן? - עסקנים טענה'ן אז זיי האבן צי ווייניג הילף און צי ווייניג געלט.

פאריגע וואך האט מען צוריסן צוויי שטריימלעך. עסקנים האבן פראבירט צוזאמענצושטעלן די געלט פאר די צוויי אידן. זיי האבן דערווייל צוזאמענגעשטעלט 2,000 דאלער פאר די צוויי שטריימלעך. א צווייטער איד, האט מען אנגע'מזיק'ט 25,000 דאלער, חרוב מאכנדיג זיין קאר מיט זיין דירה. עסקנים האבן באוויזן צוצושטעלן בלויז 1,000 דאלער.
פארוואס דארף מען יעצט צוזאמענשטעלן געלט? די געלטער וועלן פארמאכן מענדלס פיסק? עס וועט עפעס טון צו ראטעוון מענטשן פון די קליקע? איינער דארף גאר א שטריימעל?! זאל ער נישט קיין הוט וואס ער קען נישט ערלויבן! האסטו געהערט אזוינס? איינער וויל איינקאסירן פון דער פייט.

קיין געלט פעלט נישט אויס, מ'דארף טעראפיסטן און מענטשן וואס וועלן רעדן צו יונגעלייט, נישט געלט.

און מ'דארף טרעפן די נקודת התורפה און סטראשן מענדעל דערמיט אז ער זאל אויפהערן
 
איז דא איינער וואס איז גרייט ארויסצוהעלפן? - עסקנים טענה'ן אז זיי האבן צי ווייניג הילף און צי ווייניג געלט.

פאריגע וואך האט מען צוריסן צוויי שטריימלעך. עסקנים האבן פראבירט צוזאמענצושטעלן די געלט פאר די צוויי אידן. זיי האבן דערווייל צוזאמענגעשטעלט 2,000 דאלער פאר די צוויי שטריימלעך. א צווייטער איד, האט מען אנגע'מזיק'ט 25,000 דאלער, חרוב מאכנדיג זיין קאר מיט זיין דירה. עסקנים האבן באוויזן צוצושטעלן בלויז 1,000 דאלער.

מיט געלט קען מען אסאך אויפטון, מיט עסקנות קען מען אסאך אויפטון. מען פרובירט צו טון וואס מען קען, אבער דערווייל איז דא ווייניג הילף.

איז דא איינער וואס איז גרייט זיך צוצושטעלן?

מען זאל סאָען די מזיק און ער זאל מוחל זיין באצאלן די היזיקות. (און אין איינוועגס זיצן אפאר חדשים אין חד גדיא)
 
וואס געשעהט ווען אויב ח"ו חס וחלילה חס ושלום זיי הארגענען ווען דעי יונגערמאן חלילה דעמאלטס וואלט זיך די וועלט איבערגעדרייט לכאורה! דאס דארף שוין יעצט געשעהן אפילו ב"ה זיי האבן עים נישט דערהארגעט ווייל דעי יונגערמאן שרייט אז סגייט זיין הריגים אויב מען וועקט זיך נישט אויף באצייטענס!
 
Back
Top