- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,120
- רעאקציע ראטע
- 2,676
- פונקטן
- 433
דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא
דער שוונצאנות רבי,האט זיך מער ארויס גישטעלט אזוי אז דער קאץ קומט ארויס פון זאק,אבער מען דארף זיך לערנען נישט צו פארגעטערן קיין שום בן אדם, מער ווי מיט א מדה משקל ומשורה, ווייל אלע זענען אנשים,און אויב האלטסטו אז זיי זענען מלאכים ביסטו פון די חמורים, ולא כחמורו של רפנחס בן יאיר , איז ער דען דער ערשטער ?
דער זיבעטער חב״ד רבי ז״ל יוכיח
וואס ביי איהם איז ארויס געקומען דער פוניבז׳ער ראש ישיבה הרב אליעזר מן שך ( ער איז גיוועהן א יחיד בדורו מיט דעם ) און ער האט איהם אפגעריסען בפומבי מיט זיין פאלטשע משיחיזם, און מיט די איינרעדעניש אז ער איז נצר משרשיו יפרה פון מלכות בית דויד, ווייל אזוי האט איהם גישמעקט ,
און די דעמעדזש דארט איז ניכר עד היום ה׳ ישלח להם רפואה ודעת ,
און אז דער אברך איז נהוג אריינצוגיין צום רבי׳ן מיט
א פתקא ( קוויטעל ) ליל טבילה איז דען יא נארמאל,
איז דער רבי עפעס א מלאך אז ער ער קריגט נישט קייין הרהור עבירה בפרט ער קען דאך די פרוי אויך ?
דאס אויבערגלויבונג איז א שוואכקייט וואס קומט מיט א חינוך פון ברעין וואש,צו פארמיידען ספיקות
און מחשבה , ביז דער רבי ווערט עפעס א קאנדואיט
דירעקט צו גאט,אנדערש ווי מען זאגט אין תהילה לדוד קרוב ה׳ לכל קוראיו .