- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,465
- רעאקציע ראטע
- 3,463
- פונקטן
- 433
דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא.
דער שוואנצאנות רבי, האט זיך מער ארויסגעשטעלט אזוי אז דער קאץ קומט ארויס פון זאק, אבער מען דארף זיך לערנען נישט צו פארגעטערן קיין שום בן אדם מער ווי מיט א מדה משקל ומשורה, ווייל אלע זענען אנשים, און אויב האלטסטו אז זיי זענען מלאכים ביסטו פון די חמורים, ולא כחמורו של ר' פנחס בן יאיר. איז ער דען דער ערשטער?
דער זיבעטער חב"ד רבי ז"ל יוכיח, וואס ביי אים איז ארויסגעקומען דער פוניבז'ער ראש ישיבה הרב אליעזר מן שך (ער איז געווען א יחיד בדורו מיט דעם), און ער האט אים אראפגעריסן בפומבי מיט זיין פאלשע משיח'יזם, און מיט די איינרעדעניש אז ער איז נצר משרשיו יפרה פון מלכות בית דוד, ווייל אזוי האט אים געשמעקט, און די דעמעזש דארט איז ניכר עד היום. ה' ישלח להם רפואה ודעת.
און אז דער אברך איז נהוג אריינצוגיין צום רבי׳ן מיט א פתקא (קוויטעל) ליל טבילה, איז דען יא נארמאל? איז דער רבי עפעס א מלאך אז ער קריגט נישט קיין הרהור עבירה, בפרט אז ער קען דאך די פרוי אויך?
דאס אויבערגלויבונג איז א שוואכקייט וואס קומט מיט א חינוך פון ברעין וואש, צו פארמיידן ספיקות און מחשבה, ביז דער רבי ווערט עפעס א קאנדואיט דירעקט צו גאט, אנדערש ווי מען זאגט אין תהלה לדוד: קרוב ה' לכל קוראיו.