מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

ווי אויך אויב איינער האט מער אינפארמאציע פון פרייטאג צונאכט'ס ביי מענדע'לע, זאל אריינקומען

איך הער אז דער וואך האט ער געדאוענט מנחה פריטאג צונאכטס ביי לעכט צינדען, דענאך געמאכט א הפסקה דער עולם זאל אהיימגיין קידוש מאכן און עסן די סעודה, דערנאך איז מען צוריקגעקומען צו קבלת שבת און טיש תיכף נאכ'ן דאווענען,
ווי דארט האט ער גערעדט א זמן ארוך צו זאגן אז אלעס וואס מען זאגט אויף איהם איז פאלש, פון סמארטפאון מענטשן קיינער זאל נישט גלייבן וכו' וכו' וכו' שקר שטותים והבלים וכדו',
 
IMG-20251207-WA0005.webp
IMG-20251207-WA0006.webp
 
איינס, די אלע מחאות פון די רבנים און אויך אויף אידטיש איז ווערט א רעטעך ווי לאנג זיי קענען נישט אנרופן דאס קינד ביים נאמען (א קולט). מוחה זיין אויף אן איסור עבודה זרה האט שוין די ויואל משה געטוהן און מדינת־ישׂראל גייט ווייטער אן געהעריג. צווייטנס ווען די וואך און אנדערע מאגאזינען פון רבי'ש פאפאראצי וועלן נישט לייגן מער קיין בילדער און איהם רופן אדמור, וועל איך פארשטיין עפעס האט זיך געטוישט.
 
הגם אז איך בין צופרידען אז איינער איז מוחה, מ"מ קלער איך אז עס איז איבערגעטריבן צו אסרן דאס אריינטרעטן ביי זיי אין ביהמ"ד אדער מונע זיין פון שמחות.

ווילסט זיי ראטעוון? האלט זיי נאנט, גיב זיי די געפיל אז זיי זענן נאך א חלק פון כלל ישראל און ארויס גייען פון די קהלה וועט זיי נישט שאטן.

(אנרופן מיטן נאמן קולט העלפט קיינער נישט. סתם א קנאישע סארט טענה אז ווילאנג דו ביסט נישט מוחה ווי איך וויל, ביסטו אויף יענער זייט. אזוי ווי די קנאים אויף ק"ש וואס האבן געפאדערט פון יעדעם אז ער זאל מסכים זיין אז גיוס איז א גזירה. אדער די Free Palestine חברה).
 
נאך אלעמען איז נישט א גרויסע אינטערשיד צווישען
די חסידות׳ן,איבעראל פארגעטשקעט מען די מהות פון די רב׳׳ס דיספראפארשונעל צודעם וואס עס קומט זיך זיי, יעצט איז דער חסידות שוואנצאנוס אויף די צימבעל , און וואס איז אין סקווירא צו גור
אדער בעלזא, חב״ד ?
מיט דעם פרט איז די סאטמאר חסידות גיבענטשט
ווייל דארט איז דער רבי נאר א פיגור א מנהיג צו רעפרעזענטען די גימיינדע , און דאס איז סיי ביי מהר״א און ביי מהרי״י , עס איז שוין אזוי נהוג מימות ברך משה .
 
יעדער חסידות איז געבויט אויף דעם אז דער רבי איז א לייטער צום באשעפער, צו תורה, צו תיקון המדות, און צו אהבת ה'. איך גלויב נישט דערין, אבער זיי האבן זיך געבויט א גלויבונג וואס זאגט אז מ'דארף דער צדיק און דעם קשר צום צדיק אנצוקומן אהין. דער רבי איז א מושלם, און זיין שלימות איז משלים דיין חסרונות.

איך גלויב אז לב טהור איז אויך אזוי געווען, נאר זיי גלויבן אין אים אויף אן עקסטרעמע וועג, אז יעדער וואס קלערט אנדערש איז אן אפיקורס.

אין וויזניץ מרכז, זייענדיג א מרכז פון פויעריי, גלויבן זיי, אדער עכ"פ רעדן זיי, אז דער תכלית איז דער דביקות אין צדיק. נישט אז דער צדיק'ס מדות טובות זענן משפיע אויף דער מענטש, נאר דער צדיק, מיט זיין נעמן אן אטעם אויף דער וועלט, איז דער זאך.

און דארט ליגט דער אונטערשייד צווישן וויזניץ מרכז און גער, באבוב, ברסלב, סקווער, אדער שפיטיווקא.
 
די חילוק צווישן מרכז ויזניץ און די אלע אנדערע חסידות'ן איז, אז אין אנדערע פלעצער פירט זיך כאטש דער רבי גאנץ שיין, ערליך וכדו', אז עס איז דא מקום פאר איינער וואס איז נישט דוקא א מתנגד, צו זאגן אז דער רבי איז א צדיק וכו', משא"כ דער ליידיגייער, פירט זיך באופן וואס ווער עס קען זיין סדר היום, זיין התנהגות, האט נישט וואס צו זאגן מער ווי דעם אז דער איז א פוסטער ליידיגייער [איידל גערעדט], און ממילא מוז מען זאגן נאר אז דער רבי איז אזוי הייליג אז ער איז העכער פון אלעס ממש למעלה מהגתינו, [און דער אמת איז עס מוז אזוי זיין, ווייל לפי השגתינו איז ער ווייניגער ווי רוב כלל ישראל,
 
איינער האט די האטליין נאמבער פון זיי ?
 
Back
Top