מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

איינער זאגט מיר אז דאנערשטאג ביים דרשה האט ער גערעדט וועגן קליידער פאר די פרויען און ער האט געזאגט אז מוצ"ש גייט ער זאגן וועלכע סארט קליידער צו קויפן איינער ווייסט וועלכע? איך בין נייגעריג וואס איז זיין טעיסט
 
איינער זאגט מיר אז דאנערשטאג ביים דרשה האט ער גערעדט וועגן קליידער פאר די פרויען און ער האט געזאגט אז מוצ"ש גייט ער זאגן וועלכע סארט קליידער צו קויפן איינער ווייסט וועלכע? איך בין נייגעריג וואס איז זיין טעיסט

😏😏😏
1770173862194.webp
 
די מרכז וויזניץ פירער שליט״א פארט דעם קומענדיגע דינסטאג קיין לאנדאן, לרגל נישואי בת מקורבו הר״ר אברהם פיפקא פון לאנדאן.
נאך 2 טעג וועט ער פארן קיין ערד יצ״ו אויף אפרוה.
יא, אזויווי איר הערט. דאסמאל איז עס ערד. נישט שווייץ, און נישט אילת.
 
פאלגענד איז א היסטארישע בריוו געשריבן דורך הרבנית סאשה מ'וויזניץ קרית יואל תליט"א, געשריבן צום ישועות משה ז"ל בשנת תשס"א
וואב דעקט אביסעל אויף וואס ס'איז פארגעגאנגען דעמאלטס, און בעיקר אויף ר' מענדעלע דאן אב"ד שיכון,
סאשה איז געוועהן בקשר מיט'ן בראשאב'ן רב הרב פאללאק, וואס איז געוועהן א נעפיו פון די רביצין פונעם ישועות משה בזיווג שני, נאך וואס זי איז דאן אריבער צרות און די שטוב!!
ליינט און האט הנאה!!

1770944844366.webp

1770944905351.webp

1770944951179.webp

1770945060835.webp

1770945103285.webp

1770945125578.webp
 
אויב איינער וואס לייענט עס קען שרייבן א קורצע תמצית וועט עס זיין appreciated.
 
Wow דעס איז קראנט? פון ווי איז עס יעצט אפירגעקומען?
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איינער וואס לייענט עס קען שרייבן א קורצע תמצית וועט עס זיין appreciated.
זי פרובירט אויפצוקלערן איר טאטע אז מענדל מאכט חרוב ויזניץ. זי טענה'ט אז ער פייניגט די נייע רביצין, און ער איז ביזי א גאנצן טאג מיט מרידות. זי רעדט זיך אפ אז ער האט איגנארירט א חתונה פון צוויי אייניקלעך ווייל ר' מאטעלע און ר' ישראל זענען געווען זיידעס דארט. און אַז ר' מאטעלע גייט קומען די קומענדיגע וואך קיין א"י און ער חלשט זיך צו טרעפן מיט אים און ער זאל מאכן שלום מיט אים פונקט ווי ער האט געמאכט שלום מיט גערער רבי (וואס איז געווען די מעשה דארט?).

בקיצור, פיינע ווארע.

--
איז דא ערגעץ ווי איך קען ליינען א באשרייבונג איבער די יארן ארום די צוריקקער פון ר' ישראל קיין ויזניץ?
 
Back
Top