דאס האב איך באקומען פון איינעם פון די רב'ס משפּחה
לא תעמוד על דם רעך:
פדיון שבויים קאמפיין
לשחרורו של כ"ק הגה"צ גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א
אריינפיר:
ליידער ווערט שוין באלד דריי חדשים זינט הגה"צ גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א ווערט פארהאלטן דורך די רבנות הראשות און קען נישט ארויספארן פון ארץ ישראל מיט פארשידענע אויסריידן. מען דארף פאר קיינעם נישט ערקלערן די שווערע צושטאנדן אין וועלכע דער גאב"ד געפונט זיך, עס איז ווייט נישט גרינג צו זיין אזוי לאנג אין א פרעמד לאנד, דערווייטערט פון די משפחה און די קינדער, מען קען נישט מיטהאלטן קיין שמחות ביי די אייגענע קינדער און אייניקלעך.
דער גאב"ד שליט"א איז דאך א לאנגיעריגער מרביץ תורה וועלכער איז דולה ומשקה פאר די יושבי אהל אין כולל משכנות לאביר יעקב, און איז צוגעבינדן בעבותות של אהבה צו די חשוב'ע אברכים. דער מקום תורה איז פקיע שמיה שוין די לעצטע 25 יאר אלס א זעלטענעם ווינקל אונטער די השפעה פונעם גאב"ד און דער צער איז אין לשער ואין לתאר
די גרעסטע אויפברויז איז אז דער גאב"ד ווערט צוריקגעהאלטן איבער א נושא אין וועלכער ער האט נישט קיין האנט און האט נישט קיין ווארט, אזוי ווי עס איז שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט געווארן, אבער יעדעס מאל מיט פריש ערצייגטע שקרים און אויסגעזויגענע מעשיות און עדות'שאפטן פון מענטשן שלא באו לעולם, באשולדיגט מען אים נאכאמאל, און מיט די הילף פון די אזויגערופענע רבנות בכח הזרוע פון די ממשלת הכופרים איז דער גאב"ד פארשפארט אונטער זייער רשות, מיט די אויסרייד אז עס איז ממש מסוכן אים אהיימצולאזן.
אזוי ווי עס הערשט א שטיקל צעמישעניש אין דער נושא, דערנאך וואס פארשידענע אויסגעזויגענע פאקטן ווערן געלופטערט און פארשפרייט טוען מיר דעריבער אין די פאלגענדע זייטן שיין אויסקלארן פארשידענע פאקטן איבער די גאנצע דיון און השתלשלות הדברים צווישן וועלכע שורות עס צייגט זיך ארויס קליפ און קלאר, די פארשידענע שקרים וואס זענען פארשפרייט געווארן.
דער תמצית היוצא איז אז עס איז נישטא קיין שום סיבה אפי' לשיטתם צו פארהאלטן דעם גאב"ד, ווייל ער האט האלט נישט אפ קיין גט און האט נישט קיין ווארט דערויף, איז אלזא איז נישט פארהאן קיין לעגיטימע אורזאך אים צו פייניגן און פארהאלטן.
*
דער גאב"ד שליט"א האלט אויף דעם גט? און צי האט ער א ווארט אויף דעם גט בכלל?
מען פראבירט צו פארשפרייטן בלבולים אז דער רב שליט"א האט ביי זיך א גט און וויל דאס נישט איבערגעבן, די הנחה איז געבויט אויף פיר עדות'שאפטן, וועלכע זענען איינפאך פאלש און מיר וועלן דאס צונעמען אחת לאחת.
*
ערשטע עדות'שאפט:
מכלומר'שט האט עמיצער מיט'ן נאמען דעוויד טירנויער וואס האט משמש געווען דעם רב מעיד געווען אז דער רב האלט צוריק דעם גט ביז ווילאנג מען וועט זיך דורכקומען. אין א בריוו האט דעוויד טירנויער דאס קלארגעשטעלט, צוגעשריבן זיין פאספארט נומער און דאס איז באשטעטיגט דורך א נאטערי פאבליק. (זע דאקומענט #1)
קלארשטעלונג אויף ערשטע עדות'שאפט:
קלארצושטעלן אז דאס איז משקר יסודו, האבן ארום צען פופצן יוגנעלייט וואס לערנען אין כולל מעיד געווען ביים בי"ד אז עס איז קיינמאל נישט געווען אזא פערזאן בכלל ווי דעוויד טירנויער, און עס איז דעריבער קלאר פאלש. (זע דאקומענט #2 און #3)
באזונדער האבן לויערס פון די אמעריקאנער אימיגרעישן דעפארטמענט אויפגעוויזן אז די אנגעגעבענע פאספארט נומער איז פאלש און עס עקזעסטירט נישט אזא נומער, וואס דאס ווייזט נאכאמאל אויף אז דאס איז א הוילע בלאף. (זע דאקומענט #4)
צווייטע עדות'שאפט:
אן עדות מיט'ן נאמען ר' יעקב ישכר דוב וויינגארטן, צוגעלייגט א סעלפאן נומער וואס איז בלויז א גוגל וואויס נומער, און זיין פאספארט נומער, האט אונטערגעהערט א שמועס פון צוויי אידן מיט'ן גאב"ד שליט"א וועלכער האט זיך צעשריגן ביים שמועס און קלארגעשטעלט אז גיבט נישט קיין רשות ארויסצוגעבן דעם גט ווילאנג מען קומט נאך געוויסע תנאים. וואס פון דעם זעט מען קלאר אז דער גאב"ד איז דער וואס איז מעכב דעם גט. (זע דאקומענט #5)
קלארשטעלונג אויף צווייטע עדות'שאפט:
קלארצושטעלן די פאלשקייט פון דעם בריוו האבן די צוויי אידן – וואס כלומרש האט דער גאב"ד גערעדט מיט זיי – עדות געזאגט אז אזא שמועס איז קיינמאל נישט פארגעקומען און אז זיי קענען נישט א פערזאן מיט אזא נאמען. (זע דאקומענט #6 און #7)
ווי אויך האבן דא ווידעראמאל אימיגרעישן לויער אויפגעוויזן אז די אנגעבליכע פאספארט נומער פונעם עדות איז פאלש, און עקזעסטירט נישט. (זע דאקומענט #4)
*
דריטע עדות'שאפט
א בריוו פון א לויער אין די ציוניסטישע ערכאות וועלכע ווייזט אויף אז דער גאב"ד האלט צוריק מענער פון געבן גיטין פאר זייערע ווייבער, זי באציט זיך צו א בריוו אדרעסירט צו התאחדות הרבנים פון איינעם יעקב האלפערין וואס שרייבט מכלומרשט אז זיין ברודער וויל באמת געבן א גט פאר זיין ווייב נאר דער גאב"ד האלט אים צוריק. (זע דאקומענט #8.1 און #8.2)
קלארשטעלונג אויף דריטע עדות'שאפט:
אין די ענדע האט מען געטראפן דעם אמת'ן יעקב האלפערין וואס האט מעיד געווען ביים בי"ד אז דער בריוו צו התאחדות הרבנים איז פאלש, מכמה ראיות, צווישן זיי אז די מעשה איז פונקט פארקערט, זיין ברודער איז גאר דער תובע און די פרוי איז די נתבע, ווי אויך איז דער אנגעגעבנער סעלפאן נומער פאלש. (זע דאקומענט #9)
בייגעלייגט איז אויך א מכתב הזמנה צו די פרוי זי זאל קומען צום בי"ד מכח דער תובע – דער מאן. (זע דאקומענט #10)
*
פערטע עדות'שאפט
אין א בריוו פון ר' מרדכי פירטה ווערט דערמאנט אן עדות איש מפי איש, וועלכער האט געהאט א שמועס מיט'ן מאן אויפ'ן טעלעפאן. לויט די עדות פון יענעם האט דער מאן געהאט א ביפ און דערנאך האט דער מאן געזאגט אז דער גאב"ד פארלאנגט געוויסע תנאים פאר'ן גט. (זע דאקומענט #11)
קלארשטעלונג אויף פערטע עדות'שאפט:
צום סוף איז קלארגעשטעלט געווארן אז דורך דעם איד וואס ווערט דערמאנט אינעם עדות'שאפט, בעת ער האט עדות געזאט אז דאס וואס ווערט דערמאנט אינעם בריוו איז פאלש. (זע דאקומענט #11)
*
דער אמת'ער מציאות פונעם גט, ווער האט דאס מסדר געווען, און ביי וועמען ליגט דאס?
זיי האבן פראבירט צו לייגן דרוק אז די גט ליגט ביים גאב"ד (זע דאקומענט #14.2) אדער אז דער גאב"ד האט מסדר געווען דעם גט (זע דאקומענט #14). אדער גאר אז עס איז נישטא קיין שום גט (זע דאקומענט #13)
*
למעשה האט דער בי"ד ד'לעיקוואד געשריבן אין א בריוו אז זיי האבען מסדר געווען דעם גט, און עס ליגט ביי זיי, ווידעראום דער גאב"ד איז נישט געווען פארמישט דערין בכלל. אויך שרייבן זיי אז זיי זענען גרייט איבערצוגעבן דעם גט פאר די רבנות הראשית (זע דאקומענט #15) צום סוף שרייבן זיי אז בייגעלייגט איז א קאפיע פונעם גט (זע דאקומענט #16).
*
די כסדר'דיגע אויפגעקומענע סיבות און תירוצים
עשי"ת האט זיך דער רב פארשטענדיגט מיטן אינגערמאן, אין נאכן הערן פונעם אינגערמאן אז ער פארלאנגט פרישע תנאים, וואס איז נישט געווען אפגעמאכט לכתחילה בזמן ההיתר, האט דער רב מודיע געווען פארן אינגערמאן (זע דאקומענט #17) און פאר די אנדערע רבנים המתירים (זע דאקומענט #18) ווי אויך פאר דער פרוי אז לדעתו וויבאלד נשתנו הדברים איז לדעתו דער היתר בטל.
נאכן איבערווייזן דו אלע זאכן, אז דער גאב"ד איז נישט דער מעכב, עס איז דא א גט, ער האט נישט געמאכט דעם גט, ער האלט נישט דעם גט, ער האלט נישט כהיום פונעם היתר, איז אויפגעוויזן אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה אפי' לשיטתם אים צו פארהאלטן זענען זיי אפירגעקומען מיט א פרישע בלאף אז דער טראק וואס איז ארומגעפארן אין ווילאמסבורג (זע דאקומענט #20) צו מבזה זיין התאחדות הרבנים און ר' מרדכי פירטה, זענען געדינגען געווארן דורך אייניקלעך פונעם גאב"ד וויבאלד די מענטשן שטייען אינטער דו קלאגע (זע דאקומענט #21).
למעשה האט מען געברענגט עדות אז דאס איז פאלש (זע דאקומענט #22) עס איז געדינגען געווארן דורך צוליב אינגאנצן א צווייטע סכסוך איבער א פרשה פון א גט. (זע דאקומענט #23).
*
דער בזיון התורה איז געוואלדיג גרויס, דער רב שטייט אויס קלאגעס פון טעגליכע געלט שטראף און אויך תפיסה ל"ע היה לא תהיה (זע דאקומענט #24) און דער צער איז דאך געוואלדיג, דעריבער איז באשטימט געווארן על פי קריאת הרבנים הגאוה"צ שליט"א ארויסצוקומען מיט א מאסיווע
פדיון שבויים קאמפיין
וואס וועט העלפן פינאנצירן די אויסגאבן צו קענען אמשנעלסטן באפרייען הגה"צ הגאב"ד שליט"א וועלכער זאל זיך אומקערן לביתו ונחלתו און קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש על מי מנוחות, צו לאנגע און געזונטע יארן בעז"ה.