Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
יעדער פרובירט יעצט צו נעמען קרעדיט...יעצט באקומען די פרייליכי נייעס;
פרשת הגט שהגיעה לפתרונה: בחוגי הקנאים לא יודו בכך, אבל מי שבאמת הביאו לגט - הם דייני הרבנות הראשית לישראל, בגלל צו העיכוב יציאה נגד הרב כץ הנושא הגיע לפתרון.
דאס איז בכלל נישט ריכטיג.די סיסטעם אין מד"י איז אז די קאורט סיסטעם מישט זיך בדרך כלל נישט אריין און קיין די"ת בעניני אישות
נאר אזוי באקומט בית דין א כוח. ווען די מלך אויטאריטעט ווערט געגעבן פאר בית דין. וויאזוי דען באקומט מען כוח?וואס מאכסטו זיך נאריש? דאס איז א כח פון א ב"ד? דאס איז א כח פון א מדינה וואס בעקט זיי.
וויל אלעס ביז אהער האט יא געמאכט סענס...וואס איז שייך א קלאגע ווען די פרוי האט שוין באקומען א גט? איך האב געמיינט אז ער איז שוין אויפ’ן פליגער אהיים...
גייט ארום א ראמער, אז ראבינאוויטש ציעט נאך נישט צוריק פין די קלאגע אקעגן כץ, ער פארלאנגט געלט פאר זיינע לויערס
זיי מיר מסביר וואס איז די חילוק צווישן די 'שטארקע פיראכץ' פון אהרן ט"ב, וואס יעדער רעכטדענקיגע מענטש קוקט אן ווי שלעכט, און די כח המשטרה פון די רבנות?
איך בין מסכים אז א בית דין מיט כח וואלט געווען א געוואלדיגע זאך. דאס איז נאר אבער ווען די בית דין איז געשטעלט געווארן אויף אן ערליכן אופן, דורך די הענט פון תלמידי חכמים דייקא. וויבאלד אבער דער רבנות איז נישט אויסגעשטעלט ווי די קהלות פון אמאל ווי די ציבור פון שומרי תורה ומצוות וויילט אויס א רב, און קרית יואל'ער רבנות איז געווען אן וואלן פון די ציבור, געפירט געווארן דורכ'ן כח גברא פון דער משה ברך וואס האט פראדוצירט א קינד, ממילא האבן זיי ביידע אזא פנים.
איינער קען מסביר זיין פארוואס רופן צו די רבנות איז מסירה?!
און אויב מ'גייט צו די בג"ץ איז מען א צדיק?!
עולם הפוך ראיתי.
צו ווערן דארט א דיין האט מיט קאנעקשאנסאויב עט ער מצליח זיין צו זיין רב מיט די געווערמאנט'ס הסכמה, אויף זיינע מעשים איז ער אויך ריש גליתא. אבער ריש גליתא קען זיין ביידע. שלעכט און גוט.
די פראבלעם פון רבי אהרן און די רבנים אין אמעריקא איז אז זיי האבן נישט קיין שום עטיקס, געזעצן אדיר פראדיקטעבילי. ער ענפערט פאר קיינעם נישט. נישט דא קיין ברענטשעס אויף געווערמאנט. ער איז א מושל בכיפה.
האק נישט אין קאפ אז איז אויסגעוועלט דורך די ציבור. ס'איז נישט דא קיין וויילען. ועבדו לעולם איז פופציג יאר. אפילו נאכן בארען די אויער גייט די עבד עברי ארויס ביי יובל. וואס? די אור אור אור איינקלעך פון ברך משה'ס וואלן גייען אייביג באלאנגען פאר די טייטלבוים פאמיליע?
די חילוק צווישען רבנות און רבי אהרן איז. איינער איז קים זשאונג און, און די אנדערע איז משיח'ס צייטען. דעמעקראטיש, תורה'דיג און פאראנטווארטלעך מיט די איבערזיכט פון א הערליכע מלכות'דיגע הנהגה דורך די ציונים, זאלן זיי תשובה טון במהרה אויף די חטאים זיי זינדיגען נאך.