"משנה למלך" איז דאך אמונת יש"ו, הס מלהזכיר.
ביי חסידות, וואס איז געווארן מיוסד פאר בעלי השגה, און איז נאכדעם נתפשט געווארן צווישן דעם המון מיט דעם וואס זיי האבן מקרב געווען די מער פשוטי עם, וואס איז באמת געווען "מזן אל זן", האבן די רבי'ס געדארפט די חסידים פאר דער עקאנאמיע פון פרנסה און סאסטעינעביליטי.
נאך אלעמען, אפי' דער גרעסטער רבי וואס ליגט אין יראה און איז דבוק אין זיינע עשתונות פון דחילו ורחימו, מוז האבן סופארטערס וואס ברענגען אים ביכורים און מעשר פאר מזונות ביתו, און דער המון בית ישראל האט געטראפן א מקום וואו מען קוקט זיי אן און מען איז מחשיב זייער פשוט'ע אידישקייט (ווייל די התנהגות פון די רבנים צו די אידן איז געווען נישט מיט גענוג כבוד און רעספעקט – בלשון המועט). די שטיצער זענען געווען פון א פשוט'ן אמונה-קלאס, און עס זענען נאטירליך געווארן עובדות פון מופתים מיט אותות וואס מען האט איבערגעגעבן מפה אל פה, ביז עס איז יצא העגל הזה, אז דער רבי האט עפעס א "דירעקטע ליין" צו גאט און ער איז א "משנה למלך", אז ער ווירטשאפט אין די עולמות און ער שלעפט ארויס פון גיהנם אדער ער שליידערט אריין אין גן עדן. סתם פאנטאזיעס אשר אין להם שחר, שורש ועיקר.
און אז א רבי האט אמאל דערציילט אז א געוויסער צדיק, האט מען פאר אים אפגעקילט דעם גיהנם דריי חדשים כדי ער זאל קענען דארט אדורכגיין און ארויסנעמען וועמען ער גלוסט, און למעשה האט ער אויסגעקערט דעם גיהנם אזוי ווי מיט א בעזעם – טאקע א שיינע מעשה – אבער דער חסיד, א קליינער בעל השגה, האט עס אנגענומען ליטעראלי, און עס מוסר געווען מדור לדור ווי כאילו דאס איז תורת חסידות.
אזוי איז חסידות געווארן אן אבערגלויבונג אין דעם כח פון דעם רבי'ן. יעדע חסידות האט זיך אירע "אידיאסינקראסיס" און מען קען עס בקלות אוועק בלאזן – אבער למעשה האלט עס אידישקייט מיט דער טראדיציאנעלער התנהגות; נאר מיט א שמוץ אריבער פון אמונות טפלות, נעמט מען אן אז "יצא הפסדו בשכרו".