מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

דאס איז נישט עבודה זרה
פול סטאפ!!!
אפשר אמונות טפילות!!!
אקעי, דאס איז שוין סתם סעמענטיקס.
קריסטנטום איז אויך נישט עבודה זרה נאר אמונות טפילות (אדער אמונה בשיתוף).
 
איך האלט נישט אזוי
אבער אז יענער עקשנט זיך צו בלייבן א שוואנץ לאז איהם בלייבן א ויזניצע פערד....
יענער זאל גערן בלייבן א שוואנץ,
אבער לאז דער וואס וויל אוועקגיין, לאז איהם גיין, אן צונעמען זיינע קינדער און זיין גאנצע משפחה!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יא יא
קריסטניזם און נאך אפאר חצרות און חבורות ביי חרדים
אין וועלכע אנדערע חרדישע חצר האסטו געזען אזעלכע סטעיטמענטס?

"ה' הוא האלקים אז דער הייליגער רבי איז מלך הארץ"
"אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף"
"שויתי הייליגע רבי לנגדי תמיד"
"ונשגב הייליגע רבי לבדו"

דאכט זיך מיר אז אפילו אין גור אדער סקווירא וועסטו דאס נישט טרעפן.
 
אין וועלכע אנדערע חרדישע חצר האסטו געזען אזעלכע סטעיטמענטס?

"ה' הוא האלקים אז דער הייליגער רבי איז מלך הארץ"
"אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף"
"שויתי הייליגע רבי לנגדי תמיד"
"ונשגב הייליגע רבי לבדו"

דאכט זיך מיר אז אפילו אין גור אדער סקווירא וועסטו דאס נישט טרעפן.
ברסלב
איך מיין עס איז דא נאך
 
איך בין נישט אזוי זיכער
אבער ווען מען איז דן אמונות טפילות וכדומה
זענען זיי אויך עתידים ליתן את הדין.....
נעע...
אין ברסלב זאגט קיינער אז רבי נחמן איז גאט אדער אפילו גלייך,
מ'רעדט פון זיין קדושה, מדרגות וכו, דעטס אלל
 
"משנה למלך" איז דאך אמונת יש"ו, הס מלהזכיר.

ביי חסידות, וואס איז געווארן מיוסד פאר בעלי השגה, און איז נאכדעם נתפשט געווארן צווישן דעם המון מיט דעם וואס זיי האבן מקרב געווען די מער פשוטי עם, וואס איז באמת געווען "מזן אל זן", האבן די רבי'ס געדארפט די חסידים פאר דער עקאנאמיע פון פרנסה און סאסטעינעביליטי.

נאך אלעמען, אפי' דער גרעסטער רבי וואס ליגט אין יראה און איז דבוק אין זיינע עשתונות פון דחילו ורחימו, מוז האבן סופארטערס וואס ברענגען אים ביכורים און מעשר פאר מזונות ביתו, און דער המון בית ישראל האט געטראפן א מקום וואו מען קוקט זיי אן און מען איז מחשיב זייער פשוט'ע אידישקייט (ווייל די התנהגות פון די רבנים צו די אידן איז געווען נישט מיט גענוג כבוד און רעספעקט – בלשון המועט). די שטיצער זענען געווען פון א פשוט'ן אמונה-קלאס, און עס זענען נאטירליך געווארן עובדות פון מופתים מיט אותות וואס מען האט איבערגעגעבן מפה אל פה, ביז עס איז יצא העגל הזה, אז דער רבי האט עפעס א "דירעקטע ליין" צו גאט און ער איז א "משנה למלך", אז ער ווירטשאפט אין די עולמות און ער שלעפט ארויס פון גיהנם אדער ער שליידערט אריין אין גן עדן. סתם פאנטאזיעס אשר אין להם שחר, שורש ועיקר.

און אז א רבי האט אמאל דערציילט אז א געוויסער צדיק, האט מען פאר אים אפגעקילט דעם גיהנם דריי חדשים כדי ער זאל קענען דארט אדורכגיין און ארויסנעמען וועמען ער גלוסט, און למעשה האט ער אויסגעקערט דעם גיהנם אזוי ווי מיט א בעזעם – טאקע א שיינע מעשה – אבער דער חסיד, א קליינער בעל השגה, האט עס אנגענומען ליטעראלי, און עס מוסר געווען מדור לדור ווי כאילו דאס איז תורת חסידות.

אזוי איז חסידות געווארן אן אבערגלויבונג אין דעם כח פון דעם רבי'ן. יעדע חסידות האט זיך אירע "אידיאסינקראסיס" און מען קען עס בקלות אוועק בלאזן – אבער למעשה האלט עס אידישקייט מיט דער טראדיציאנעלער התנהגות; נאר מיט א שמוץ אריבער פון אמונות טפלות, נעמט מען אן אז "יצא הפסדו בשכרו".
 
כ'ווייס נישט צו דא איז דער פלאץ אבער איך זעה מען רעדט אביסל.. קען איינער אריינקומען קלאר ווי איך קען ליינען וועגן צאנז און רוזין?
(סתם אזוי וואלט שוין געמעגט זיין דא מער היסטאריע מיט עקסטערע אשכולות פון די אלע הריגות וואס פלעגן פארקומען אין די חצרות הרצחניים-חסדים)
 
כ'ווייס נישט צו דא איז דער פלאץ אבער איך זעה מען רעדט אביסל.. קען איינער אריינקומען קלאר ווי איך קען ליינען וועגן צאנז און רוזין?
(סתם אזוי וואלט שוין געמעגט זיין דא מער היסטאריע מיט עקסטערע אשכולות פון די אלע הריגות וואס פלעגן פארקומען אין די חצרות הרצחניים-חסדים)
HebrewBooks.org Sefer Detail: דער סאנזער צדיק ר’ חיים האלבערשטאם -- רקר, יהושע
 
אסף צייכנט אויך צו איבעראל וואו עס איז דא קונטרסים פאשקעווילן מעשיות וועגן דער איבערקערעניש
 
אסף צייכנט אויך צו איבעראל וואו עס איז דא קונטרסים פאשקעווילן מעשיות וועגן דער איבערקערעניש
הציץ ונפגע איז אויטענטיש און ער האלט זיך אומפארשעל, אזוי ווי איינער וואס וויל אראפשטעלן ביידע צדדים מיט זייערע טענות. מבין דבריו שפראצט אויך ארויס אז בעסיידס די קנאות און פרומקייט, איז פאליטיק געווען אריינגעמישט אזוי ווי ביי יעדע מחלוקת לשם שמים, פון עסקנים וואס האבן זיך אריינגעמישט און געקאכט א קאשע, עס האט גורם געווען ספליטינג פון משפחות, איבוד פרנסות, גיטין, און געווען אזעלכע וואס זענען געזיצן שבעה.

אז מען קוקט צוריק זעהט מען אז זיי האבן איבערגעצויגען די שטריק און עס האט נישט דערגרייכט וואס דער צאנזער רבי האט געוואלט מוסיף צו זיין יראת שמים - נאר להיפוך. דער לימוד דארף אונז לערנען אויף בזמנינו אז חכמים הזהרו בדבריכם.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top