מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

צו קענען אין איין אשכול מצדיק זיין ר' מענדעלע אבער נישט צאנזער רב, דאס דארף מען קענען....
היינדסייט איז 20/20 וויזשען.

מען קען אננעמען אז דער צאנזער רב איז געווען 100% צודק און גערעכט, אבער די רעזולטאטן האט מען געזען שפעטער, אזוי ווי דער שינאווער רב, רבי יחזקאל שרגא, בנו הגדול, האט שוין געזען און ער האט אפגעשטילט די המשכה פון דער מחלוקה (די אנדערע זוהן וואלטן עס ווען אנגעהאלטן), ווייל ער האט משיג געווען אז די מחלוקה פארט אויף דעמעדזשד שינעס.

מען טרעפט אין מסכת גיטין ביי רבי זכריה בן אבקולס וואס ער איז געווען א תנא, און ער האט אפגעהאלטן די חכמים פון דן זיין דעם בר קמצא מיט די ריכטיגע הלכות; כאטש ער איז גערעכט געווען, זאגט אויף אים רבי יוחנן: עוותנותו של רבי זכריה בן אבקולס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו. רבי יוחנן האט שוין געזען וואס די קנאות האט געברענגט, האט ער געזאגט די מימרא מען זאל זיך נעמען א לימוד פון דעם.

פאר מען פסל'ט אן עדה פון אידן, דארף מען ישוב הדעת מיט רואיגקייט – לא ברעש ה'.
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די אלע לינקס זענן צו צווייטע ראנגיגע מקורות.
מ'דארף ליינן די ילקוט הרועים ווי די אלע בריוון ווערן געדרוקט.

און איין גאט קען מסביר זיין פארוואס ווען דער צאנזער רב איז ממציא ווערטער אין די ספר תורה ביים ליינן איז עס מער אויסגעהאלטן אז די ציבור איז געשוויגן ווי וואס מ'האט געטון אין רוזין צו בערניו.
סאנז האט די זעלבע אמונות טפלות, יעדער מיט זיינס.
ווילסט זיך אפזאגן פון חסידות און בלייבן א מתנגד (פון די פרי-ר' חיים קנייבסקי עפאכע), גיי אהין. ביז דעמאלס, האט קיינער נישט קיין רעכט צו באשולדיגן די צווייטע אין אמונות טפלות.
פונקט אזוי פרום????

געפאלן שטיקער איז פון ביידע

אבער פון רוזשין היפש מער און שנעלער!
ווי האסטו די נומערן? עס איז דא היבש צאנזער אייניקלעך שקצים, און פיל רוזינער אייניקלאך וואס זענן נישט ווייניגער ערליך ווי אלע סאטמארער רביס, באבובער צדיקים, און וואס נישט.
אין הבדל אופייני כלל.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הציץ ונפגע-איז אויטענטיש און ער האלט זיך אומפארשעל ,אזוי ווי איינער וואס וויל אראפ שטעלן ביידע צדדים מיט זייערע טענות , עס שפראצט אויך ארויס אז בעסיידס די קנאות און פרומקייט, איז פאליטיק גיוועהן אריינגעמישט אזוי ווי ביי יעדע מחלוקת לשם שמים , פון עסקנים וואס האבען זיך אריינגעמישט און גיקאכט א קאשע , עס האט גורם גיוועהן ספליטינג פון משפחות , איבוד פרנסות , גיטין , און גיוועהן אזעלכע וואס זענען געזיצען שבעה , אז מען קוקט צוריק זעהט מען אז האבען איבער גיצויגען די שטריק און עס האט נישט דערגרייכט וואס דער צאנזער רבי ,האט געוואלט מוסיף צוזיין יראת שמים - נאר להיפוך - דער לימוד דארף אונז לערנען אויף בזמנינו אז חכמים הזהרו בדבריכם
איך זעה נישט ווי מען זעהט דארט אז דער מחלוקת האט נישט מוסיף געווען יראת שמים
אודאי איז געווען גיטין צוקריגטע משפחות ווייל מען האט זיך געקריגט איבער אידישקייט
און ווי יעדער מחלוקת איז אויך געטוהן געווארן זאכן שלא ביושר און פאליטיק וכדומה
אבער דער מעסעדזש וואס צאנזער חסידים האבן דא באקומען אז מען פארשווייגט נישט קיין עוולות בכל אופן שהוא און מען האלט זיך צו דער מסרה שטארק..... איך מיין אז דאס איז געבליבן אסאך שפעטער אויך און לכאורה ביז היינט
 
צו קענען אין איין אשכול מצדיק זיין ר' מענדעלע אבער נישט צאנזער רב, דאס דארף מען קענען....
אויב מענדלע גייט אין וועג פון דער חולקים אויפן צאנזער רב שטייט ער נאך ערגעץ

וואס איך מיין צו זאגן אז צאנזער האט זיך דאך געקריגט מיט איינעם והבן
 
איין גאט קען מסביר זיין פארוואס ווען דער צאנזער רב איז ממציא ווערטער אין די ספר תורה ביים ליינן איז עס מער אויסגעהאלטן אז די ציבור איז געשוויגן ווי וואס מ'האט געטון אין רוזין צו בערניו.
צאנז האט די זעלבע אמונות טפלות, יעדער מיט זיינס.
Come on
די לשון הרע אויף בערניו שטעלסטו צו ליינען אין די תורה מיט פאלשע נקודות???
אפשר ווייסטו נישט וואס מען האט געזאגט אויף בערניו....
 
ווי האסטו די נומערן? עס איז דא היבש צאנזער אייניקלעך שקצים, און פיל רוזינער אייניקלאך וואס זענן נישט ווייניגער ערליך ווי אלע סאטמארער רביס, באבובער צדיקים, און וואס נישט.
אין הבדל אופייני כלל.
בעיקר רעד איך פון פאר דער צווייטע וועלט מלחמה
און איך מיין אז אפילו שפעטער איז אין כמות פון איבערגעלעבטע זענען פראצענטאהל מער רוזשינע אייניקלעך אוועקגעפאלן
(זאג מיר וויפיהל רוזשינער אייניקלעך דו קענסט און וויפיהל צאנזער אייניקלעך דו קענסט)
און בפרט און בפרט בעניני השקפה זענען דאך כמעט אלע רוזשינע אייניקלעך קאליע געווארן......
 
בייגעלייגטע פיילס

דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
 
זייער פיין
זייטס ממשיך מיטן חשבון
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
ווער האט געוואוינט אין אונגארן חוץ רבי שלום אליעזר? וואס א חלק פון זיינע קינדער האבן נישט געוואוינט און אונגארן
 
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
ניין
דער ליעווער ( בערניו) האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער
אבער חוץ דעם אלע זוהן האבן געהאט קינדער (רבי אברהם מתתיהו פון שטעפינעשט א אייניקל פון רוזשינער האט נישט געהאט קיין קינדער)
 
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
וויזניץ יא סקווירא נישט
רבי איציקל סקווערער וואס איז בזיווג שני געווען אן איידעם ביים רוזשינער האט פון דעם זיווג בכלל נישט געהאט קיין קינדער
( חוץ דעם וואס מען קען דן זיין אויב מען רעכנט אלע אייניקלעך אדער נאר אזעלכע וואס זענען געגאנגען מיטן רוזשינער מהלך)
 
איך זעה נישט ווי מען זעהט דארט אז דער מחלוקת האט נישט מוסיף געווען יראת שמים
אודאי איז געווען גיטין צוקריגטע משפחות ווייל מען האט זיך געקריגט איבער אידישקייט
און ווי יעדער מחלוקת איז אויך געטוהן געווארן זאכן שלא ביושר און פאליטיק וכדומה
אבער דער מעסעדזש וואס צאנזער חסידים האבן דא באקומען אז מען פארשווייגט נישט קיין עוולות בכל אופן שהוא און מען האלט זיך צו דער מסרה שטארק... איך מיין אז דאס איז געבליבן אסאך שפעטער אויך און לכאורה ביז היינט
אמת, דער מעסעדזש פון צאנז איז חי וקיים עד היום. די טיפע נקודה פון דעם מעסעדזש איז, אז עס איז נישטא קיין באגריף אז א רבי איז אין הימל.

ווי באקאנט, האט דער זון פונעם צאנזער רב – רבי ברוך'ל גארליצער – צוריקגעענטפערט לפי שיטתו אז מען פליעט נישט אין הימל. ווען דער צאנזער רב איז געווען פארקילט, האט מען אים געברענגט א הייסע טיי, ער איז געבליבן אזוי פאר'דביקות'ט ביז די טיי איז געווארן אפגעקילט. זאגט אים רבי ברוך: "טאטע, די טיי ווערט קאלט!", גיט דער צאנזער רב א געשריי: "וואס דרייסטו דעם קאפ, אין עולם האצילות טרינקט מען נישט קיין טיי"! האט אים רבי ברוך געענטפערט: "אין עולם האצילות איז מען נישט פארקילט"...

דער צאנזער רב האט אויסגעקלארט אז מיט אלע התלהבות און דביקות איז מען "על הארץ מתחת", און מען קוקט אן אלעס מיט עיני בשר. בעומק ובעצם איז דאס געווען א ביטול פון חסידות הנהוג בכל חצרי האדמורי"ם.

און דאס איז וואס דער ערשטער סאטמארער רבי שרייבט אין זיין מאגנוס ויואל משה אז "נשתכח דרך הבעל שם טוב", דאס איז א מסורה וואס ער האט געהאט פון זיין טאטן, בעל קדושת יום טוב, וואס האט זיך געווייקט אין צאנז.

העולה מזה, צאנז איז געקומען זאגן אז חסידות איז "אואט אף דעיט" און עס איז נישטא מער. אוודאי גייט מען אן, מען רופט זיך "חסידות", ווייל דאס איז אזא כינוי פאר חרדים וואס באלאנגען צו א חרדיש'ע ארגאניזאציע, אבער עס איז נישט חסידות מעיקרו. און דאס האט דער ערשטער סאטמארער רבי געוואלט, עס זאל זיין א קהילה פון הולכים בדרכיו צו בויען אין גלות על דרך התורה והיראה, און דאס איז מורשת צאנז עד היום.

למעשה זענען אלע אנדערע חסידות נישט אין דער זעלבער מיינונג ווי צאנז. (צאנז האט עס שוין גענומען פון ראפּשיץ, וואס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער האט באזוכט מערערע רבי'ס, און אין רוב פון זיי וואלט ער געהאט א חשק צו געבן א שטויס...)

עס איז אנגענומען ביי רוב חסידות אז א רבי איז עפעס "בשמים ממעל", און זיי פאררופן זיך אויף א המשך פונעם בעל שם טוב, יעדע חסידות לפי דרכו. לויט יענער שיטה – וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמאר – איז דא א מקום פאר חסידות וואס גלייבט שטארק אין זייערע רבי'ס, און לויט דער שיטה, קען מען בעסער פארדייען די משוגעת'ן פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו.
 
לויט די שיטה, וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמר, איז דא א מקום פאר חסידות, וואס גלייבט שטארק אין זייערע רביים און לויט די שיטה קען מען בעסער פארדייען
די משוגעת פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו .
א דאנק פארן אזוי שיין מסביר זיין
איך זעה איך האב א שטיקל אח לדבריי
 
דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
די נאכקומער ביי די סאטמאר פון אהרונים טייל,איז דאך אויכעט נכדי רוזין , דער ערשטער סאטמאר רבי
ברענגט צו פון דעם רוזינער צדיק א מאמר אויף די מצב פון אמונה בעיקבתא דמשיחא , הגם ער איז ממעט צו ברענגען פון תלמידי בעש״ט אין דעם ויואל משה ער ברענגט אויך פון רבי נחמן ברסלב און רבי אלימלך מליזענסק אפשר נאך גיציילטע - עכ״פ ער ברענגט פון רוזין דרך כבוד והערצה .
ביי דעם רוזין צדיק אליין האט ער נאך איהם פארעכענט אלץ תלמיד בעש״ט ,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די נאכקומער ביי די סאטמאר פון אהרונים טייל,איז דאך אויכעט נכדי רוזין , דער ערשטער סאטמאר רבי
ברענגט צו פון דעם רוזינער צדיק א מאמר אויף די מצב פון אמונה בעיקבתא דמשיחא , הגם ער איז ממעט צו ברענגען פון תלמידי בעש״ט אין דעם ויואל משה ער ברענט אויך פון רבי נחמן ברסלב און רבי אלימלך מליזענסק אפשר נאך גיציילטע - עכ״פ ער ברענט פון רוזין דרך כבוד והערצה .
ביי דעם רוזין צדיק אליין האט ער נאך איהם פארעכענט אלץ תלמיד בעש״ט ,
אויפן רוזשינער האט קיינער זיך נישט דערוואגט צו רעדן נאר אויף זיינע קינדער
דער צאנזער רב אליין איז געפאהרן צו איהם מיטן פוהלסטן דרך ארץ
 
וויזניץ יא סקווירא נישט
רבי איציקל סקווערער וואס איז בזיווג שני געווען אן איידעם ביים רוזשינער האט פון דעם זיווג בכלל נישט געהאט קיין קינדער
( חוץ דעם וואס מען קען דן זיין אויב מען רעכנט אלע אייניקלעך אדער נאר אזעלכע וואס זענען געגאנגען מיטן רוזשינער מהלך)
דער נעקסטער סקווירא וועט שוין זיין א נכד רוזין דורך וויזניץ
 
[און אויב דו וועסט ענטפערן גור, אה"נ די טענה האט מען אויף זיי אויך, נאר לכה"פ קען קיינער נישט אנצייגן אז די רבי איז נישט קיין ערליכע איד, ווי אויך קען קייענר נישט אנצייגן אז די רבי אליין פירט די אלע מעשים, איך ווייס אז מען קען דן זיין דערין, אבער עכ"פ מען קען זיך כאטש טעהנ'ן, משא"כ דא פארלאנגט דאס די רבי אליין, כפי מען קען הערן פון זיינע דרשות, נישט נאר פון משפיעים אין די קהלה, נאר פון איהם אליין]
קענט איר נישט דער גערער צדיק ער איז פונקט אזוי משוגע ווי מענדעל און א משחית במדות ווי מענדעל, דער חילוק איז דער גערער האט סך מער כח ווי מענדעל און יעדער ציטירט פון דער חיה בדמות אדם
 
Back
Top