מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

קענט איר נישט דער גערער צדיק ער איז פונקט אזוי משוגע ווי מענדעל און א משחית במדות ווי מענדעל, דער חילוק איז דער גערער האט סך מער כח ווי מענדעל און יעדער ציטירט פון דער חיה בדמות אדם
נאך א חילוק
דער גערער זאגט אלעס בפנים
עס איז נישטא קיין שום רעקארדינג וכדומה
אזוי אז דער פרעמדער גאס ווערט נישט אזוי אויפגעברויזט
 
אויפן רוזשינער האט קיינער זיך נישט דערוואגט צו רעדן נאר אויף זיינע קינדער
דער צאנזער רב אליין איז געפאהרן צו איהם מיטן פוהלסטן דרך ארץ
יא, אזוי איז געווען, צדיקי דורו זענען געקומען צו איהם מיט א אויסערגעווענליכע יראת הכבוד,
רבי אברהם יהושע העשיל דער אפטער רב האט איהם בא'טיטול'ט "מלך ישראל".
ער איז פארהייליגט ביי אלע חסידות עד היום.
 
נאך א חילוק
דער גערער זאגט אלעס בפנים
עס איז נישטא קיין שום רעקארדינג וכדומה
אזוי אז דער פרעמדער גאס ווערט נישט אזוי אויפגעברויזט
דער גערער רבי האט עס שוין, און רבי מענדעלע בויעט זיך יעצט, עס איז דא חבלי לידה.
נו, גאנץ חסידות האט געהאט חבלים בנעימים ווען עס האט זיך פארשפרייט; מען איז עס איבערגעקומען.
דער רבי מענדעלע וועט עס מסתם דורכמאכן, ער וועט שוין מוריש זיין פאר זיינע יורשים א פערטיג חסידות אזוי ווי דער גערער רבי האט, כל התחלות קשות.
 
דער גערער רבי האט עס שוין , און רבי מענדעלע בויעט זיך יעצט , עס איז דא חבלי לידה , נו , גאנץ חסידות האט גיהאט חבלים בנעימים,ווען עס האט זיך פארשפרייט מען איז עס איבערגעקומען , דער רבי מענדעלע וועט עס מסתם דורך מאכען , ער וועט שוין מוריש פאר זיינע יורשים,א פערטיג חסידות אזוי ווי דער גערער רבי האט , כל התחלות קשות
נישט ממש
דער טעראר איז אין גור אויך א נייע אין זכות פון רבי שאול
אבער יא דער פארגלייבטקייט איז שוין דא
אבער מצד אחר אין וויזניץ איז בעצם אויך שוין דא פארגלייבטקייט נאר דער רבי מאכט זיי דער גלייבן אין איהם שווערער און שווערער
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נאך א חילוק
דער גערער זאגט אלעס בפנים
עס איז נישטא קיין שום רעקארדינג וכדומה
אזוי אז דער פרעמדער גאס ווערט נישט אזוי אויפגעברויזט
דער גערער זאגט גארנישט.
אלעס איז קוואוטס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אמת, דער מעסעדזש פון צאנז איז חי וקיים עד היום
די טיפע נקודה פון די מעסעדזש איז ,אז עס איז נישט דא א באגריף אז א רבי איז אין הימעל , ווי באקאנט האט דער זוהן פון צאנזער רב - רבי ברוך פון גארליץ- צוריק גיענטפערט לפי שיטתו אז מען פליעט נישט אין הימעל - דעם צאנזער רב ביי א פארקילעכץ- האט מען איהם גיברענגט א הייסע טהי און ער איז געבליבען אזוי פאר דביקות׳ט און די טהי ווערט אפגעקיעלט,זאגט איהם רבי ברוך , טאטע די טהי ווערט קאלט, און דער צאנזער רב גיט א געשריי , וואס דרייסטו דעם קאפ אין עולם אצילות טרינקט מען נישט טהי! - רבי ברוך ענטפערט איהם אין עולם אצילות איז מען נישט פארקיעלט- דער צאנזער רב האט אויסגעקלאהרט אז מיט אלע התלהבות און דביקות איז מען על הארץ מתחת, און מען קוקט אהן אלעס מיט עיני בשר - און בעומק ובעצם איז דאס געוועהן א ביטול פון חסידות הנהוג בכל חצרי האדמורי״ם ,
און דאס איז וואס דער ערשטער סאטמאר רבי שרייבט אין זיין מאגנוס ויואל משה אז -נשתכח דרך הבעל שם טוב- , דאס איז א מסורה וואס ער האט גיהאט פון זיין טאטע בעל קדושת יום טוב,וואס האט זיך גיווייקט אין צאנז , העולה מזה צאנז איז געקומען זאגען אז חסידות איז אואט אף דעיט, און עס איז נישט דא מער, וודאי מען גייט אהן,מען רופט זיך חסידות,ווייל דאס איז אזא כינוי פאר חרדים וואס באלאנגען צו א חרדישען ארגעניזאציע אבער עס איז נישט חסידות מעיקרו , און דאס האט דער ערשטער סאטמאר רבי גיוואלט עס זאל זיין א קהלה פון הולכים בדרכיו מיט בויען אין גלות על דרך התורה ויראה און דאס איז מורשת צאנז עד היום . למעשה אלע אנדערע חסידות זענען נישט אין דער זעלבע מיינונג פון צאנז
( צאנז האט עס שוין גענומען פון ראפשיץ וואס ער האט זיך אמאהל אויס געדרוקט אז ער האט באזוכט
מערערע רבי׳ס,און אין רוב פון זיי וואלט ער וועהן גיהאט א חשק צו גיבען א שטויס ) און עס איז אהנגינומען ביי רוב חסידות אז א רבי איז עפעס בשמים ממעל , און זיי פאררופען זיך אויף א המשך פון בעל שם טוב, יעדע חסידות לפי דרכו, און לויט די שיטה, וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמר, איז דא א
מקום פאר חסידות, וואס גלייבט שטארק אין זייערע רביים און לויט די שיטה קען מען בעסער פארדייען
די משוגעת פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו .
א טייל חסידות׳ן צאנזע אייניקלעך האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די רוזשינער קינדער
 
ר' שלום אליעזר האט דאך געהאט אן איידעם ר' חיים צבי טייטעלבוים, ניין? וויפיל פון זיין קינדער זענן געבליבן פרום?

עס איז ממש זינלאז צו נוצן די מעשה מיט דער לעווער מסביר צו זיין די אייניקלאך וואס זענן געווארן מזרחניקעס. איינס האט נישט מיט די צווייטע, און דער דעספערעישן זיך צו פארדרייען א קאפ ביז מ'פארענטפערט די הנהגה פון דער צאנזער רב ווייזט נאך מער אויס מיין אריגינעלע טענה - דאס גלויבן בלינדעהייט אין די צדיק איז נישט קיין רוסישע משוגעת, ווי אויך נישט קיין רומעינישע. דאס איז א feature נישט קיין bug, אזוי קומט עס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווער איז נישט געווען פרום?
ווי ווייט איך ווייס האט מען געוואוסט אויף איינע פון די צוויי בחורים - זושא אדער חיליק - אז זיי זענען פארכאפט געווארן אין קאמוניזם, וואס אגב, זיי זענען געווען קיילעכדיגע יתומים פון אלץ קליין קינד,

(עס איז געווען אפילו א טעאריע אז דער בחור האט איבערגעלעבט דעם קריג און ער איז אנטלאפן ערגעץ קיין רוסלאנד)
די איבריגע זענען געווען עכט חשובע קינדער.
 
גיי זיי מברר ווער זענן געווען די קינדער. נאר איינס האט געירשנט א רביסטיווע.
ווער?
דער עלטסטע זוהן איז געווארן לאחר פטירת אביו סיגעטער רב
און דער ברך משה איז געווארן סאטמאר רבי
וועם נאך?
 
אמת, דער מעסעדזש פון צאנז איז חי וקיים עד היום
די טיפע נקודה פון די מעסעדזש איז ,אז עס איז נישט דא א באגריף אז א רבי איז אין הימעל , ווי באקאנט האט דער זוהן פון צאנזער רב - רבי ברוך פון גארליץ- צוריק גיענטפערט לפי שיטתו אז מען פליעט נישט אין הימעל - דעם צאנזער רב ביי א פארקילעכץ- האט מען איהם גיברענגט א הייסע טהי און ער איז געבליבען אזוי פאר דביקות׳ט און די טהי ווערט אפגעקיעלט,זאגט איהם רבי ברוך , טאטע די טהי ווערט קאלט, און דער צאנזער רב גיט א געשריי , וואס דרייסטו דעם קאפ אין עולם אצילות טרינקט מען נישט טהי! - רבי ברוך ענטפערט איהם אין עולם אצילות איז מען נישט פארקיעלט- דער צאנזער רב האט אויסגעקלאהרט אז מיט אלע התלהבות און דביקות איז מען על הארץ מתחת, און מען קוקט אהן אלעס מיט עיני בשר - און בעומק ובעצם איז דאס געוועהן א ביטול פון חסידות הנהוג בכל חצרי האדמורי״ם ,
און דאס איז וואס דער ערשטער סאטמאר רבי שרייבט אין זיין מאגנוס ויואל משה אז -נשתכח דרך הבעל שם טוב- , דאס איז א מסורה וואס ער האט גיהאט פון זיין טאטע בעל קדושת יום טוב,וואס האט זיך גיווייקט אין צאנז , העולה מזה צאנז איז געקומען זאגען אז חסידות איז אואט אף דעיט, און עס איז נישט דא מער, וודאי מען גייט אהן,מען רופט זיך חסידות,ווייל דאס איז אזא כינוי פאר חרדים וואס באלאנגען צו א חרדישען ארגעניזאציע אבער עס איז נישט חסידות מעיקרו , און דאס האט דער ערשטער סאטמאר רבי גיוואלט עס זאל זיין א קהלה פון הולכים בדרכיו מיט בויען אין גלות על דרך התורה ויראה און דאס איז מורשת צאנז עד היום . למעשה אלע אנדערע חסידות זענען נישט אין דער זעלבע מיינונג פון צאנז
( צאנז האט עס שוין גענומען פון ראפשיץ וואס ער האט זיך אמאהל אויס געדרוקט אז ער האט באזוכט
מערערע רבי׳ס,און אין רוב פון זיי וואלט ער וועהן גיהאט א חשק צו גיבען א שטויס ) און עס איז אהנגינומען ביי רוב חסידות אז א רבי איז עפעס בשמים ממעל , און זיי פאררופען זיך אויף א המשך פון בעל שם טוב, יעדע חסידות לפי דרכו, און לויט די שיטה, וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמר, איז דא א
מקום פאר חסידות, וואס גלייבט שטארק אין זייערע רביים און לויט די שיטה קען מען בעסער פארדייען
די משוגעת פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו .
הייסט סאטמאר רבי זי״ע האט געהאלטען יעדער דארף זיין כפוף צו עם ווייל אזוי וויל איך און איך האב דער שטערקסטע שטעקען משא״כ אנדערע האבען געהאלטען מען דארף זיין כפוף צו מיין רבי ווייל ער פליט און הימעל
 
הייסט סאטמאר רבי זי״ע האט געהאלטען יעדער דארף זיין כפוף צו עם ווייל אזוי וויל איך און איך האב דער שטערקסטע שטעקען משא״כ אנדערע האבען געהאלטען מען דארף זיין כפוף צו מיין רבי ווייל ער פליט און הימעל
נישט דא קיין ערשטע סאטמאר רב עס איז נישט ווי חב״ד ווי עס איז דא א אלטע רבי נייע רבי מיטעלע רבי און אזוי ווייטער
 
ווער?
דער עלטסטע זוהן איז געווארן לאחר פטירת אביו סיגעטער רב
און דער ברך משה איז געווארן סאטמאר רבי
וועם נאך?
ביי אונז האט מען אים גערופן סיגוטער עד זיבולא בתרייתא
 
דער עולם ווייס טאקע נישט פון די צוויי זין פון דער עצי חיים וואס זענן געווארן קאמוניסטן? אלס ווערט אזוי שנעל פארגעסן?
 
ס'האט גארנישט מיט די אייניקלעך און קינדער (כאטשיג דער ליעווער אליינס האט מען יא גענוצט אלס ראיה). די מציאות איז געווען אז אין מזרח גאליציע ווי די רוזשינער רבי'ס זענען געווען, האט זיך אסאך ווייניגער געהאלטן אידישקייט (אדער עכ"פ פרומקייט) פארן קריג, ווי אין מערב גאליציע ווי די צאנזער רבי'ס האבן געפירט. דעטס אלל.
 
נישט דא קיין ערשטע סאטמאר רב עס איז נישט ווי חב״ד ווי עס איז דא א אלטע רבי נייע רבי מיטעלע רבי און אזוי ווייטער
עס איז דאך דא היינט שוין א דריטער דור פון צוויי סאטמאר רבי׳ס , מוז דאך זיין א ערשטער, דער בעל דברי יואל איז דער ערשטער סאטמאר רבי , קען זיין ביי די חסידות האט מען גערופען אויפען נאמען פון ספר ,
דער ערשטער איז דברי יואל
דער צווייטער איז ברך משה
ווי אזוי גייט ווייטער ?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'האט גארנישט מיט די אייניקלעך און קינדער (כאטשיג דער ליעווער אליינס האט מען יא גענוצט אלס ראיה). די מציאות איז געווען אז אין מזרח גאליציע ווי די רוזשינער רבי'ס זענען געווען, האט זיך אסאך ווייניגער געהאלטן אידישקייט (אדער עכ"פ פרומקייט) פארן קריג, ווי אין מערב גאליציע ווי די צאנזער רבי'ס האבן געפירט. דעטס אלל.
גוט געענטפערט
איך געב מיך אונטער
טאקע נישט קיין ראי'
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז דאך דא היינט שוין א דריטער דור פון צוויי סאטמאר רבי׳ס , מוז דאך זיין א ערשטער, דער בעל דברי יואל איז דער ערשטער סאטמאר רבי , קען זיין ביי די חסידות האט מען גערופען אויפען נאמען פון ספר ,
דער ערשטער איז דברי יואל
דער צווייטער איז ברך משה
ווי אזוי גייט ווייטער ?
איך רוף אן דער ברך משה מיטן נאמן 'דער מיטעלער סאטמארער רב'.
 
ווי באקאנט האט דער זוהן פון צאנזער רב - רבי ברוך פון גארליץ- צוריק גיענטפערט לפי שיטתו אז מען פליעט נישט אין הימעל - דעם צאנזער רב ביי א פארקילעכץ- האט מען איהם גיברענגט א הייסע טהי און ער איז געבליבען אזוי פאר דביקות׳ט און די טהי ווערט אפגעקיעלט,זאגט איהם רבי ברוך , טאטע די טהי ווערט קאלט, און דער צאנזער רב גיט א געשריי , וואס דרייסטו דעם קאפ אין עולם אצילות טרינקט מען נישט טהי! - רבי ברוך ענטפערט איהם אין עולם אצילות איז מען נישט פארקיעלט
😂

(y) פאר רבי ר' ברוכ'ל
 
Back
Top