מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך,

וואס האט עס מיט וויפיל זענען געבליבן ערליך?

די צאנזע רב האט בסך הכל געזאגט אז די תורה איז אונזער וועג ווייזער,
איינער וואס איז עובר אויף די תורה איז א שגץ און נישט א צדיק!
און דאס איז בעצם וואס די תורה אליינס זאגט אונז!

די סאדיגורער האבן געהאלטן אז א קינד פון די ריזשינער איז א צדיק אפגעזען זיינע מעשים..
נישט קיין חילוק צו ער טוט מצוות אדער עבירות, ער איז א צדיק עניוועי,
און אויף דעם האט די צאנזע רב געשריגן!

די דורות קומען נישט אריין דא!
ווער ס'האלט אז די סאדוגערעס זענען געווען גערעכט, קענען ווארפט די תורה אין מיסט!
אז מ'קען זיין א צדיק אהן פאלגן די תורה, דאן פארוואס זאל מען טאקע פאלגן די תורה?
 
מען דארף צו וויסן אז עס זענען געווען פארמישט בעלי לשון הרע וואס האבן מוציא דבה געווען אויף סאדיגורא פאר דעם צאנזער רב, און "ברית כרותה ללשון הרע שתתקבל".

למעשה איז סאדיגורא געווען פונקט אזוי מדוקדק מיט אלע דינים און מנהגים ווי צאנז (איין אפנויגונג איז געווען די שפיצל). דאס איז די סיבה פארוואס דער צאנזער רב איז געבליבן בדד מיט זיינע אנגרייפונגען אויף סאדיגורא.

די אנדערע גדולים זענען נאר ארויסגעקומען להגנתו ווען מען האט אויף אים מכריז געווען א חרם אין ירושלים, אנגעפירט דורך ניסן בק, וואס ער האט נישט משיג געווען די גרויסקייט פונעם צאנזער רב. אבער בעצם אין דער מחלוקה האט צאנז געהאט א מינימאלן טוץ פון גדולי תורה וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום צאנזער רב. אלע קינדער פון רוזשין – חוץ דער לויאבער – זענען געבליבן מיט עהרע און כבוד אין די הערצער פון כל בית ישראל.
 
  • שאק
רעאקציעס: Yesh
פון מהר״א מבעלזא זענען אויך דא אייניקלעל ביי די קאמניסאען
מ'האט אמאל געזאגט אז מ'האט עפעס געטראפן פון זיין איידעם פרענקל, אבער מ'האט עס שנעל פארשוויגן.

דאס האט גארנישט מיט אונזער מעשה. טאמער זיי האבן איבערגעלעבט און זענן געווען דערדרוקט אונטער די קאמוניסטן, קען מען דען איינעם באשולדיגן?

חילוש בן העצי חיים האט אבער געהאט א מאמע און א חדר און א סביבה פון ערליכע אידן. זיין אראפגיין פון אידישע וועג איז בהחלט א פלעק.
 
אביסעל קלארער,
וואס איז זיין געהעריגע נאמען?
ווי אלט איז ער געווען ווען ער איז אראפ פון וועג?
פאר די מלחמה אדער נאך די מלחמה?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך,

וואס האט עס מיט וויפיל זענען געבליבן ערליך?

די צאנזע רב האט בסך הכל געזאגט אז די תורה איז אונזער וועג ווייזער,
איינער וואס איז עובר אויף די תורה איז א שגץ און נישט א צדיק!
און דאס איז בעצם וואס די תורה אליינס זאגט אונז!

די סאדיגורער האבן געהאלטן אז א קינד פון די ריזשינער איז א צדיק אפגעזען זיינע מעשים..
נישט קיין חילוק צו ער טוט מצוות אדער עבירות, ער איז א צדיק עניוועי,
און אויף דעם האט די צאנזע רב געשריגן!

די דורות קומען נישט אריין דא!
ווער ס'האלט אז די סאדוגערעס זענען געווען גערעכט, קענען ווארפט די תורה אין מיסט!
אז מ'קען זיין א צדיק אהן פאלגן די תורה, דאן פארוואס זאל מען טאקע פאלגן די תורה?
אויב דאס איז געווען די מחלוקת מוז צאנז מודה זיין אז דער ריזשינער איז גערעכט,
קוק אויף אלע צאנזער אייניקלעך, די קינדער זענען באמס און טרעטען אויף די תורה, אבער אלע ווערן רבי'ס\
 
אביסעל קלארער וואס איז געהעריגע נאמען?
ווי אלט איז ער געווען ווען ער איז אראפ פון וועג ?
פאר די מלחמה אדער נאך די מלחמה?
חילוש\יחיאל איז געהארגעט געווארן ביים קריג. אלי וויזל דערמאנט אים אין זיין בוך.
 
חילוש\יחיאל איז געהארגעט געווארן ביים קריג. אלי וויזל דערמאנט אים אין זיין בוך.
און איך האב גערעדט מיט א איד וואס האט געהאט אן אינטערוויו מיט אים עטליכע יאר צוריק אין זיין דירה אין טעקסאס.

ער ווייסט נישט צו ער לעבט נאך.

אלץ א סאטמארע חסיד וויל ער נישט ארויסגעבן די אינטערוויו.

אין אישי קען איך שרייבן די נאמען פונעם אינטערוויוער.
 
  • לייק
רעאקציעס: BE'H
חילוש בן העצי חיים האט אבער געהאט א מאמע און א חדר און א סביבה פון ערליכע אידן. זיין אראפ גייען פון אידישע וועג איז בהחלט א פלעק.
זיין מאמע איז אוועק צוויי חדשים נאך זיין טאטע, איז ער געווען א קיילאכדיגע יתום פון אלץ קליין קינד....
א חדר האט ער געהאט אזויווי סיגעט אין יענע יאהרן.....
א סביבה פון (אויך) ערליכע אידן וואס האבן ערווארטעט פון איהם א אויפפירונג וואס פאסט פארן רבינס קינד....
ויצא מה שיצא…..
 
מ'האט אמאל געזאגט אז מ'האט עפעס געטראפן פון זיין איידעם פרענקל, אבער מ'האט עס שנעל פארשוויגן.

דאס האט גארנישט מיט אונזער מעשה. טאמער זיי האבן איבערגעלעבט און זענן געווען דערדרוקט אונטער די קאמוניסטן, קען מען דען איינם באשולדיגן?

חילוש בן העצי חיים האט אבער געהאט א מאמע און א חדר און א סביבה פון ערליכע אידן. זיין אראפ גייען פון אידישע וועג איז בהחלט א פלעק.
זעהט אויס דו ווייסט נישט אז די מאמע איז נפטר געווארן קורץ נאך דעם טאטנס פטירה
 
זעה אז דער עולם זאל יא וויסן, איך וויל הערן מער.
יא, ס׳איז באוואוסט אז די ברך משה האט געהאט צוויי ברודער וואס זענען געוועהן קאמוניסטן און גענצליך פריי. זיי זענען געוועהן קייליכיגע יתומים פון טאטע מאמע אלץ קליין קינד.
 
אבער איינער שרייבט פריער אז איינס פון די פרייע ברודער לעבן נאך אין טעקסאס
שטעלדיך פאהר ער קימט קיין וויליאמסבורג
 
אבער איינער שרייבט פריער אז איינס פון די פרייע ברודער לעבן נאך אין טעקסאס
שטעלדיך פאהר ער קימט קיין וויליאמסבורג
נישט מסתבר אז ער לעבט נאך. וואלט שוין געווען 110 יאר אלט
 
מען דארף צו וויסען אז עס זענען געוועהן פארמישט בעלי לשון הרע וואס האבען מוציא דבה גיוועהן אויף
סדיגורא פאר דעם צאנזער רב און ברית כרותה על לשון הרע שתתקבל , למעשה איז סדיגורא גיוועהן פונקט אזוי מדוקדק מיט אלע דינים און מנהגים פונקט אזוי ווי צאנז , ( איין אפנויגונג איז גיוועהן די שפיצעל )דאס איז די סבה פארוואס דער צאנזער רב איז געבליבען בדד מיט זיינע אהנגרייפונגען אויף סדיגורא, די אנדערע גדולים זענען נאר ארויס געקומען להגנתו ווען מען האט אויף איהם מכריז גיוועהן א חרם און ירושלים אהנגעפירט דורך ניסן בק,ווואס ער האט נישט משיג גיוועהן די גרויסקייט פון צאנזער רב , אבער בעצם אין די מחלוקה האט צאנז גיהאט א מינימאלע טוץ פון גדולי תורה וואס האבען זיך צוגישטעלט צום צאנזער רב, אלע קינדער פון רוזין -חוץ דער לויאבער- זענען געבליבען מיט עהרע און כבוד אין די הערצער פון כל בית ישראל .
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו ענטפערסט מיך,

צאנזע רב האט נישט געפירט א מלחמה מיט די סאדוגערעס וועגן די וועג וויאזוי זיי פירן זיך אויף,
נאר אויף די איין פרט, אז א רבי איז העכער פון די תורה.

אויב האט מען אין סאדיגורא אויף געהאלטן אז די תורה איז העכער אלעמען, דאן האט די צאנזע רב גארנישט קעגן זיי,
ער האט בלויז פארפירט אויף דעם וואס זיי פלעגן זאגן אז די ריזשינערס א קינד איז א צדיק נישט קיין חילוק וואס ער טוט..

אבער גארנישט געהאט קעגן די סאדוגערעס פרעזענליך.
און זיין הייליגע מחלוקת איז קאי וקיים - קעגן די וואס זאגן אז א רבי איז העכער די תורה - למשל די שמייליגע שוואנצונעם פון דעם עבודה זרה מענדלע ימ''ש.
 
אויב דאס איז געווען דו מחלוקת מיז צאנז מודה זיין אז ריזשינער איז גערעכט קוק אויף אלע צאנזער אייניקלעך דו קינדער זענען באמס אין טרעטען אויף דו תורה אבער אלע ווערען רביס
דאס מאכט גערעכט? ח''ו!

יא, צאנזער אייניקלך האבן די זעלבע ייצר הרע ווי די סאדוגערעס, אבער די וואס טרעטן אויף די תורה זענען אין די זעלבע פעקל, און אויף זיי האט די צאנזע רב פונקט אזוי גערעדט.
 
יא, ס׳איז באוואוסט אז די ברך משה האט געהאט צוויי ברודער וואס זענען געוועהן קאמוניסטן און גענצליך פריי. זיי זענען געוועהן קייליכיגע יתומים פון טאטע מאמע אלץ קליין קינד.
אויף וויקיפעדיע שטייט אז זיי זענען גע'הרג'ט געווארן ביים קריג,

איז דאס נישט אמת?
 
אויף וויקיפעדיע שטייט אז זיי זענען גע'הרג'ט געווארן ביים קריג,

איז דאס נישט אמת?
עס איז יא אמת, ביז איינער ברענגט א ראי' אנדערש. הוילע שמועות אן קיין שום דעטאל צו קענען נאכגיין זענען גארנישט ווערט.
 
עס איז יא אמת, ביז איינער ברענגט א ראי' אנדערש. הוילע שמועות אן קיין שום דעטאל צו קענען נאכגיין זענען גארנישט ווערט.
די גאנצע נושא פון די סיגוטער קינדער ווערט געבעטן זיך אריבער צו רוקן צו א באזונדערע שנירל און לאזן דא ריין פאר שוואנצונעס
 
Back
Top