מרדכי חײם רומקובסקי - יודנראַט הױפט פון לאדזשע געטאו

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,762
רעאקציע ראטע
5,239
פונקטן
943
א ארטיקל פון מײנע ארכיװן. איך פארעפענטליך עס יעצט צום ערשטן מאל בחינם.

דער נאצי קאלאבארירער – מרדכי חיים רומקובסקי, די הויפט פון די יודנראט אין דער לאדזשע געטאו​


זיין בעקגראונד​


חיים איז געבוירן געווארן אין 1877 אין אילינוי, א שטעטל אין די וויטעבסק גובערניע, אין די רוסישע עמפייער. ער האט שפעטער זיך געצויגן צו קאנגרעס פוילן (געשאפן אין 1815 אלס א סעמי-אויטאנאמישע פוילישע סטעיט ביי די קאנגרעס פון וויען, נאך די אונטערגאנג פון פראנצויזישע קיסר נאפאלעאן בענאפארטע) און געווארן א פוילישע בירגער. ער האט ווארשיינליך אימעגרירט פון רוסלאנד, אנהויב פון די יאר-הונדערט, מיט א כאוואליע פון אידישע ניי-קומער וועלכע האבן געזוכט זיך איינצוגלידערן אין די טעקסטייל (סחורה-פעבריק) אינדוסטריע וואס האט דאן געבליהט אין דער שטאט.

בעפאר די דייטשן האבן אינוואדירט פוילן איז ער געווען אן אינשורנס אגענט און די הויפט פון א אידישע יתומים היים, וואס ער האט געגרינדעט, פאר א תקופה פון 15 יאהר. דר עדווארד רייכער, וועלכער האט אים געקענט פון לאדזש פארציילט אז ער האט פון שטענדיג אהן געהאט אן "אומגעזינטע אינטערעסע" אין קינדער.

חיים איז געווען א יליד פון חדר און געהאט האט ער בלויז א בעיסיק נישט-אידישע עדיוקעישן. דאך איז ער געווען א שטיקל אויטאדיידאקט, ד.ה. ער האט געלייענט פיהל און זיך אליינס אויסגעלערנט שפראכן. ווען ער איז געקומען קיין לאדזש איז ער געווען אן אלמן. ער האט נאר געטראפן ארבעט נאך א צייט, ארבעטענדיג דערווייל אין וואס ס’איז אים אונטערגעקומען אין די הענט, ביז ווען ער האט ענדליך געפונען ארבעט אין אן אפיס.

שפעטער האט ער מיט א שותף ארויסגענומען אן הלואה און געעפנט א פאבריק פון זיידן (בעקישעס?). צוערשט האט ער נאך ווי עס איז מצליח געווען; ער איז אויך געווארן א מיטגליד און די ארטיגע אידישע קהילה און טעטיג געווארן אין די אידישע סאושעל סצענע. שפעטער האט ער אנגענומען א מער אקטיווער ראלע און אנטייל גענומען אין אידישע פאליטיק און איז אפילו אקטיוו געווען אין די אידישע ‘אגודת הצדקה’ אין לאדזש.

די ערשטע וועלט מלחמה, און ספעציעל די קאמיוניסטישע רעוולוציע האט געפירט אז אסאך ביזנעסער, אידישע ווי נישט-אידישע, זאלן באנקראטירן, זיינע צווישן זיי. דאס האט געפירט ער זאל איבערלאזן די זיידן ביזנעס, און ווערן אן אינשורנס אגענט אנשטאט. אזוי אויך איז ער מער אקטיוו געווארן אין די אנדערע עניינים ווי אויבן געזאגט, אריינגערעכנט דאס אנפירן די בית יתומים וואס ער זעלבסט האט מייסד געווען הגם עס זענען שוין דעמאלס תלונות געווען קעגן אים אז ער פירט אן מיט די בית יתומים פאר פערזענליכע רווחים און כל מיני אלטעריער אינטערעסן. מען פארציילט אז זיין דיקטאטארישע סטייל אין די וועג ווי ער האט געפירט דעם בית יתומים וועט שפעטער זיך ארויסשיילן לעיני כול.

כאטש ער האט קודם פרובירט זיך אריינצודרייען אין די ארטיגע ציוניסטישע פעולות, און איז אפילו מטעמם ערוועלט געווארן אין די הנהלה פון די טראדיציאנאלע אידישע קהילה אין לאדזש, אין יאר 1937, האט ער זיך אבער אין ענדע נישט פארטראגן מיט זיי און נאך א סכסוך האט ער זיך פון זיי אפגעטיילט. א חבר אין די אידישע הנהלה הקהילה איז ער אבער פארבליבן, כאטש נישט פון די שורה הראשונה ממש. ד.ה. ער איז געווען דער ראש הקהל’ס וויצע’ס סגן.

1767210076496.webp


אנהויב פון די געטאו​


ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן, אין ערשטן ספטמבר 1939, איז רומקובסקי איז געווען 62. ווי נאר די דייטשן זענען אריינגעקומען אין א שטאט פלעגן זיי באשטימען א ‘אידנראט’, אלס אזוי גערופענע נייע אידישע קאנסולס, כדי זיי זאלן דינען ווי א ברידזש צווישן די נאציס אין די אידישע פאפולאציע פון די שטאט און שפעטער אין די געטאוס.

1767210271471.webp


רומקובסקי איז געשטעלט געווארן אין אמט, דעם דרייצטנטן פון אקטאבער 1939, דורך אלבערט לייסטר, א דייטש, דער הויפט פון דער ציווילער פירערשאפט אין לאדזש, אלס עלצטער פון דער לאדזשער אידנראט. אלבערט האט אים דעם טיטול געגעבן: דער אידן-עלצטער. ס’איז נישט קלאר פארוואס גענוי אלבערט האט פונקט אים אויסגעקליבן. ס’איז אבער יתכן צוליב איינס: רומקובסקי איז געווען דער איינציגסטער פארבליבענער פון די לאדזשע הנהלת הקהילה. (די אנדערע ראשי הקהילה און רבנים האבן שוין פון פריער זיך אפגעטראגן. די אינטעליגענציע און אידישע פירערשאפט זענען אנטלאפן אדער תיכף ווי נאר די מלחמה האט אויסגעבראכן און ווער פון זיי ס’איז געבליבן האט - נאכ’ן צוזעהן דאס זיך איזדעקעווען פון די נאציס אויף די אידן אין די גאסן בריש גלי, צו מיט’ן פארכאפן מענטשן צו צוואנגס לאגערן, צו די רציחות אין די גאסן און די השפלות און דאס צושפארן און צעשטערונגען פון בתי כנסת וכדומה - געהויבן פיס און אנטלאפן ווער ס’האט געקענט.) א צווייטע סיבה פארוואס לייסטר האט אים קען זיין אויסגעקליבן איז זיין באנעמונג וואס האט ווארשיינליך געמאכט א פאזעטיווער רושם אויף לייסטר. טראץ זיין עלטער, איז רומקובסקי, א הויכער מאן, נאכאלס געווען אין די כוחות, פיהל מיט ענערגיע און האט א גוטן דייטש באזיצט. יש אומרים אז די דייטשן האבן אים גאר געגליכן ווייל מיט זיין בלויע אויגן און באנעמונג האט ער קיין איד בכלל נישט אויסגעקוקט.

אין דער אפיציעל-געשריבענער באפעהל וואס האט געשטעלט רומקובסקי אין די פאזיציע פון מאכט איז געשטאנען צווישן אנדערע:

"דו (רומקובסקי) ביסט אויטאראזירט אנצונעמען סיי וועלכע מיטל עס נויטיגט זיך, גיבן סיי וועלכע באפעהל עס פאדערט זיך, צו אינפארסירן די סמכות וואס איז דיר געגיבן געווארן, אפילו צו נוצן די אידישע פאליציי ארויפצוצווינגען דיינע פאדערונגען אויף אלעמען. אלע משא ומתן מיט די דייטשע אויטאריטעטן זאל גיין נאר דורך דיר...אריינגערעכנט דאס צושטעלן עסן...דו ביסט דערפאר אויטאראזירט אויסצוטיילן און אוועקצונעמען ווי ס’שמעקט דיר (בלי תמורה – אהן אויסטויש)..אלע נויטיקע פראדוקטן… אזוי אויך ביסטו בכח צו אַסיינען די אידן צו די ארבעט.”

אין דער פאזיציע האט ער באריכטעט דירעקט צו די נאצי געטאו אדמיניסטראציע וועלכע איז אנגעפירט געווארן דורך דער ארבייטסלייטר, א דייטש מיט’ן נאמען האנס ביבאו, וועלכער האט אייגענטליך געגיבן רומקובסקי א רעקאמענדאציע צו אלבערט לייסטר פאר די דזשאב.

האנס ביבאו, דאן 37 יאהר אלט, איז אויך אן אינשורנס אגענט געווען פון טרעינינג און א סוקסעספולע ענטרעפרענור און באלעבוס פון א קאװע אימפארטינג קאמפאני איידער די קריג.

אין די ענדע פון די קריג, אין 1944 – געציילטע טעג איידער די רוסן האבן דעם געטאו באפרייט, ווען פון די 245,000 אידן וואס זענען ארגינעל געווען אין לאדזש (און 164,000 אין די געטאו) זענען אצינד בלויז 877 פארבליבן אויפצוראמען און אפרייניגן די געטאו – האט ביבאו געהייסן פאר גרויסע לעכער צו ווערן געגרובן אין די בית הקברות אזוי אז די געסטאפאו זאלן קענען עקסעקיוטן די 877 פארבליבענע אידן כדי ס’זאלן קיינע באווייזן נישט פארבלייבן פון זיינע פארברעכנס. (די 877 אידן האבן צום סוף איבערגעלעבט דורכ’ן זיך אויסבאהאלטן מיט פוילישע חסידי אומות העולם; רעפארטעדלי האט רומקובסקי גארנישט צוטוהן געהאט דערמיט.)

האנס האט שיין פארדינט פון די געטאו, סיי פון די סלעיוו לעיבאר און אזוי אויך פון קאנפיסקירן די אידישע פארמעגנס. ער האט פערזענליך געהאלפן די געסטאפאו פארכאפן אידן צו דעפארטאציע און האט בכוונה אויסגעהונגערט די געטאו איינוואוינער דורכן גיבן זיי ווייניגער עסן פון וויפיהל ער איז באצאלט געווארן זיי צו געבן, לייגענדיג אין קעשענע די דיפערענץ.

1767210400770.webp

רומקובסקי מיט האנס ביבאו

מען שאצט אז די פראפיטס וואס די געטאו האט דזשענערעיטעד פאר די דייטשן איז געווען ארום 14 מיליאן אמעריקאנע דאלאר. ביבאו איז געווען א הונגעריגער פאר געלט מיט א תאווה פאר די גוד-לייף און איינער וואס האט געזוכט לכאורה אז די געטאו זאל ממשיך זיין ווי לענגער איינס, כדי ער זאל קענען פון איר פערזענליך פארדינען און צוויי, ער זאל נישט ברויכן טראנספערירט ווערן פאר שווערערע ארבעט אין די וועירמאכט. ער האט געוואוינט אין א הערליכע הויז אין שטאט, צוזאמען מיט זיין פרוי און צוויי קינדער און באקומען אלע הוצאות אויסגעצאלט פון די ‘רייך’, פלוס די פראדוקטן וואס ער האט רוכש געווען פאר פרוטות, אין פארעם פון אידישע צוואנגס ארבעט, בנוסף צו אלע פערזענליכע טייערע מתנות און חפצים, רויב פון די אידן, וואס ער האט געקריגן בחינם: מעבל, טעפיכער, כלים וכדומה; די אידישע שניידער האבן אויפגענייט די בגדים פאר אים און זיינע קינדער און אזױ נאך פיהלע בענעפיטן.

די געטאו איז פארזיגלט געווארן ענדע אפריל 1940 מיט 164,000 מענטשן אינווענדיג. (נאר פינף חדשים פריער, אין דעצעמבער, זענען 15,000 אידן, מיט גרויס ברוטאליטעט, פארטריבן געווארן צו מזרח פון לאנד, פון די גאסן וועלכע האבן אצינד פארמירט די געטאו, װעלכע זענען געווען די ארימסטע געסער אין די שטאט. דאס אװעקשיקן די אידן האבן זײ אלס חלק פון אַן ארגינעלע פלאן - א פלאן וואס די דייטשן האבן שפעטער דעזערטירט - ארויסצוטרייבן תיכף ”אלע„ אידן פון לאדזש און זיי אוועקשיקן טיפער קיין מזרח אין די שטח פון פוילן וואס די דייטשן האבן גערופן דזשענערל גאווערנמענט; לאדזש איז געפאלן ארויס פון דעם שטח, און האט אקארדינג צו די דייטשע פלאן געזאלט אנעקסירט ווערן אטייל צו ווערן פון דעם רייך און האט דערפאר געדארפט ווערן גענצליך אידן ריין. האלב פון די פארשיקטע אבער זענען געשטארבן אויף די טרעינס פון די קעלט און געדראנג. רומקובסקי האט אין דער אקציע אויך א האנט געהאט אין העלפן די דייטשן זי אויספירן.)

1767210459262.webp

די סייען פינטל (אונטן-רעכטס) איז די סך הכול פון די געטאו (צענטער אין גרױס)

די אידנראט’ס פליכטן אין די געטאו, בראש פון חיים האבן כולל געווען א קאמיונעל קיטשען, חולים היימען, אראנדזשירן דאס שיקן פון צוואנגס ארבייטער ארויס פון די געטאו און דאס פארכאפן פון קוואָטאַס פון אידן פאר "ריסעטעלמענט אין מזרח,” א כינו פאר דעפארטאציע צו די עקסטערמינעישן קעמפס.

בערך פופצן טעג נאכוואס די אידן זענען אריינגעיאגט געווארן אין געטאו האט רומקובסקי אויסגעקליבן 31 פובליק פיגורן צו פארמירן דער קאנסול, זאלן אים העלפן מיט די ארבעט. ווייניגער ווי 3 וואכן שפעטער זענען 20 פון זיי הינגריכטעט געווארן און די איבעריגע זענען פארשוואונדן דורך רומקובסקי’ס ארדערס צוליב וואס זיי האבן נישט איינגעשטאנען צו "ראבער-סטעמפן" זיינע פאליסיס.

1767210501874.webp


די נייע אידנראט וועלכע איז אפפוינטעד געווארן אפאר וואכן שפעטער איז באשטאנען פון מענטשן וועלכע זענען פיהל ווייניגער אנגעזעהן געווען און דערפאר ווייניגער עפעקטיוו געווען ווי די ארגינעלע פערזאנען. אזוי אויך איז די אידישע געטאו פאליציי געווען אינטער רומקובסקי’ס קאנטראל. די אידישע פאליציי מאכט אין די לאדזשע געטאו איז באשטאנען פון ארום 1,200 מאן.

אנאטאל קארי, א אידישע פאליציאנט פון די לאדזשע געטאו פארציילט, אין זיין מעמואר, איבער די אינוואלוומענט פון די פאליציי אין קאנפיסקירן עסן פון די געטאו רעזידענטס און דאס צווינגען אידישע מיידלעך צו האבן סעקס אין אויסטויש פאר ברויט.

רינגלבלום, אן אנדערע פוילישע היסטאריקער און סאושעל ווארקער שילדערעט די אכזריות פון די געטאו פאליציי און צייכנט אהן אז זי איז צומאל געווען גרעסער ווי דאס פון די דייטשן, אוקרייאינער אדער ליטוואקעס אינאיינעם. איבעריג צו דערמאנען אז אין די ענדע האבן די אידישע פאליציי און קאפאוס אלעמאל געטיילט די זעלבע גורל ווי די איבעריגע.

1767210531921.webp


די הלוך ילך אין די געטאו​


די ארבעט און פראדוקציע אין די געטאו איז צושטאנד געקומען מיט די מיטארבעט פון די דרויסנדע דייטשע אויפזיכט, איבער’ן געטאו, ספעציעל האנס ביבאו. זיי, די דייטשן האבן אריינגעשיקט אין די געטאו די רויע מאטריאל (עסן נאר איינמאל אין אכט אדער צען טעג) און אין ריטורן האבן די דייטשן צוריק באקומען פערטיג-פאבריצירטע פראדוקטן, די ווערק פון די געטאו איינוואוינער. וויכטיג צו נאוטן אז רוב אידן אין לאדזש זענען געווען בעלי מקצוע, פראפעשאנעלס מיט א פאך, ווי למשל שניידער, שוסטער, וועבער, טישלער און מעטאל ווארקערס וכו’.

אזוי זענען פון חודש צו חודש געשטיגן די דימענדס פאר פראדוקציע פון די געטאו און שפעטער זענען ביסלעכווייז די שולעס און קולטור איינריכטונגען אויך פארוואנדלט געווארן אין פאבריקן און זייערע ארגינעלע פונקציע אויפגעלעזט געווארן. אזוי אויך זענען אלעמענס ארבעטס-שעות לענגער געווארן, צו 12 שעה א טאג, פאר װאס אמאל ווייניגער און ווייניגער באצאלונג וואס האט אויך, קוים וואס געקענט איינקויפן.

רומקובסקי האט ערווארבן אומגעהויערע מאכט דורכ’ן טראנספארמירן די געטאו אין אן אינדוסטריעלע באזע מאנופעקטשורענדיג מלחמה סופלייען צו די ווערמאכט טראכטענדיג מיסטעיקינגלי אז דאס וועט ערלויבן די געטאו צו איבערלעבן דעם קריג. קוקענדיג צוריק איז קאמיש צוהערן איז למשל אין אפריל 1940 האט רומקובסקי זיך איינגעטענהט און "פארלאנגט" פון די דייטשן געלט און עסן אין אויסטויש פאר מאטעריאלן, ציוואס זיי האבן אוודאי נישט מסכים געווען. בלויז עסן זענען זיי איינגעגאנגען צו גיבן אין אויסטויש. עס הערט זיך ווי יענער וואס פרובירט מאכן א דיעל מיט די ים רויבער זאלן אים פריילאזן אין אויסטויש פאר’ן מגלה זיין אין וועלכן טאש ער האלט זיין געלט. (הגם עס איז געווען א פלאן ארגינעל צו ליקווידירן די געטאו ביז שפעטסטנס אקטאבער 1940 ווי אויבן געזאגט.)

1767210611536.webp


רומקובסקי האט פארבאטן דאס אריינשמוגלען עסן אין די געטאו; ער האט געגלייבט אז דאס וועט דעסטאביליזירן די עקנאמיע פון די געטאו בשייכות מיט די פרייזן פאר בעיסיק פראדוקטן. אזוי אויך האט ער נישט ערלויבט קיין דעמאנסטראציעס אדער סטרייקס און גענוצט די אידישע פאליציי זיי מיט צוואנג צו דערשטיקן. לפעמים האט ער אריינגערופן די נאציס זאלן פארשטילן די מהומה וואס האט געווענליך געפירט צו געהארגעטע פראטעסטירער.

די פראטעסטן, צווישן אויגוסט 1940 און ספרינג 1941, אנגעפירט דורך אקטיוויסטן און לינקע פארטייען, אנטקעגן רומקובסקי האבן געזען די ארבעטער איבערלאזן זייערע ארבעטספלעצער און ארויסגיין צו די געסער מיט ליפלעטן וואס האבן געלייענט: "ברודער און שוועסטער! קומט ארויס אין די מאסן, צו ענדליך אויסראטן מיט א פאראייניגטע כח, די שרעקליכע ארימקייט און אכזריותדיקע הנהגה פון די קהילה רעפרעזונטאטן, אנגעוואנדן אנטקעגן אויסגעמאטערטע, אונטערדריקטע און אויסגעהונגערטע פובליק… די סלאגאנען: ברויט פאר אלעמען! לאמיר אלע גיין אין קאמף קעגן די קהילה פאַראַזיט…הארגעט רומקובסקי… עפנט די געטאו..”

ער פלעגט דאן מעניש זיין די פירערס פון אזעלכע פראטעסטן אז זיי האבן נישט געמעגט מער פארדינען א לעבן דורכן ארבעטן, וואס האט ווירטואלי געמיינט אז זיי און זייערע משפחות זענען נגזר געווארן צו א זיכערער אויסגיין פון הונגער. צומאל האט ער די סטרייקערס און דעמאנסטרירער געלאזט ארעסטירן אדער אוועקגעשיקט צו די צוואנגס לאגערן, נישט געזעהן צו ווערן נאכאמאל. אזוי האט ער געמאכט פארשוואונדן יעדער וועם ער האט נישט געגליכן.

ביז ספרינג 1941, ארום א יאהר נאכוואס די געטאו’ס צוימען זענען ארויפגעצויגן געווארן, האבן מער כמעט זיך נישט געפינען קיין גענגער צו רומקובסקי אין די געטאו.

1767210643609.webp


כאטש וואס רומקובסקי האט זיך גרויס-געהאלטן אז זיין לעיבאר אגענדע איז אזוי סוקסעספול אז "גיב עס נאך דריי יאהר און די געטאו וועט ארבעטן ווי א זייגער,” האבן נישט אלע עס אזוי אנגעקוקט. אויבערשטורמפירער מאקס הארן פון אָסטאינדוסטריע האט געזאגט אז די געטאו איז געווען שלעכט געפירט, נישט פראפיטעבל און האט געמאכט די אומנייטיקע פראדוקטן. אסטאינדוסטריע איז געווען איינע פון די פיהלע אינדוסטריעלע פראיעקטן וואס די נאציס האבן איינגעשטעלט אין פוילן צו פראדוצירן פאר זיי פראדוקטן, זיך באנוצענדיג מיט צוואנגס ארבייטער. און אין איר הויכפונקט האט זי אינטערנד 17,000 ארבעטער, פון זיי א 1000 פוילישע אבער די איבעריגע אלע אידן, דורכאויס א נעץ פון לעיבאר און קאנצערטראציע לאגערן, אין די לובין דיסטריקט פון די דזשענעראל גאווערנעמענט טעריטאריע (די נאמען וואס די דייטשן האבן געגיבן פאר די צענטער חלק פון פוילן בשעת די קריג).

מיט זיין הארבע טריטמענט צו זיינע אחים לצרה האט חיים רומקובסקי זיך איינגעקויפט א נאמען אלס א דיקטאטור, דיסטינקט פון די אידנראטן אין די אנדערע אידישע געטאוס, אבער ס’איז אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען. ווען ער האט באזוכט ווארשע אין מאי 1941 האט ער געזאגט ביי פארשידענע געלעגנהייטן צו די ווארשע אידנראט: "מיין מועצה (קאמיטע) ווייסט נאר צו רעדן. מיינע פליכטן פיהר איך אלע אויס אליינס און מיט געוואלד. דיקטאטורשאפט איז בכלל נישט קיין פראסטע ווארט.”

אין אן אנדער פאל, באציהענדיג זיך צו זיין סטייל פון גאווערנען, האט ער געזאגט מיט זיין געווענליכע צינישקייט: "איך בין סיי א קאמוניסט און סיי א פאשיסט באותו זמן.” “איך אקצעפטיר נישט די בעיסיק פון פרייוועט פראפערטי. אלץ באלאנגט צו די מדינה; א פאשיסט אבער בין איך אינדעם וואס איך בין פארארדנט, איך בין מְצִווה איבער אייך אלעמען, עטס זאלטס אויספאלגן מיינע באפעלן. איך בין אחראי אויף אייך, איך בין דער באס דא. נישטא קיינער וואס האט דער פרייהייט מיך איינצוטיילן וואס כ’האב צוטוהן. די כח איז אין מיינע הענט.”

רומקובסקי, אין א דרשה וואס ער האט געהאלטן אנהויב פברואר 1942, האט ער געזאגט: איך דארף פארגעסן פון דער רחמנות’דיגער געפיהל כדי נישט צו לייגן אין א געפאר די גאנצע געטאו. די געטאו איז ווי א שיף אין שטורמישע וואסערן, כדי צו ראטעווען דעם שיף ברויך מען ארויסווארפן א טייל פון די איבעריגע לאסט.” אן אנדער מאל, ווען ער האט באשטראפט די סטרייקער און פראטעסטירער, האט ער עס צוגעגליכן צו א "כירורג וואס ברויך אפשניידן א פיס צו ראטעווען דעם הארץ.”

1767210695432.webp


חלק ב' קומט
 
לעצט רעדאגירט:

פערסאנאליטי​


רומקובסקי א חנפן, האט אויסגעפאלגט יעדע ארדער פון ביבאו אהנע שאלות. אין אויסטויש האט ער געקריגן פון ביבאו פולשטענדיגע סאָל קאנטראל איבער די געטאו אזוי לאנג ווי עס איז נישט געשטאנען אין וועג צו ביבאו’ס הויפט ציהלן פאר די געטאו: אבסעלוט ארדער, די קאנפיסקירונג פון אידישע פראפערטי און פארמעגנס, צוואנגס ארבעט און ביבאו’ס פערזענליכע פארדינסטן.

1767349414687.webp

רומקובסקי מיט ביבאו

רומקובסקי פלעגט רוטינלי גיבן ביבאו מתנות און פערזענליכע טובות. רומקובסקי האט אמאל זיך אויסגעדרוקט איבער זיין איגערנעס צו קאפערירן מיט די דייטשע אויטאריטעטן: "מיין מאָטאָ איז אלעמאל צו זיין צען מינוט פאראויס פון יעדע דייטשע פארלאנג.” אן אנדערע מאל האט ער זיך גרויס געהאלטן פאר זיינע דייטשע אויבערהארן: "איך האב 40,0000 פאר הענט וואס ארבעטן פאר מיר אין די געטאו און דאס איז מיין גאלדען-גרוב.” אין א באזוך פון הימלער ווען ער האט אינספעקטעד די לאדזשע געטאו האט רומקובסקי געענטפערט ווען הימלער האט אים געפרעגט "ווי אזוי זאכן גייען?” "נישט שלעכט מיין איך. איך טוה אלץ אז די געטאו זאל ארבעטן מער און בעסער. מיין מאטא איז ארבעט, פיעס און ארדער." "נו, איז גיי אהן ארבעטן פאר די בענעפיט פון דיינע ברודער. עס וועט דיר גוטס טאהן,” האט הימלער געענטפערט.

1767349497646.webp

רומקובסקי געזען װערענדיג מיט הימלער

רומקובסקי האט טאקע געפירט די געטאו אזוי אז ס’האט געקלאפט מיט א פונטקליכקייט. ער האט געהאלפן מעינטעינען סקול פאסילעטיס. 47 סקולס זענען געבליבן אין אפעראציע אין די געטאו, שולענדיג 63% פון סקול עידזשד קינדער. ער האט געהאלפן איינשטעלן א קולטור הויז אוואו שפיהלן, ארקעסטרא און אנדערע פארשטעלונגען זענען פארגעקומען. ער האט זיך פערזענליך זעהר פארנומען אין די דעטאלן דערפון.., אריינגערעכנט דאס הייערן און פייערן פון די שפילערס און אין דאס מגיה זיין די תוכן פון די שאוס.

ער האט געבויעט ארום זיך א קולט. ער האט ארגאנאזירט די קינדער זאלן פערפארמען מארשן פאר אים, זיין בילד איז געהאנגען און די שולעס און מענטשן זענען פארארדנט געווארן צו דאווענען פאר זיין געזונט. ער האט ארומגעריטן אין די געטאו אין א פרעכטיגע קארעטע מיט שומרים ארום זיך, א נאמען געגעגעבן זיין אפיס 'די קאנצעלריי', נאכמאכענדיג דערמיט די דייטשן, און אין ראש השנה האט ער געשיקט לשנה טובה קארטלען מיט זיין צורה געדרוקט אויף זיי. די געטאו צייטונג האט געדרוקט פאעמס לכבודו, בארימענדיג זיינע אויפטוהאונגען.

1767349526579.webp



ווען די ראבינאט איז געווארן אויפגעלעזט האט רומקובסקי אנשטאט זיי, פערפארמד די חתונות. ער האט איינגעפירט "א מדינה אינסייד א מדינה, א מיניטשור, פאשיסטישע פארדארבנהייט” ווי איינע פון זיינע קאלעגעס אין די אידנראט האט זיך אויף אים שפעטער אויסגעדרוקט.


1767349622559.webp

רומקובסקי איז מסדר קידושין


1767349606069.webp

רומקובסקי באזוכענדיג וורשה


די געטאו וואלוטע איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען, רומקי אדער חיימקי און זיין פנים איז געדרוקט געווארן דערויף און אזוי אויך אויף די בריוו סטעמפס. דאס האט אים געשאנקן דער צונאמען ‘קעניג חיים’. די אפיציעלע שפראך פון די געטאו האט חיים געהייסן זאל זיין אידיש. ער האט מיינסטנס אידיש גערעדט כאטש ער האט געקענט פויליש אבער נאר אויף א בעיסיק לעוול. גלייכצייטיג האט ער זיך אריינגעשיילט אין רעליגעיזע לעבן, צו די אומצופרידנהייט פון די רעליגעיזע ציבור, אפילו ענדערענדיג די נוסח פון די כתובה.

אין די ענציקלאפעדיע פון די לאדזשע געטאו, וואס עטליכע פון די תושבי הגטאו האבן מחבר געווען, אונטער דאס קעפל: "אויסצייכענונגען”, זעהט זיך אהן די קולט פערסאנאליטי וואס ער האט געשאפן ארום זיך: “ פרעזידענט רומקובסקי האט שוין א צייט צוריק זיך באטראכט צו גראנטן הצטיינותער צו זיינע העלפער וועלכע דעזערוון באלוינונגען...זינט ער געוועלטיגט שוין דא אלס דער פאקטישער פרינץ אין זיין קליינער מדינה, ספעציעל אזוי די דריי לעצטע יארן פון ווען די געטאו איז געגרינדעט געווארן, האבן זיך אנגעקלעבט אין אים מאניערן פון א געווענליכער סאווערעין הערשער… אין די ווינטער פון 1943-44 האט ער געהייסן דרוקן דיפלאמעס וואס ער האט אפגעגיבן פאר געוויסע מקורבים בייגעלייגט מיט געטאו-וואלוטע, געחתמ’ט מיט זיין האנט-שריפט.”

אין די "סטעמפס" סעקשאן שטייט געשריבן אז אין זיין געבורטס טאג האט מען געדארפט זיגלען די בריוו-סטעמפס מיט א ספעציעלע זיגל. אונטער "ציגארעטן" שרייבן זיי: "א ציגארעט מיט’ן נאמען באלערינא, וועלכער איז פאר’ן קריג געווען א מיטלגארטיגער ציגארעט, איז אין די געטאו, אוואו בעסערס איז נישט געווען צובאקומען, פאררעכנט געווארן ווי טאָפ נאָטש און איז אין א קורצע צייט אריבער צו די אויסשליסליכער בעלות פון דער פרעזידענט רומקובסקי.”

1767349708030.webp


אבער בשעת וואס די אנדערע אידן האבן געלעבט אין אומדערטרעגליכע ענגשאפט, הונגער, דיזיז און ציטער פאר זייער לעבן יעדן איינציגן טאג האט דער פראי’שער רומקובסקי, הונגעריג פאר כבוד און מאכט, צוזאמען מיט זיין קאנסול (אן אנדערער שותף לדבר עבירה וואס ווערט דערמאנט מיט’ן נאמען איז איינער גאַרטלער), געלעבט אין רעלאטיוו באקוועמהייט. זיי האבן זיך געהאט ברייטע עסן ראטעס און זייערע אייגענע ספעציעלע געשעפטן איינצוקויפן. זיי האבן אפגעראכטן אויפגעריסענע שוואוילטאג פארטיס, גענומען שוחד און באגאנבעט און באגזלט מענטשן.

סתם מענטשן אין די געטאו, אויב האבן זיי אויפגעגעסן זייערע ראטעס אין צוויי אדער דריי טעג, אנשטאט זיי תיכף מחלק צו זיין אין קליינטשיקע פארציעס, און פארשליסן אונטער שלאס צו היטן פון גנבים, אזוי ס’זאל קלעקן פאר אכט צו צען טעג, זענען זיי געשטארבן פון הונגער. די הונגער האט אזוי גענאגט אז מען האט פון גארנישט אנדערש געטראכט אויסער עסן. אויב האט מען געזאגט אז מען דעפארטירט פון געטאו האט קיינער נישט געפרעגט וואוהין – ס’וועט זיין איבעריגע עסן, דאס אלעס.

די קעלט אין די ווינטער איז אזוי ביטער געווען, פינף אונטער זיראו, אז א מענטש האט געקענט אויפשטיין אינדערפריה, וועלנדיג ארויסגיין פון זיין הויז, און טרעפן אז זיינע הילצערנע שטיגן וואס פירן ארויף צו זיין הויז זענען פארשוואנדן געווארן. מען האט עס אים באגאנבעט באישון לילה צו פארנוצן פאר פייער זיך אנציווארעמען. אנשטאט ארויסגיין מאכן די געברויכן אין די קעלטן האבן מענטשן געקטנ’ט און געמכינ’ט אין כלים אינעווייניג אבער אז עס וואוינען צוזאמענגעקוועטשט צוויי, דריי משפחות אין איין דירה, 5-10 מענטשן אין א צימער צעדרוקט, נערוועז, הונגעריג און פארפרוירן פון קעלט, האבן די מחלות און קרענק זיך פארשפרייט ווי פייער אין א טרוקענע פעלד פון זאנגען. אין די געטאו אליינס, אין די ארום פיהר און אהאלבן יאהר וואס זי איז געשטאנען, זענען אויף דעם אופן 44,000 מענטשן אויסגעשטארבן.

רומקובסקי האט קיינעם נישט געשוינט. ער האט גענוצט זיין פאזיציע אלס אידנראט עלצטער צו קאנפיסקירן פראפערטי און ביזנעסער אין די געטאו וועלכע זענען נאך געלעגן ביי זייערע רייטפול אידישע באלעבאטים אין די האנט. ער האט זיך מטפל געווען מיט די געטאו אידן ווי מיט פערזעליכע חפצים. ער האט צו זיי גערעדט מיט גאווה און חוצפה און צומאל זיי אפילו געשלאגן.

ער איז באקאנט געווען אוועקצושיקן צו די לאגערן דיע וועלכע ער האט פערזענליך נישט געגליכן. בנוסף לזה האט ער סעקשואלי אביזוד אומשולדיגע אינגע מיידלעך אונטער זיין אויפזיכט; וועמען ער האט מכלומרשט גענומען צו ארבעטן פאר אים. אלס פערזענליכע סעקרעטעריס. אויב האט די מיידל זיך אנטקעגן געשטעלט צו זיינע פארלאנגען האט דאס געמיינט א זיכערע טויט אורטייל פאר זי.

א פרוי אן איבערלעבערין מיט’ן נאמען לוסילע אייכענגרין פארציילט אז זי איז אביזוד געווארן דורך אים חדשים לאנג אלס אינגע מיידל, ארבעטנדיג אין זיין אפיס. “איך האב געפיהלט פארעקלט און אויפגערעגט, אבער וואס, אויב וואלט איך אנטלאפן וואלט ער מיך געהאט דעפארטירט, איך מיין צוזאגן דאס איז זייער קלאר געוועזן.” אין ריטוירן האט ער געטוהן פאר זייערע משפחות וואסערע טובה זיי האבן פון אים געבעטן. ער פלעג מיטנעמען די אינגע מיידלעך, אזוי אינג ווי 12 יאהר, אין זיין קארעטע באזוכן די פאקטאריס, זיין אפיס, זיין בית יתומים און פארשידענע אנדערע קווארטלען. אזוי שטארק איז זיין מאכט געווען אז פאר די מיידלעך איז גענוג געווען נאר געזען צו ווערן מיט אים צו קריגן א פאספארט ווי מ’זאגט פאר א בעסער לעבן.

1767349725703.webp


דעפארטירונגען​


רומקובסקי האט געוואוסט אוואו די דעפארטירונגען גייען, אז זיי זענען געוואנדן צו די טױט לאגער כעלמנא. מענטשן ארום אים האבן שוין דעמאלס געזעהן אז ער ווייסט. (אין 1942 זענען צוריקגעקומען טראנספארטן פון דיסאינפעקטעד קליידער מיט דזשאקעטס וועלכע זענען אלע אויפגעשניטן געווען לענגאויס די העמס און האבן אנטהאלטן פאפירן פון אלל-אווער אייראפע, אריינגערעכנט לאדזשע געטאו זעלבסט.) און ער צוזאמען מיט די אנדערע פון די אידנראט האבן ביי יעדען אויסזידלונג געדארפט צושטעלן די נעמען אדער רשימות וועמען מען זאל דאסמאל אוועקנעמען צו די טויט לאגערן.

די ערשטע דעפארטאציע איז געווען שוין אזוי פריה ווי דעצעמבער 1941 ווען די דייטשן האבן פארלאנגט א רשימה פון 20,000 מענטשן, הגם רומקובסקי האט מצליח געווען עס אראפצונידערן צו 10,000. זיין אמתלה איז געווען: "אויב וועל איך עס נישט טוהן וועט עס א צווייטער במילא טוהן.” און "איך וועל עס טוהן מיט רחמנות, די דייטשן מיט אכזריות." די אידן פון די געטאו וואס זענען במקורם נישט לאנג פריער, געקומען פון אויסלאנד, א שטייגער ווי פון דייטשלאנד און האלאנד, האט רומקובסקי אויסגעקליבן צוערשט, דורכדעם שיצענדיג אויף זיינע פריינט און מענטשן וועמען ער האט פערזענליך געקענט.

ביז די ענדע פון 1942 זענען א סך הכול פון 71,000 אידן דעפארטירט געווארן צו די טויט לאגער כעלמנא באזירט אויף די סעלעקציעס דורכגעפירט פון די אידנראט. קינדער און עלטערע און יעדער וואס איז "אָנפֿיט צו ארבעטן" אין די אויגן פון די אידנראט זענען פארשיקט געווארן.

אין סעפטעמבער 1942 האט רומקובסקי געהאלטן פאר די איינוואוינער פון די געטאו די פעימעס דרשה, ‘גיט מיר אייערע קינדער’. געווען איז דאס ווען די דייטשן האבן פארלאנגט די אידן זאלן ארויסגעבן 20,000 קינדער וועמען זיי האבן אפגעשיקט צו די כעלמנא עקסטערמינעישן לאגער. רומקובסקי האט פון די עלטערן געבעטן זיי זאלן אים איבערגעבן אלע קינדער אונטער 10 יאהר אלט, די אלטע איבער 65 און יעדער וואס איז קראנק געווען, אזוי אז די אנדערע זאלן קענען איבערלעבן. ער האט געטענהט אז די קינדער, אלטע און קראנקע זענען דיע וואס טוען די ווייניגסטע “קאָנטריבוטן” און דערפאר ברויך מען זיי אויפגעבן:

"א שרעקליכע שבר האט באטראפן דעם געטאו. זיי [די דייטשן] פארלאנגען מיר זאלן אויפגיבן דאס בעסטע וואס מיר האבן – די קינדער און די עלטערע. איך בין נישט ווערד געווען צוהאבן מיין אייגן קינד האב איך דערפאר אוועקגעגעבן דאס בעסטע פון מיינע יארן פאר קינדער. איך האב געאטעמט און געלעבט מיט קינדער. איך האב קיינמאל נישט געחלומט אז איך וועל געצווינגען זיין צו דארפן מאכן דעם קרבן אויפ’ן מזבח מיט די אייגענע הענט. אין מיינע עלטערע יארן מוז איך אויסשטרעקן מיין האנט און בעטן: ברודער און שוועסטער! גיבט זיי צו מיר! טאטעס און מאמעס, גיבט מיר אייערע קינדער!”

דער דרשה איז צופיהל געווען פאר די געטאו באפעלקערונג און דאס האט אים ענדליך פארפיינטעט אין אלעמענ’ס אויגן. די אידן האבן זיך קעגנגעשטעלט און נישט איינגעגאנגען צו זיין בקשה. רומקובסקי האט דאן גענוצט די אידישע פאליציי וואס האבן פרובירט צוויי טעג דורכצופירן דעם אפרעראציע מיט געוואלד אבער אויך זיי האבן נישט מצליח געווען. צום סוף האבן די דייטשן אליינס דאס דורכגעפירט און ס’האט זיי גענומען בערך א וואך מיט 15.5 טויזנט נפשות דעפארטירט און ארום טויזנט געהארגעטע. אין פאקט זענען נאר א דריטל דערפון געווען קינדער אונטער 15. די איבעריגע זענען געווען צווישן די גילים פון 15-65.

1767349767027.webp

רומקובסקי בײ זײן 'גיבט מיר אײערע קינדער' דרשה

ענדע פון די געטאו​


די געטאו האט זיך פארזיגלט אנהויב פון די קריג מיט 164,000 מענטשן, און ביז די ענדע פון די מלחמה - אין אוגוסט 1944, ווען די לעצטע טראנספארט איז פארשיקט געווארן צו אוישוויץ, און ווען די געטאו איז לויט הימלער’ס באפעהל ליקווידירט געווארן - זענען דורכאויס די פיהר און אהאלב יאהר פון איר אפעראציע, דארטן אויסגעשטארבן 44,000 מענטשן, נאר פון די קאנדישענס אין די חיי הגעטאו, ווי אויבן געזאגט – הונגער, געדרענג, קעלט און קרענק.

מער פון נאך הונדערט טויזנט זענען געהארגעט געווארן, רוב פון זיי פארשיקט צו די טויט לאגערן, קודם כעלמנא און נאכדעם בירקענאו- אוישוויץ. און הגם בערך אן עדישענעל צען טויזנט האבן איבערגעלעבט איז עס נאר צוליב וואס די לעצטע טראנספארט איז מערסטנס באשטאנען פון אינגע ארבעטס פעאיגע מענטשן וואס האבן זיך שוין איינגעוואוינט ווי עס איז, איבערצולעבן פיזיש און גייסטיש אין די שווערסטע אומשטענדן; און די דייטשן זענען דאן, ביי די ענדע קריג, געווען דעספּערעט אין ארבעטס פעהאיגע מענטשן, און אין אוישוויץ זענען דערפאר מער מענטשן דאן סעלעקטירט געווארן פאר צוואנגס ארבעט ווי געשיקט געווארן צום טויט. אויכעט זענען ווי געזאגט די לאדזשע אידן ע"פ רוב פראפעשאנעל מייסטערס געווען און די דייטשע געטאו אדמיניסטראציע, ביבאו און זיין אויבערהאר, ארטור גרייזר, האבן פערזענליך געהאט א פֿיינענשעל אינטרעסע אין די דויערהאפטיגקייט פון די געטאו.

אלזא צום שלוס, הגם לאדזשע געטאו האט איבערגעלעבט 2 יאהר לענגער ווי ווארשע געטאו און מיט מער איבערלעבער, איז שוין ווי לוסיאן דאבאראווסקי, א אידיש-פוילישע-אמעריקאנע סייענטיסט און היסטאריען, אליינס אן איבערלעבער פון לאדזשע געטאו, איז מדגיש: דער החלטה איבער די צקונפט פון די געטאו, נישט געווען אין חיים’ס האנט צומאכן. ד.ה. רומקובסקי האט דעם עתיד נישט געקענט וויסן און די דעסיזשען מײקינג איז סייווי אין זיינע הענט נישט געלעגן. און ווען ער העלפט ווען נישט ארויס די דייטשן ווער ווייסט אויב זיי וואלט נישט געדארפט ספענדן מער כוחות, אוועק פון אנדערע פלעצער, אויף די לאדזשע געטאו אזוי אז ערגעץ אנדערש וואו זאלן מער אידן קענען איבערלעבן.

סיי איבערלעבער, סיי היסטאריקער זענען ביי דעם מיינונג אז אפילו אויב וואלט די געטאו באפרייט געווארן דורך די רוסן ווען די אידן זענען נאך דארטן געווען וואלטן די באפרייטע אידן נאכאלס דעם רומקובסקי’נען צעריסן אויף שטיקלעך – אזוי שטארק האבן זיי אים פיינט געהאט. בכל אופן, וואספארא נאראטיוו טוט אונז מער אינספייערן? די הערארישע אקטן פון די רעוואלטירער אין די ווארשע געטאו אדער סאביבאר לאגער וואס האבן זיך נישט געלאזט גיין צום טויט ווי שאף צו די שחיטה אדער די מעשים תעתועים פון א אידישער דיקטאטור וואס האט זיך דערקלערט א יודע מחשבות השם און וואס האט זיך א חשבון געמאכט אז העלפן די גרמנים אויסקוילען 154,000 אידן, אריינגערעכנט נשים וטף, וועט העלפן צען טויזנט זאלן איבערלעבן? אמאל, דאס אז דער יחיד זארגט זיך צופיהל אויב זיין אײגענע זיך פרובן צו ראטעווען וועט נישט שעדיגן דעם רבים טוהט נאך דאס גרעסטע שאדן פאר’ן רבים ווייל עס איז דאן פיהל לייכטער פאר’ן פיינט צו שולט זיין און באצווינגען דעם רבים ווי כאילו זיי וואלטן נאר איין סינגולאר יחיד געוועזן.

די שאלה איז נאר וואספארא ברירות האט רומקובסקי געהאט איינמאל ער איז אויסגעקליבן געווארן פאר אידנראט הויפט? ס’דא וואס טענהען אז די איינציסטע אנדערע אפציע וואס ער האט געהאט איז באגיין סוסייד. נאר די אמת איז אז אנדערע אין זיין פלאץ, פעיסד מיט די זעלבע טשויסעס האבן טאקע דאס געטוהן: אדם טשערניאקאוו, די הויפט פון די ווארשע געטאו, נאך צוויי יאהר קאפערירן מיט די נאציס’ באפעלן, האבן די נאציס געהייסן ער זאל זיי איבערגעבן 6,000 אידן א טאג, אריינגערעכנט טויזנטע קינדער פאר דעפארטאציע, אבער ער האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן דעם באפעל. ער איז באגאנגען זעלבסטמארד, איבערלאזענדיג א נאוט צו זיין פרוי אין וועלכען ער גיבט אן די סיבה פאר זיין סוסייד אין דעם אז די דייטשן פארלאנגען פון אים צו הארגענען קינדער פון זיין אייגענעם פאלק. און דאס איז א ליניע וואס ער וועט בשו"א נישט איבערטרעטן. רומקובסקי זעהט אויס האט די שטארקייט נישט געהאט אין זיך און פערהעפס האט עס אים ווייניגער באנג געטאהן.

1767349809541.webp


זײן טויט​


אין אוגוסט 1994 איז רומקובסקי זעלבסט צוזאמען מיט זיין משפחה אפגעשיקט געווארן מיט’ן לעצטן טראנספארט צו אוישוויץ אבער אין פאקט איז ער דארט ערמארדערט געווארן דורך אידישע זאָנדערקאמאנדאס וועלכע האבן אים צעשלאגן צום טויט אלס נקמה פאר זיין ראלע אין די לאדזשע געטאו. די שילדערונג פון די אנגענומענסטע ווערסיע פון לעצטיגע מינוטן זיינע זענען באשטעטיגט ביי אן עד ראיה אין די פראנקפורט-אוישוויץ געריכטן. דוב פעיסיקאוויטש, אן אונגארישע זונדערקאמאנדא, האט פארציילט אז ווען רומקובסקי איז אנגעקומען קיין אוישוויץ האבן די דארטיגע לאדזשע אידן סודותפולערהייט עפפראוטשד די זונדערקאמאנדאס און זיי געבעטן זיי זאלן הארגענען רומקובסקי פאר די פארברעכנס וואס ער איז באגאנגען אין לאדזשע געטאו אויף וואס ארויף זיי האבן אים צעקלאפט צום טויט ביי די גדר פון קראמעטאריום נומער 2 און דערנאך פטור געווארן פון זיין קערפער.

אן אנדערע גירסה זאגט אז ווען ער איז אנגעקומען קיין אוישוויץ האט אים א דייטשער אויפזעהער דערקענט און אים אנגעוויזן אהינצוגיין צו עמיצן און יענעם זאגן זיין נאמען. יענער, לויט די גירסה, האט אים ארויסגענומען פון די שורה, אים אריינגעפירט צו זיך אין ביורא און אריינגעשיקט א קויל אין קאפ. א דריטע גירסה יעטד, פארציילט אז אין אוישוויץ, איז ער מיט זיין ווייב און אדאפטעד קינד, ארויפגעפירט געווארן אויף אזא טראק אין וועלכער מען האט אריינגעליפערט גאז און אזוי זענען זיי דערשטיקט געווארן.


מקור: וויקיפידיע, יד ושם און נאך.
 
לעצט רעדאגירט:
יישר כח @קץ דוחק זייער שיין באשריבן א שטיק אידישע פיינפולע היסטאריע.
 
יישר כח @קץ דוחק זייער שיין באשריבן א שטיק אידישע פיינפולע היסטאריע.
עיני עיני יורדה מים יעדעס מאהל מען לייענט פון די
נאצי השמדה און די אכזריות פון די ציוויליזירטע דייטשן איז מאנה הנחם נפשי מען קען זיך דען פאהרשטעלן אזא מין געפירעכץ, וואס קלוגע נארמאלע מענטשן, האבען מסכים גיוועהן אדורך צופירען - צוזאם נעמען אנשים נשים וטף אין א געטא, אויס צופייניגען און דערנאך כמעט אלע שיקען
צום טויט נקום לעיננו נקמת דם עבדיך השפוך
 
Back
Top