מילתא דבדיחותא

דריי אידן זיצען און שמועסען איבער די גדלות פון זייער רבי

רופט זיך אן איינער... מיין רבי איז אזוי גרויס, אמאהל פרייטיג ביינאכט נאך'ן טיש איז געוועהן א געפערליכען שטורעם מיט ווילדע רעגען. מען האט נישט געקענט ארויס גיין. רופט זיך אן מיין רבי... רעגען אהער... רעגען אהין... און דער רעגען האט אויפגעהערט. און עס איז געווארען שיין און גוטע וועטער

רופט זיך אן דער צוויייטער אמאהל איז געוועהן א גרויסער שניי און דער גאנצער שטאט איז געוועהן פאראלעזירט. רופט זיך אן מיין רבי שניי אהער... שניי אהין... און די שניי איז נעלם געווארען. און עס איז געווארען ווי א זוממער טאג.

רופט זיך אן דער דריטער דאס
גארנישט. מיין רבי איז גרעסער פון אלע

אמאהל איז מיין רבי גאגאנגען דאווענען שבת צופרי און אויפ'ן וועג האט ער געטראפען א טאשקע מיט 10,000 דולר. האט ער זיך אנגערופען...

שבת אהער... שבת אהין... און עס אויפגעהויבען און געגאנגען ווייטער
 
Back
Top