- זיך איינגעשריבן
- אוג. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 952
- רעאקציע ראטע
- 3,729
- פונקטן
- 423
האסט פאדרייט די גאנצע זאך.א ליטוואק קומט אהיים אין א תענית טאג און זאגט פאר זיין ווייב...
שפרינצא? איך פיהל נישט אזוי גוט. איך בין אינגאנצען פארחלש'ט איך מוז שוין אויספאסטען.
פיין ענטפערט זיין ווייב. נעם אביסעל וואסער מיט א שטיקעל לקח
ח"ו זאגט דער ליטוואק עס איז דאך פיקוח נפש, זיי מוחל גרייט מיר צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.
איך וויל פיש, זופ מיט קניידלך, קוגל פלייש א פלעשעל בירה א פלעשל סודה
בשעתן צוגרייטן האט די ווייב אנגעפאנגיען פילען נישט אזוי גוט פארשטייט זיך אז דו שמעק פון די אלע מאכלים. רופט זי זיך אן צו איהם...
משה ? איך פיהל אויך נישט גוט איך דארף אויך עסען
פיין ענטפערט ער נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקל לקח.
פארוואס? פרעגט זי פארוואס מעגסטו עסן וואס דו ווילסט און איך מעג נאר עסען אביסעל לקח מיט וואסער?
עס איז דאך א תענית, ענטפערט דער ליטוואק און פרויען דארפען נישט מחמיר זיין
די דשאוק גייט אויף א בריסקער, וואס אין בריסק איז מען מקפיד נישט צו פאסטן אלס פיקוח נפש.
און דער יונגערמאן האט געזאגט פאר זיין ווייב אז חומרות איז נישט פאר פרויען (כנהוג בבריסק)