מילתא דבדיחותא

א ליטוואק קומט אהיים אין א תענית טאג און זאגט פאר זיין ווייב...

שפרינצא? איך פיהל נישט אזוי גוט. איך בין אינגאנצען פארחלש'ט איך מוז שוין אויספאסטען.

פיין ענטפערט זיין ווייב. נעם אביסעל וואסער מיט א שטיקעל לקח

ח"ו זאגט דער ליטוואק עס איז דאך פיקוח נפש, זיי מוחל גרייט מיר צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.

איך וויל פיש, זופ מיט קניידלך, קוגל פלייש א פלעשעל בירה א פלעשל סודה

בשעתן צוגרייטן האט די ווייב אנגעפאנגיען פילען נישט אזוי גוט פארשטייט זיך אז דו שמעק פון די אלע מאכלים. רופט זי זיך אן צו איהם...

משה ? איך פיהל אויך נישט גוט איך דארף אויך עסען

פיין ענטפערט ער נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקל לקח.

פארוואס? פרעגט זי פארוואס מעגסטו עסן וואס דו ווילסט און איך מעג נאר עסען אביסעל לקח מיט וואסער?

עס איז דאך א תענית, ענטפערט דער ליטוואק און פרויען דארפען נישט מחמיר זיין
האסט פאדרייט די גאנצע זאך.

די דשאוק גייט אויף א בריסקער, וואס אין בריסק איז מען מקפיד נישט צו פאסטן אלס פיקוח נפש.

און דער יונגערמאן האט געזאגט פאר זיין ווייב אז חומרות איז נישט פאר פרויען (כנהוג בבריסק)
 
חטאתי
 
א שווער האט אמאל געכאפט זיין איידעם נישט מקפיד זיין אויף א געוויסע הלכה.

זאגט דעם שווער צום איידעם - איך זארג מיך אז דו גליטשט.

זאגט עם די איידעם - זארג נישט שווער, קוים וואס איך זארג זיך אליינס.

- מסתת
 
ביי א רבישע שמחה זינגט מען...

די רבי זאל לעבן א מזל טוב...

באמת וואלטן געדארפט זינגען די רבנים זאלן לעבן א מזל טוב בלשון רבים? עס זעהען דאך דארט דא איטליכע רבנים

נאר עס איז דא א באקאנטע רש"י וועליכע שטייט...

כך דרכן של בני אדם קוראים לשוורים הרבה שור... וד"ל
 
פארוואס פארן אזוי פיל מענטשן קיין אומאן אויף ראש השנה?

נאר, יעדער וואס קומט אהין ווערט גלייך געשטעמפלט אלס נישט פאסיג צו שטיין פאר א משפט
 
לעצט רעדאגירט:
וואָס איז דער אונטערשייד צווישן חב"ד ביכער און ברסלב ביכער?

חב"ד דערקלערט קאָמפּליצירטע זאַכן צו פּשוטע מענטשן.

ברסלב דערקלערט פּשוטע זאַכן צו קאָמפּליצירטע מענטשן.
 
עמעצער האט אַמאָל געזען ווי א-באבא קוקט אויף אַן אייפאָון. ער האָט אים געפרעגט: "געערטער רבי, דו זעסט אַלץ וואָס פּאַסירט אין הימל, פאַרוואָס דאַרפסטו עס?" האָט דער באבא געענטפערט: "אין הימל זע איך נאָר אַלץ אין שוואַרץ און ווייס, דאָ איז עס אין קאָליר..
 
א רבי האט נעבעך געליטען פון א רויז האבען די גבאים אויפגעהאנגען א צעטעל...

היום אין קבלת קהל, הרבי שוכב במיטה עם שושנה
 
פארט זיך א איד'ל אויפ'ן הייוועי און ווערט אפגעשטעלט דורך א פאליס.

דער פאליס מאן קומט צו צום פענסטער און זאגט איהם, אנטשולדיגט מיר, אבער דיין ווייב איז ארויסגעפאלען פון דיין קאר מיט בערך 10 מייל צוריק.

רופט זיך אן דער איד, אוי ברוך השם, איך האב געמיינט אז איך בין טויב געווארען...
 
א רבי האט נעבעך געליטען פון א רויז האבען די גבאים אויפגעהאנגען א צעטעל...

היום אין קבלת קהל, הרבי שוכב במיטה עם שושנה
די זשאוק גייט אויף גורע רבי, זיין ווייב הייסט טאקע שושנה..
 
א מעשה נורא...

א בחור'ל איז אריין געקומען צו סליחות און זעהט אלע שטייען דארט מיט גיטארס און טראמפייטערס און ער האט נעבעך נאר א סליחות'ל.

האט ער אויפגעהויבן זיינע הענט און געזאגט מיט טרערן אין די אויגן...

אוי באשעפער אין הימל, איך האב נישט קיין געטאר און נישט קיין טראמפייטער, איך קען אפי נישט זינגען, איך קען אבער לייענען, בעט איך דיר איך וועל זאגען פון דעם סליחות און דו נעם עס אן כאילו איך האלט אין האנט א גיטאר...

און האט אנגעהויבן זאגען הויעך... אשרי יושבי... און אזוי ווייטער.

די אלע ארומיגע זענען שאקירט געווארען פון די חוצפה און די עקירת הדת און מנהגים

און מען איז געלאפען צו רבי'ן און איהם דערציילט. און דער דער רבי האט זיך פארטראכט א מינוט און זיך אנגערופען...

אה! ענק האבען נישט קיין אהנונג וואס פאר א טומעל דאס האט אויפגעטוהן אויבען אין הימל.
 
א ליטווישער ראש ישיבה איז געגאנגען אויף דער גאס ווען פלוצלינג איז א טויב איבער אים געפלויגן און אויף אים אוניגעשמירט. דער ראש ישיבה האט מיט כעס געענטפערט: "אזוי איז די דור-אראפגאנג, מיט יונתן בן עוזיאל יעדע טויב וואס איז איבער אים געפלויגן וואלט פארברענט געווארן. אבער דאך האט זי געהאט א קליין "ביעתותא".
 
ל"ג בעומר אין מירון, איז געווען א הויך-רעדנער פאר השבת אבידה, און מען האט געמאלדן: שושנה, דיין מאן ווארט אויף דיר אין קבר.
 
לעצט רעדאגירט:
מען האט מסביר געווען פארן חתן וואס האט זיך געוואונדערט פארוואס ער האט נישט באקומען א מתנה א שופר אין חודש אלול, אז אין שטוב איז שוין דא איינער וואס וועט כסדר בלאזן, עס פעלט נישט אויס.😂
 
מען האט מסביר געווען פארן חתן וואס האט זיך געוואונדערט פארוואס ער האט נישט באקומען א מתנה א שופר אין חודש אלול, אז אין שטוב איז שוין דא איינער וואס וועט כסדר בלאזן, עס פעלט נישט אויס.😂
נו שוין, מיין קאפ איז פארשטאפט, ס'גלייך געגאנגען צי מאחורי.. 😂
 
א ליטווישער ראש ישיבה איז געגאנגען אויף דער גאס ווען פלוצלינג איז א טויב איבער אים געפלויגן און אויף אים אוניגעשמירט. דער ראש ישיבה האט מיט כעס געענטפערט: "אזוי איז די דור-אראפגאנג, מיט יונתן בן עוזיאל יעדע טויב וואס איז איבער אים געפלויגן וואלט פארברענט געווארן. אבער דאך האט זי געהאט א קליין "ביעתותא".
ר' ברוך מרדכי אזרחי
 
א קריעטיוו בחור איז געווארן א חתן שפעהטער ווי די נארמע האט ער צוקער זיס איינגעליידנט די חברים צום שמחה.

1000117213.webp

1000127406.webp
 
Back
Top