מילתא דבדיחותא

רבי איך וויל לעבן אויף אייביג.
האב חתונה.
און דעמאלטס וועל איך לעבן אויף אייביג?
ניין. אבער וועסט אויפהערן צי וועלן….
 
רבי איך וויל לעבן אויף אייביג.
האב חתונה.
און דעמאלטס וועל איך לעבן אויף אייביג?
ניין. אבער וועסט אויפהערן צי וועלן….
ביים אדם הראשון נאהכען טועם זיין פון דעם עץ הדעת מיט זיין פרוי, האט מען איהם פארטריבען פון
גן עדן,טאמער וועט ער עסן פון עץ החיים - ואכל וחי לעולם - זעהט ער האט נאך גיהאט שלום בית .
 
נישט אין בני יששכר גערעדט…
IMG_1483.webp
 
א אידל זיצט ביי זיך אינדערהיים און מען קלאפט ביים טיהר.

זיין ווייב קומט איהם זאגען אז ביים טיהר שטייט דער סאקמר רבי און יואלי לאנדאו.

פרעגט ער זיין ווייב, וועמען זאהל איך אויפנעמען ערשט?

זאגט זיין ווייב, דער סאקמרער רבי, ווייל איהם דארפסטו נאר קושען די האנט...
 
אין וויליאמסבורג איז געווען א ספרים געשעפט וועליכע האט אויפגעהאנגען א שילד...

לכבוד כ"א כסליו, אלע ספרי רבינו הקדוש איז 50% ביליגער

א ליטוואק גייט אדורך אין נעמט א סעט משניות

פרעגט איהם דער איינגעטימער, וואס איז פשט?

פרעגט איהם דער ליטוואק, האסט גשריבען אלע ספרי רבינו הקדוש,
ווער האט געשריבען די משניות? נישט רבינו הקדוש ?

גייט צו דער איינגעטימער צום שילד אין שרייבט צו אלע ספרי רבינו הקדוש והטהור
 
נעכטען ביינאכט האט מען געצינדען דריי לעכט.

איך וויל זיך נישט גרויס האלטען אבער איך מעג נאך צינדען מיט א ברכה
 
געהערט פון א רב א גוטע סגולה פאר שלום בית.

מען דארף מכבד זיין די ווייב'ס משפחה מער ווי די אייגענע.

למשל...

מיין ווייב'ס שווער און שוויגער בין איך אסאך מער מכבד, ווי מיין אייגענע שווער און שוויגער
 
לעצט רעדאגירט:
געוועהן א סקווירער אינגערמאן וועליכע האט געוואוינט אין סקווערער שטעטעל, וואס מען האט איהם געכאפט מיט די שרעקליכער עבירה... ער איז געפארען קיין אומאן

מען האט איהם אויפ'ן פלאץ ארויסגעקאפעט.

האט ער זיך אנגערופען צו זיי... איך האב געהערט אז ר' נחמן שלעפט ארויס פון גיהנם, אבער אזוי שנעל?
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top