מילתא דבדיחותא

רבי איך וויל לעבן אויף אייביג.
האב חתונה.
און דעמאלטס וועל איך לעבן אויף אייביג?
ניין. אבער וועסט אויפהערן צי וועלן….
 
רבי איך וויל לעבן אויף אייביג.
האב חתונה.
און דעמאלטס וועל איך לעבן אויף אייביג?
ניין. אבער וועסט אויפהערן צי וועלן….
ביים אדם הראשון נאהכען טועם זיין פון דעם עץ הדעת מיט זיין פרוי, האט מען איהם פארטריבען פון
גן עדן,טאמער וועט ער עסן פון עץ החיים - ואכל וחי לעולם - זעהט ער האט נאך גיהאט שלום בית .
 
נישט אין בני יששכר גערעדט…
IMG_1483.webp
 
א אידל זיצט ביי זיך אינדערהיים און מען קלאפט ביים טיהר.

זיין ווייב קומט איהם זאגען אז ביים טיהר שטייט דער סאקמר רבי און יואלי לאנדאו.

פרעגט ער זיין ווייב, וועמען זאהל איך אויפנעמען ערשט?

זאגט זיין ווייב, דער סאקמרער רבי, ווייל איהם דארפסטו נאר קושען די האנט...
 
אין וויליאמסבורג איז געווען א ספרים געשעפט וועליכע האט אויפגעהאנגען א שילד...

לכבוד כ"א כסליו, אלע ספרי רבינו הקדוש איז 50% ביליגער

א ליטוואק גייט אדורך אין נעמט א סעט משניות

פרעגט איהם דער איינגעטימער, וואס איז פשט?

פרעגט איהם דער ליטוואק, האסט גשריבען אלע ספרי רבינו הקדוש,
ווער האט געשריבען די משניות? נישט רבינו הקדוש ?

גייט צו דער איינגעטימער צום שילד אין שרייבט צו אלע ספרי רבינו הקדוש והטהור
 
נעכטען ביינאכט האט מען געצינדען דריי לעכט.

איך וויל זיך נישט גרויס האלטען אבער איך מעג נאך צינדען מיט א ברכה
 
געהערט פון א רב א גוטע סגולה פאר שלום בית.

מען דארף מכבד זיין די ווייב'ס משפחה מער ווי די אייגענע.

למשל...

מיין ווייב'ס שווער און שוויגער בין איך אסאך מער מכבד, ווי מיין אייגענע שווער און שוויגער
 
לעצט רעדאגירט:
געוועהן א סקווירער אינגערמאן וועליכע האט געוואוינט אין סקווערער שטעטעל, וואס מען האט איהם געכאפט מיט די שרעקליכער עבירה... ער איז געפארען קיין אומאן

מען האט איהם אויפ'ן פלאץ ארויסגעקאפעט.

האט ער זיך אנגערופען צו זיי... איך האב געהערט אז ר' נחמן שלעפט ארויס פון גיהנם, אבער אזוי שנעל?
 
לעצט רעדאגירט:
דריי מענטשען האבען זיך איינגעשריבען צו ארבייטען ביי די סי... איי... עי...

נאכען אדורען גיין טרעינינג פאר איטליכע חדשים האט מען זיי גענומען אויף א פארהער.

נאך א שווערער פארהער בכתב האט מען זיי אריינגרופען אין א ציממער און געזאגט...

די לעצטע פראבע איז... נעם דעם ביקס און גיי אריין אין דעם אנדערען ציממער, דארט זיצט דיין ווייב, גיי און הרגע איהר.

די ערשטע פאנגט זיך אן צו פארענטפערען אז ער קען נישט און פארוואס?

פארפאלען, זאגט מען איהם, עס איז נישט פאר דיר.

דערנאך גייט דער צווייטער און ער נעמט דעם ביקס און גייט אריין און נאך אפאר מינוט קומט ער ארויס ווייענענדיג און זאגט, אנטשולדיגטס איך קען עס נישט טאהן.

נאך דעם רופט מען דער דריטער און ער גייט אריין און מען הערט שיסען 5 מאהל 6 מאהל...

דערנאך הערט מען געפערליכע קולות און שרייען מען הערט אויך האקען זעצען צוברעכען בענקלעך און דער פענסטער ווערט צובראכען און נאך דעם... שאא שטיל

ער קומט ארויס און זאגט...

דער משוגענער וועליכע האט מיר געגעבען דעם ביקס האט אריינגעלייגט פאלשע בולעטס איך האב געמוזט דערווערגען די מכשיפה
 
איך האב אמאהל אריינגעטראכט. ווי אזוי זאגט מען דיסאפוינטעד (disappointed) אויף אידיש.

נישט נאר איך ווייס נישט נאר וועמען איך האב געפרעגט האט אויך נישט געוויסט. אפי דער רב.

איז מיר איינגעפאלען אן עצה. איך בין געגאנגען צו מיין באבע וועליכע איז 98 יאהר אלט און רעדט נאר אידיש מסתמא וועט זי וויסען.

אבער איך האב נישט געוואלט סתם אזוי פרעגען, האב איך געפרעגט אזוי...

באבי אפשר וואלסטו געוואלט איך זאהל קומען צו דיר אויף שבת? מיט אלע קינדער אייניקלאך?

אוי זאגט זי, עס וועט מיר דערפרייען דאס הארץ איך וועל באקען אסאך מזונות און קאכען זייער גוטע עסען פאר אייך אלע און קויפען גוטע נאשערייען. און שפילצייג.

און אויב עס מאכט זיך אז איך קען נישט קומען? פרעג איך

ענטפערט זי, אזוי וועל איך זיין זייער דיסאפוינטעד
 
אין וויליאמסבורג איז געווען א ספרים געשעפט וועליכע האט אויפגעהאנגען א שילד...

לכבוד כ"א כסליו, אלע ספרי רבינו הקדוש איז 50% ביליגער

א ליטוואק גייט אדורך אין נעמט א סעט משניות

פרעגט איהם דער איינגעטימער, וואס איז פשט?

פרעגט איהם דער ליטוואק, האסט גשריבען אלע ספרי רבינו הקדוש,
ווער האט געשריבען די משניות? נישט רבינו הקדוש ?

גייט צו דער איינגעטימער צום שילד אין שרייבט צו אלע ספרי רבינו הקדוש והטהור
דאס איז טאקע א joke אבער אן אמתע מעשה..
 
  • שמייכל
רעאקציעס: Yesh
אין וויליאמסבורג איז געווען א ספרים געשעפט וועליכע האט אויפגעהאנגען א שילד...

לכבוד כ"א כסליו, אלע ספרי רבינו הקדוש איז 50% ביליגער

א ליטוואק גייט אדורך אין נעמט א סעט משניות

פרעגט איהם דער איינגעטימער, וואס איז פשט?

פרעגט איהם דער ליטוואק, האסט גשריבען אלע ספרי רבינו הקדוש,
ווער האט געשריבען די משניות? נישט רבינו הקדוש ?

גייט צו דער איינגעטימער צום שילד אין שרייבט צו אלע ספרי רבינו הקדוש והטהור
איך מיין ביי איינהארן
 
Back
Top