מיסטעריעזע דראונס אין די הימלען פון ניו דזשערסי

איך האב מורא אז חברה חלומען

ס'איז מסתם רעגולער סטאף, ווי קליינע פליגערס און דראונס וואס מענטשן שפילן זיך מיט, וכדומה, און איינער האט אנגעהויבן מאכן א מצב און יעדער שרייעט נאך.
 
איך האב מורא אז חברה חלומען

ס'איז מסתם רעגולער סטאף, ווי קליינע פליגערס און דראונס וואס מענטשן שפילן זיך מיט, וכדומה, און איינער האט אנגעהויבן מאכן א מצב און יעדער שרייעט נאך.
זעהט אויס די האסט נישט געזעהן קיין ווידיאו פון די דראונס, ס׳איז גרעסער ווי א חתן כלה דירה אין וויליאמסבורג
 
ווי קען מען זעהן ווידעאס? איך האב נאר געזעהן צוויי דריי אומקלארע ווידעאס פון אפאר לעקטערלעך אין הימל.

אויך, ווי קען מען דאס גיין זעהן?
 
where is the US Army? shoot down a few and see what it is? unless those drones are actually from the army...
 
איך טריי צו כאפן פארוואס אין די וועלט די חברה שיסן עס נישט פלעין אראפ
געגאנגען!!
פארוואס טראכט איך אז אויב וועט עס אנגיין ביז טראמפ'ס צייטן וועט עס די ערשטע טעג ווערן אראפגעשאסן?
 
איך טריי צו כאפן פארוואס אין די וועלט די חברה שיסן עס נישט פלעין אראפ
געגאנגען!!
פארוואס טראכט איך אז אויב וועט עס אנגיין ביז טראמפ'ס צייטן וועט עס די ערשטע טעג ווערן אראפגעשאסן?
דעיס דערמאנט מיר אביסעל פון דו טשיינע בְּלָאנֶען דעמאלטס האבן דו רעפאבליקאנער קודם פארפירט פארוואס ביידען שיסט נישט אראפ די בלאן
און נאכדעם ווען ביידן האט עס אראפגעשאסן זענען די רעפובליקאנער געווארן ווילד אז אמעריקע צאלט אזויפיל געלט ארפצושיסן שטיינער בלאנען
 
ווייל דו נוצט נישט קיין קריטיקל טינקינג.
ער טראכט דוקא זייער גוט. אין אזאלכע סארט צייטן באלאנגט פאר טראמפ אריין צו קומען, ער לעבט אויף דערפון, ער ווייזט בעלות אזוי ווי אהרן מיט א המ"ר אין קרית יואל, מאכט א מצב פון א אומוויכטיגע אומקאנסעקווענציאנאלע סיטואציע און בלאזט דאס אויף

משא"כ פרעזידענטן און רעגירונגען וואס זענען פארנומען מיט וויכטיגע זאכן מיט סובסטאנץ, האבן נישט קיין צייט פאר קיין סאשעל מידיא פעד'ס און סענזאציעס
 
אקעי, לאמיר מאכן אביסל סדר דא, נישט אז איך ווייס וואס טוט זיך אין ניו דזשערסי אדער מיט דראונס, זיכער ווייס איך נישט וואס די גאווערמענט באהאלט אלץ פון אונז, אבער נאכן זען אפאר ווידעאס, און מיטהאלטן די נייעס, מיין איך אז עס איז נישט אזוי שווער אריינצורעדן.

אין ענגלאנד ביי די געטוויק עירפארט אין יאר 2018 איז פארגעקומען אן אינצידענט מיט א דראון וואס מאנכע האבן באמערקט, צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, עס האט צוגעפירט צו בערך 1000 פליגערס ווערן אפגערופן אדער פארשפעטיגט, עס האט אריינגעפירט די אטאריטעטן צו א מיליאן דאלאר'דיגע אויספארשונג, די פאניק ארום האט צוגעפירט צו מער רעפארטינגס ארום דראונס אין די געגנט, אבער בסופו של דבר איז עס בכלל נישט געווען קיין גרויסע זאכן און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין כמעט א שאד די צייט...
פארוואס דערצייל איך עס? פשוט ארויסצוברענגען וואס אומוויכטיגע פאניק און אויספארשונגען קען אלס אפקאסטן..

נאך אן אנעקדאט, מיט בערך א וואך צוריק איז א מענטש אין קאליפארניע ארעסטירט געווארן - פארן פליען מיט א דראון העכער פראטעקטעד עירספעיסעס. און איך ברענג דאס ארויס שלא יאמרו אז די רעגירונג קען די מעשיות נישט נעמען ערענסט...


צוריק צו ניו דזשערסי. ווען מ'זעט די ווידעאס דארף מען צוערשט אינאכט נעמען אז מ'קען זייער שוואך זען פון א ווידעא געכאפט דורך א סמארטפאן, און גראדע צו מיר זעען רוב ווידעאס ענדערש אויס ווי קליינע אדער גאר גרויסע פליגער, אבער נאכאמאל, מ'קען נישט קיין סאך זען דערפון, און יתכן מ'דארף נעמען די וואס זעען עס לייוו אויפן ווארט..

איך פארשטיי די פראסטרירונג פון דאס אז די גאווערמענט איז אביסל שלייבעריש דערביי, בפרט ווען עס קומט צו בעסער קאמיוניקירן איבער דעם מיטן פאבליק. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען פארשטיין אז איידער זיי זאגן סיי וועלכע סטעיטמענט דארפן זיי זיין זיכער מיט זיך, און שטעל דיר נאר פאר אויב קומען זיי גלייך ארויס אז עס איז גארנישט און עס שטעלט זיך ארויס פארקערט, אדער גאר אז עס איז יא דא וואס צו פאניקן און עס שטעלט זיך ארויס אז נישט - די סקרוטעני וואס זיי וואלטן באקומען איז אין לשער, ממילא פון זייער פערספעקטיוו לוינט זיך זיכער צו גיין מיט מער געדולד און שטייטער.
וואס זאל מען אבער טון אז מ'לעבט אין א קאנספיראציע עידזש, און יעדע קליינע שמויגער האט א מויל אויף סאציאלע מידיע און יעדע קלייניקייט קען זיך דעקייקלען צו א מאסיווע קאנספיראציע טעאריע נאך איידער די אמת האט א שאנס ארויסצוקומען פון בעט..
און איך מאך נישט אוועק די טענה אז די רעגירונג מעג זיך פראבירן צוצושטעלן בעסער און זיין געשיקטער ווען ס'קומט צו אזעלכע מצבים - בפרט אויב זיי זעען א קאנספיראציע אין די מעיקינג.. עס זאגט אונז אבער מיט דעם אלעם נישט קיין סאך איבער וואס עס קומט יא פאר..

בנוגע די פוטידזש אליין. דא האט איר צוויי ווידעאס וואס גייען זייער קלאר אריבער א טייל דערפון און ווייזן אויף אז עס איז נישט מער ווי פשוט'ע פליגער וואס מענטשן זענען נישט גוט אין אידענטיפיצירן:

View: https://www.youtube.com/watch?v=WfuTNgS1prk

View: https://www.youtube.com/watch?v=u3USXmYaqn0


זיי ברענגען מער ווייניגער ארויס, אז ווען מ'גייט נאך די דאטא איבער פליגערס (פלייט-טרעקער וכדו') אין די צייטן וואס די ווידעאס זענען געכאפט זעט מען אז כמעט אלע פון זיי זענען פשוטע פליגער.
זיי ברענגען אויך ארויס ווי רוב פון די ווידעאס ווערן געכאפט אין געגענטער נאנט צו עירפארטס, און ס"ה די נויז אין די מידיע מאכט אז מער מענטשן זאלן עס אבזערווירן און אפכאפן - פירענדיג צו מער נויז, וחוזר חלילה.
אויך ברענגען זיי ארויס אז קליינע פריוואטע דראונס איז זייער שווער אויפצוכאפן (אפגערעדט אפשטעלן) דורך די אטאריטעטן, ובפרט יעצט ווען מער מענטשן פליען דערמיט פראבירענדיג אויפצוכאפן די 'שרעקעדיגע דראונס'..

רעדענדיג פון דעם איז טאקע אינטרעסאנט אנצומערקן אז כמעט אלע פון די ווידעאס זענען געכאפט ביינאכט ווען מ'זעט כמעט גארנישט אויסער לעמפלעך.


און נאכאמאל, איך ווייס נישט וואס די אנהייב פון די מעשה איז, צו עס זענען בכלל דא דראונס, און זיכער נישט צו זיי זענען שרעקעדיג אדער א סעקיוריטי אישו. אזויפיל יא, קענענדיג היומען סייקאלעדזשי ובפרט קענענדיג די ענווייראמענט היינטצוטאגס ווייס איך אז אזעלכע זאכן קענען רואיגערהייט זיין אויפגעבלאזן פי כמה פון וואס עס איז באמת, וואס דאס אליין פירט צו מער ווידעאס און מער פאניק, און אויך צו מער עכטע דראונס אין די לופטן. עס פירט פארשטייט זיך גלייך צו גרעסערע און מער שרעקעדיגע טעאריעס און שפעקולאציעס. אבער בסופו של דבר מיין איך אז מ'קען שלאפן רואיג, בפרט נאך וואס עס איז נישט די ערשטע אזא סקאנדאל מיט די רעגירונג (וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אריבערצוגיין בשלום)..
 
לעצט רעדאגירט:
די אינטערסאנטע חלק איז, אז פאר וואכן לאנג האט מען געהערט אז אין איין ספעציפישע געגענט אין ניו דזשערזי זעהט מען דראונס יעדע נאכט, אזוי אויך האט מען גערעדט פון גרויסע דראונס די סייז פון א קאר, און אז סמאכט אינטערסאנטע מאנעווערס.

אבער איינמאל די נייעס האט זיך פארשפרייט ווי א פייער האט מען אנגעפאנגן הערן רעכטס און לינקס פון אומצאליגע דראונס אין אלע געגענטער אין ניו דזשערזי און אין די ארומיגע סטעיטס.

סאיז גאנץ קלאר אז דאס איז פון די פאניק וואס האט ארומגענומען די אלגעמיינע גאס, און זיי מיס-אידענטיפעצירן יעדע פליגער פאר א דראון, אבער דאך איז אינטערסאנט צו וויסן וואס די ארגינעלע דראון באריכטן זענען געווען, ווייל יענץ זעהט יא אויס צו זיין מער קראנט.
 
וואס איך קען נישט פארשטיין, וויאזוי אפיציעלע קנאקערס האבן זיך געאייסערט, אז מ'דארף פלעין און פשוט אראפשיסן די דראונ'ס.
כ'מיין? שומו שמים, און אויב איז עס פשוט'ע ציווילע פליגערס. א מין צודרייטע וועלט.
 
וואס איך קען נישט פארשטיין, וויאזוי אפיציעלע קנאקערס האבן זיך געאייסערט, אז מ'דארף פלעין און פשוט אראפשיסן די דראונ'ס.
כ'מיין? שומו שמים, און אויב איז עס פשוט'ע ציווילע פליגערס. א מין צודרייטע וועלט.
נאך מער, פארוואס אראפשיסן דראונס בכלל? עס איז לעגאל.

גיי ארויף אנליין און קוק וואספארא דראונס Dji האט צו פארקויפן. ריזיגע פלי מאשינען און פארשטייט זיך אויך גאר קליינע און אלעס אינדערמיט.

מ'קען אין בעסטן פאל פארלאנגען אז מ'זאל מאכן נייע רעגולאציעס.

געוואלד! די טרו וועי איז פיל מיט גרויסע טרעילערס, וואס טראגן זיי דארט? פון וואו צו וואו? קיינער דארף נישט אזויפיל סופלייי, ס'איז א טרעלער פער מענטש א וואך. טויזנטער טרעקטאר טרעילערס. עס קומט פון א צפון קארעא געהיימע מאמע-ווערהויז.... מען ברויך אריינברענגן די עיר פארס זאל באמבאדירן די טרעילארס.

הערסט א חוצפה, ביידען מאכט זיך אפילו נישט וויסענדיג פון די טרעילארס.
 
אויב איז דא א טרעלער פער מענטש פער וואך, מיין איך אז מען דארף עס נאכפארשען.

אראפשיסען מיינט מען צו שיקען עף 16 דאס נאךפאלגען לכאורה.
 
Back
Top