מיט וועלכע טייל פון די היימישע כלל ישראל אידענטיפיצירסטו זיך‎?

מיט וועלכע טייל פון די היימישע כלל ישראל אידעטיפיצירסטו זיך‎?

  • מחנה א׳

    Votes: 9 13.4%
  • מחנה ב׳

    Votes: 10 14.9%
  • מחנה ג׳

    Votes: 18 26.9%
  • מחנה ד׳

    Votes: 30 44.8%
  • מחנה ה׳

    Votes: 0 0.0%

  • Total voters
    67
רוב על חטא'ס זענען סתם ליפטיגע זאכן. ס'איז אבער דא אינטערסאנטע זאכן וואס איז אינטערסאנט צו וויסן.
איך בין טאקע גאר נייגעריג אויב איינער האט שוין גענומען שוחד
 
ווי שוין דארך געטון דא אפאר מאל דורכן אנטראפעלאג @אלפא באשטייט די היימשע עולם פון בעיקר פיר מחנות.

מחנה א׳ = די קנאים מוחים דינען דער אייבערשטער מיט א ערנסקייט, לערנען אדער שטיפן אין כולל, מגיד שיעורים אדער אפילו ארבעטערס וואס מיינען זייער ערנסט אידישקייט.

מחנה ב׳ = זענען מער די אייוועלט סטייל אידן זיי ווילן הנאה פון די לעבן זיי זוכן ווי מער צי הנאה האבן פון דער וועלט אבער זיי האבן מורא פון גהנם מילא וועלן זיי מיטגיין מיטן שטראם, און ווען מען פילט שוין צי גילטי פאר די עבירות וועט מען עפענען א שנירל אויף אייוועלט אקעגן די היינטיגע מאדעס אדער פרעס, די בעש״ט האט זיי גערופן מצוות אנשים מלומדה אידן.

מחנה ג׳ = איז שטארק געווארען די לעצטע צען יאר, דאס נעמט אריין די טענק יו האשעם מאוומענט, מען פאוקעסט אויף ליב האבן די אייבערשטער אבער אין די זעלבע צייט טוט מען וואס מען וויל, אידישקייט איז מער ווייניגער א קולטור אזויווי אלע קולטורן אבער מען קען נאך אלץ טון וואס מען וויל.

מחנה ד׳ = זענען די טיפע טראכטער וואס זיכן צי אנקומען צום אמת, צומאל וועלן זיי ווערן באהאלטענע אפיקורסים, אבער זיי האקן נישט קיין לעבן בדרך כלל ווייל ביי זיי איז עטיקס און מאראל מחייב.

איך לייג דא צי א מחנה ה׳ = וואס דאס זענען די וואס זענען שוין אפציעל נישט אין די סיסטעם, אדער ווי מען רופט עס אפגעפארען.

ביטע וועלן פון וועלכע פון די גרופעס איר זענט.
ציווישען מחנה א און ב קומט נאך א מחנה, אזוי אויך ציווישען ב און ג.
 
ליפטיג? Some guts to say that on what our sages have designed for Yom Kippur
וואס איז האב (בעיקר) געמיינט איז אז עס איז ליפטיג, דהיינו נישט קיין מאטריעל פאר א זאכליכע פאול.

על חטא שחטאנו לפניך ביודעים ובלא יודעים.

פאול: האסטו שוין געזינדיג ביודעים? נאר בלא יודעים?

על חטא שחטאנו לפניך בריצת רגלים להרע

פאול: ביסטו שוין אמאל געלאפן טון אן עבירה?

ווייסעכמיין?
 
הוי זהיר בגחלתן
סתם אלס עצה טובה: דא איז נישט קיין פלאץ פאר מוסר, עס זענען דא גענוג פארומס צו פארשפרייטן יודישקייט, דא דרייען זיך אלע מיני יודן, אריינגערעכנט אטעאיסטן און שרייבן "הוי זהיר" און "some guts" פארחזירט נאר דעם שמועס, אויב די קאנטענט דא טוט דיר אויפשוידערן איז אפשר צייט פאר דיר צו טרעפן אן אנדערע פארום
 
פארוואס? וואלסט געקענט מאכן "האסט שוין אמאל געזינדיגט מיט שיקור עין.
 
סתם אלס עצה טובה: דא איז נישט קיין פלאץ פאר מוסר, עס זענען דא גענוג פארומס צו פארשפרייטן יודישקייט, דא דרייען זיך אלע מיני יודן, אריינגערעכנט אטעאיסטן און שרייבן "הוי זהיר" און "some guts" פארחזירט נאר דעם שמועס, אויב די קאנטענט דא טוט דיר אויפשוידערן איז אפשר צייט פאר דיר צו טרעפן אן אנדערע פארום
סתם אן עצה טובה לאז יעדן זאגן וואס ער האט צו זאגן. אויב שטערט דיר עס אפשר דארפסטו טרעפן א אנדערע אשכול. טאלעראנץ גייט ביידע וועגן
 
סתם אן עצה טובה לאז יעדן זאגן וואס ער האט צו זאגן. אויב שטערט דיר עס אפשר דארפסטו טרעפן א אנדערע אשכול. טאלעראנץ גייט ביידע וועגן
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז דו פארשפרייטסט יודישקייט דא, דו סאונדס זייער אויפגעברויזט און צושוידערט ווען שרייבער דא שרייבן אנדערש ווי דיין ביליעף אין יודישקייט, מיר האבן געהאט דא א שרייבער @שמייכל וואס האט אזוי געשריבן (פלאס זיינע שיינע טיטלען אויף יעדן) און ער האט פארחזירט יעדן שנירל וואס האט געהאט א שמץ פון ציונות (גראדע האט ער געהאט אסאך אייגענע תוכנדיגע ארטיקלן)
 
Back
Top