מיט וועלכע טייל פון די היימישע כלל ישראל אידעטיפיצירסטו זיך‎?

  • מחנה א׳

    Votes: 7 13.7%
  • מחנה ב׳

    Votes: 8 15.7%
  • מחנה ג׳

    Votes: 14 27.5%
  • מחנה ד׳

    Votes: 22 43.1%
  • מחנה ה׳

    Votes: 0 0.0%

  • Total voters
    51

המן טאש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,377
פונקטן
213
ווי שוין דארך געטון דא אפאר מאל דורכן אנטראפעלאג @אלפא באשטייט די היימשע עולם פון בעיקר פיר מחנות.

מחנה א׳ = די קנאים מוחים דינען דער אייבערשטער מיט א ערנסקייט, לערנען אדער שטיפן אין כולל, מגיד שיעורים אדער אפילו ארבעטערס וואס מיינען זייער ערנסט אידישקייט.

מחנה ב׳ = זענען מער די אייוועלט סטייל אידן זיי ווילן הנאה פון די לעבן זיי זוכן ווי מער צי הנאה האבן פון דער וועלט אבער זיי האבן מורא פון גהנם מילא וועלן זיי מיטגיין מיטן שטראם, און ווען מען פילט שוין צי גילטי פאר די עבירות וועט מען עפענען א שנירל אויף אייוועלט אקעגן די היינטיגע מאדעס אדער פרעס, די בעש״ט האט זיי גערופן מצוות אנשים מלומדה אידן.

מחנה ג׳ = איז שטארק געווארען די לעצטע צען יאר, דאס נעמט אריין די טענק יו האשעם מאוומענט, מען פאוקעסט אויף ליב האבן די אייבערשטער אבער אין די זעלבע צייט טוט מען וואס מען וויל, אידישקייט איז מער ווייניגער א קולטור אזויווי אלע קולטורן אבער מען קען נאך אלץ טון וואס מען וויל.

מחנה ד׳ = זענען די טיפע טראכטער וואס זיכן צי אנקומען צום אמת, צומאל וועלן זיי ווערן באהאלטענע אפיקורסים, אבער זיי האקן נישט קיין לעבן בדרך כלל ווייל ביי זיי איז עטיקס און מאראל מחייב.

איך לייג דא צי א מחנה ה׳ = וואס דאס זענען די וואס זענען שוין אפציעל נישט אין די סיסטעם, אדער ווי מען רופט עס אפגעפארען.

ביטע וועלן פון וועלכע פון די גרופעס איר זענט.
 
האסט טענות אויף המן.... נעקסט טיים האק מער ביי די מגילה.....
אקעי, קאם אן, איך דארף דיר ריפן מיט ביידע פון דיינע נעמען יעדעס מאל? דיין זון ישראל אברהם יוחנן נפתלי ריפסטו אויך מיט אלע נעמען יעדע מאל אדער דו ריפסט אים שראלי?
 
איך זע יעצט נעכטן האסטו געפענט כמעט די זעלבע פאול, איך האף אז מען וועט מיך נישט שמייסן אויוון אין הימל דערפאר...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אזאלכע שקרים צו רעדן!!!!
רעדסט מיך נישט איין אונז האב מיר דא אויף קרעמל פון מחנה א, חוץ אויב עטץ זענטס ערענסטע בעלי דמיונות...
 
איך מיין האסט אויסגעלאזט א זייער יוניק מחנה (מחנה ו) כאטש קליין איז עס א מחנה פאר זיך. (בדרך כלל זענען די מענטשן אמאל געווען אין מחנה ה און זיך געסעטעלט אין מחנה ו) .
דאס זענען מענטשן וואס זענען געקומען צו אן אנערקענונג אז די באשעפער איז א גוטער און וויל מען זאל הנאה האבן פון זיין וועלט. דאס הייסט אויב וואלט די באשעפער געוואלט איך זאל פאסטן וואלט איך עס געטון, אבער וואס זאל איך טון אז די באשעפער וויל איך זאל לעבן א גוטן טאג?! ממילא לעב איך א גוטן טאג. די זענען בדרך כלל גוטע אפענע קען וואס זענען אין די יונגערע יארן געווען זייער פרום (מחנה א) שפעטער אנגעהויבן טראכטן (מחנה ה) און געענדיגט אין מחנה ו.
איך קען נישט רעדן פאר א צווייטן אבער איך מיין אז הרב יצחק לעווי איז דארט. און אסאך וואס לעבן מיט תורת הרב קוק
 
אפשר שמועסטט אויס? וואפארא סארט רעליגיע איז דאס? וואס האט אים אויסגעפעלט צו שרייבן 613 באפעלן ווען סך הכול וואס ער וויל איז אז אונז זאלן האבן א גוטן טאג?
 
האבן א גוטע טאג איז נישט דוקא די זעלבע ווי א גוטע לעבן. דער וואס איז היי אויף דראגס האט א גוטן טאג אבער א מיזערעבל לעבן.
 
אפשר שמועסטט אויס? וואפארא סארט רעליגיע איז דאס? וואס האט אים אויסגעפעלט צו שרייבן 613 באפעלן ווען סך הכול וואס ער וויל איז אז אונז זאלן האבן א גוטן טאג?
ע״מ שתלמודני כל התורה על רגל אחת…
אבער בקיצור, די 613 איז א היכי תמצא לפי אונזער מזג הגוף צו לעבן די בעסטע לעבן, עז א כלל.
וועגן דעם איז אונזער תורה נישט אוניווירסעל פאר אלע פעלקער.
מיט דעם קען מען פארשטיין עבירה לשמה. און נאך.
עס איז א טיפע תורה/פיליזאפיע געבויעט אויף אסאך הקדמות, פון ג׳נערעל פיליזאפן, ביז טראדעשענעל און קאנטערווערסעל מהלכים ביי אידן ווי מהר״ל, קבלה, חסידות, איזשביצא, און נאך
 
איך מיין האסט אויסגעלאזט א זייער יוניק מחנה (מחנה ו) כאטש קליין איז עס א מחנה פאר זיך. (בדרך כלל זענען די מענטשן אמאל געווען אין מחנה ה און זיך געסעטעלט אין מחנה ו) .
דאס זענען מענטשן וואס זענען געקומען צו אן אנערקענונג אז די באשעפער איז א גוטער און וויל מען זאל הנאה האבן פון זיין וועלט. דאס הייסט אויב וואלט די באשעפער געוואלט איך זאל פאסטן וואלט איך עס געטון, אבער וואס זאל איך טון אז די באשעפער וויל איך זאל לעבן א גוטן טאג?! ממילא לעב איך א גוטן טאג. די זענען בדרך כלל גוטע אפענע קען וואס זענען אין די יונגערע יארן געווען זייער פרום (מחנה א) שפעטער אנגעהויבן טראכטן (מחנה ה) און געענדיגט אין מחנה ו.
איך קען נישט רעדן פאר א צווייטן אבער איך מיין אז הרב יצחק לעווי איז דארט. און אסאך וואס לעבן מיט תורת הרב קוק
וואס איז מחנה ו' ?
 
אז די תגובה איז פאר דיר נישט גענוג מסביר וואס עס איז, ביסטו לכאורה נישט דארט
אהא איך האב נישט געליינט דיין אנהויב ווי דו זאגסט וועגן א מחנה ו' סארי..

אבער למעשה זאגסטו נישט ווי דעי מענטשן פון מחנה ו' זענען זענען זיי אין די סיסטעם צו נישט..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ע״מ שתלמודני כל התורה על רגל אחת…
אבער בקיצור, די 613 איז א היכי תמצא לפי אונזער מזג הגוף צו לעבן די בעסטע לעבן, עז א כלל.
וועגן דעם איז אונזער תורה נישט אוניווירסעל פאר אלע פעלקער.
מיט דעם קען מען פארשטיין עבירה לשמה. און נאך.
עס איז א טיפע תורה/פיליזאפיע געבויעט אויף אסאך הקדמות, פון ג׳נערעל פיליזאפן, ביז טראדעשענעל און קאנטערווערסעל מהלכים ביי אידן ווי מהר״ל, קבלה, חסידות, איזשביצא, און נאך
איך הער אין טעאריע, אבער וויאזוי פינקטליך מאכט דוקא קויפן פלייש געשחטן מיט א מעסער פאר טייער געלט בעסער דאס לעבן? וכהנה רבות?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך הער אין טעאריע, אבער וויאזוי פינקטליך מאכט דוקא קויפן פלייש געשחטן מיט א מעסער פאר טייער געלט בעסער דאס לעבן? וכהנה רבות?
אז די ווילסט קען מען עפענען א עקסטערע שנירה פאר דעם. איך וויל נישט פארדרייען די שנירל.
אין קורצן אויף דיין דוגמא, עס לערנט אויס נישט צו זיין קיין אכזר, זיך אפהאלטן פון עסן אלעס ווי א בהמה און נאך.
עס איז א קומה שלימה
 
איך וואלט זיי געלייגט אין מחנה ד. מחנה ד זענען לאו דוקא אפיקורסים, זיי זענען טיפע טראכטערס וואס דאס קען ברענגען כפירה ווי אויך יצחק לאווי סטייל מענטשן. איך וואלט אריינגעלייגט מי אני אין מחנה ד אפילו ער איז נישט קיין אפקורוס, און אויך דער רמבם.
 
Back
Top