מײן ניער-דעטה עקספיריענס

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
121
רעאקציע ראטע
402
פונקטן
73
מײן צײט איז אנגעקומען. איך ליג אױפ'ן בעט, איך גיב מיך א צוהיס, חזר צום זיבן-הונדערטסן מאל דעם שמע ישראל, און איך פארמאך מײנע אױגן א לעצטע מאל. דאס איז עס, כ'האב אױסגעהױכט מײן נשמה און איך טרעף מיך שטײן פארנט פון בי"ד של מעלה. איך קוק מיך ארום, ס'הערשט אַן אומהײמליכער געפיהל. עפעס איז נישט אין ארדענונג. איך הײב אױף מײנע אױגן; אױגן נישט ממש אבער מײן נשמה, װאס קוקט אױס װי א יריעה פון א ספר תורה װעלכע שװעבט אין די לופטן, קען זעהן 3D פון אלע זײטן. בעצם 4D, װײל עס קען אױך פארן אױף דער טײם דימענשאן, אהין און צוריק. יעצט קוק איך פארנט פון מיר.

איך זעה א לענגליכגע טיש, באדעקט מיט א בּלויע פרוכת, האלב אפגעװעטשט און בליטשקעדיג מיט אמאליגע עמבּרױדערי אױסגעצירט. א טשענדאָליער מיט עכטע אױל לעמפ הענגט פון דאך. די לעמפלעך טראגן יעדע א מעטאַלענע לעילו נשמת בלעך. כ'זעה דארט א נר-נשמה פאר'ן בעל שם טוב, פאר ר' מענדל מרימונובער און פאר ר' שײע בן ר' מױשע. דער טיש דערמאנט מיך פון א בילד װאס כ'האב אמאל געזעהן פון די אינקװיזיציע פארהערן גאלילעאו גאַליליאִי. ארום דעם טיש זיצן א רײע אלטע אידן מיט לאנגע צעטײלטע בערד און די מערסט-מאדערנע קאמפיוטער סקרינס פארנט פון זײ. זײ זענען ביזי דורכלײענען מײן היסטארי. צװײ פון זײ ציען א ספעציעלע יראת-הכבוד. הויעך אן ברײט בײנערדיג מיט הױקענעס אױף זײערע אָדלער-נעזער. אױטאמאטיש, אהן עמיצער זאל מיר דארפן זאגן, פארשטײ איך שױן אז דיע צװײ זענען געװעזענע זאָנדער-קאמאנדאס פון די אױשװיץ גאז-קאמערן. דא האבן זײ באקומען די אױפגאבע פון שיקן די נײ דעפּאטירטע נשמות רעכטס אדער לינקס. די װאנט איז באדעקט מיט סקרינס אױף װעלכע עס שפיהלן זיך אױף אלע ערלײ זיכרונות פון מײן טשײלדהוד. א סקרוך לױפט מיר דורך די בײנער. פון אלע זײטן זעה איך מחנות פון אידן פון כל מיני עידזשעס, צעריסן און צעשליסענע בגדים מיט די געלע לאטעס אױף זײ, מחנות אזױ װײט װי די אױגן טראגן.

איך בין שאקירט. איך קוק מיך ארום. איך זוך. איך פרוביר צו טרעפן עפעס פרידליכע אױגן מיט װעמען איך זאל מיך אביסל הײמיש פיהלן אבער מײן מיה איז אױסגעװארפן. פון אלע עקן שיקט מען נאר שפיזיגע בליקן װעלכע שנײדן מײן זעהל װי ציפעדיגע ריטן. װאו זענען מײנע היראוס פון די פּעסט? װאו איז אײנשטײן, הענרי קאַװענדיש, פּאַוּל דײראַק אדער עֶרדאָס? אפילו לײַבּניץ איז נישטא צום געפינען. אפגעזען דאַרװין און האָוּקינס. זײ זענען מסתמא אין די טיפסטע גיהנוםס – בּלעק האולס און װילדע געדעכטע װעלדער אװאו חיות ראָנען װײלד. נעטשרול סעלעקשאן מײ אַרס.

די צונג קלעבט זיך מיר צו מײנע גומען. איך פרוביר אהננעמען א שטארקײט, א קאָנפידענץ. כ'ברױך מיך צוגרײטן צו רעדן, סוּן און מ'װעט מיר אנהױבן פרעגן די שאלות װאס מײן טאטע האט מיר אלעמאל געסטראשעט און געװארנט מ'װעט מיר פרעגן. "װאו ביסטו געװען פרײטאג װען יעדער האט אױסגעזאגט תהלים? און, "פארװאס האסטו נישט מעביר סדרה געװען יעדע װאך כדבעי?, און װען דו האסט שױן יא, װאספארא פשט האט דאס, אדורכרײסן דער פרשה ביז'ן סוף צװײ מאל און הערשט שפעטער לײענען דעם אונקלוס אױף אײן שאָס? ביסט אינגאנצן אױפ'ן קאפ געפאלן? דו מײנסט מ'קען עס אױפמאכן עז יוּ גאָ עלאָנג? מ'האט דיך דאך געלערנט, יעדע פסוק באזונדער צװײ מאל און תיכף אײן מאל דעם אונקלס אױפ'ן זעלבן פסוק. האסטיך געװאלט גרינגער מאכן, הא?"

ס'איז דא לדא נקשן. איך זעה די רעבעס אין חדר זענען אלע געװען גענױ גערעכט װען זײ האבן דעסקרײבד יענע װעלט. באלד װעט זיך דא אהנרוקן דער בעל ראשית חכמה און מ'װעט אנהויבן הענגען צינגען אױף נעגל. ס'װערט מיר נישט גוט. װאס זאג איך, װאס זאג איך? װיאזױ הײב איך אהן דא? אפשר דאך װעל איך געפינען א סימפאטישער אױער צװישן די פארזאמלטע? עפעס א משכיל אדער ציוני? איך פרוביר צו אפירזוכן מײנע ארבע כנפות. ס'איז נאך אײן זאך װאס איך האב מקפיד געװען צוטראגן פון צײט צו צײט; אפשר װעט יענע תנא פון די זונה מיט די ד' מאות זהובים ערשײנען מיט א כף זכות אױף מיר? הגם איך פלעג יא אױסטוהן די ציצית אײדער'ן באזוכן די זונות. אבער איך האב נישט געהאט קײן זונה װאס האט געװאלט חתונה האבן מיט מיר?! הלװאי, האַ? אבער מצד שני בין איך אױך פאר יארן אהנגעגאנגען אהן קײן סעקס בכלל. מ'שטײנס א שטיקל נזיר געװען. די איסײם פון מדבר יהודה, אפשר זײ? אה, נעה זײ זענען נוצרים געװארן. נו, עט-ליעסט שטעלט זיך ארױס איך בין אױף די גוטע רעלידזשען כאטשיג. װאס איז מיט די עובדי מצרים, דיע פון וירא את ענינו זו פרישות ד"א? אפשר װעלן זײ זאגן א גוט װארט?

קאָמאָן, ס'איז נישט אלעמאל געװען גרינג. עטס מײנטס אז אָפּפארן איז א לײכטער עסק? פרענגסט ענקערע חבירים, די שואה איבערלעבער, װעלכע האבן רוב רובם אױך אָפּגעפוצט. גוט, כ'האב נישט געהאט יענע צרות אבער מײנע רעבעס און עלטערן האבן כמעט אזױפיהל געקלאפט װי די קאַפאױס. און הענג, אָן א מינוט, טראכט איך צו מיר. זעכער איז אײנער פון זײ אויכעט א קאַפּוי, געװען. לאמיך זײ פרעגן. העלל, מ'זאגט אז דער בירך משה איז א קאַפּוי געװען. בּײ דע װעי, איז ער עראונד? כ'װיל שױן כמעט פרעגן צו רעבּ יואל האט למעשה הנאה געהאט פון יענע װעלט װען דער בירך איז רעבּע געװארן צו נישט? װײסט ער איז דער שפיטיװקער איז דער בעסטער דערװײל װאס מימיקט אים? און אז מ'האט שױן די געלעגנהײט, װאו איז רב קוק? און, װאס זענען הײנט די רעלעישאנס דא צװישן די דאזיגע צװײ? אײ מיען, רב קוק זעהט דאך שױן הײנט װאסערע שקצים די ציונים זענען און װי שטארק סאטמער איז זיך ב"ה צעװאקסן. רעב אהרן מאכט אפי' מענטשן װײנען בּײ הושענה רבא. גוט, ער האט נישט די בארד פון ר' זלמן לײב אבער ער זאגט ער פארשטײט שױן הײנט צו בױען בעסער װי ר' ז"ל. איך װינדער מיך צו דא װאטשט רבי יואל די פוּטבּאָל מיט התרגשות בשעת װאס רב קוק רײסט זיך ארום מיט אלע אין די גאװערנמענט. מײנט מען די שרים של אש.

מײנע מחשבות זענען איבערגעהאקט געװארן דורך א דינערדיגע שטומע. "דו װײסט װער איך בין?", פרעגט מיר אײנער פון די עלטערע אידן בײם טיש מיט א שנײ װײסע בארד און אזא הענטעלע קײטעל ארום זײן האלדז. אױף זײן סקרין איז צוגעסקאַטשטעיפט א געמאלענער למנצח מיט כל מיני שמות של הקב"ה. ער נעמט אזא זופ פון א בעכער װאסער פארנט פון אים, אױך אױסגעצירט מיט די ע"ב שמות דערױף, נישט בעפאר ער גיסט אביסל דערפון אראפ אױף דער ערד. עטליכע קליפּות קומען צולױפן אױף אלע פיהר און לעקן אפ די טראפן פון דר'ערד. זײ האבן צװײ הערנער , דרײ נעזער, אײנס צוקאליעטשט, און אײן װײדל װי ושתי. זײערע הױט שײלט זיך װי קליפות. זײ האבן פלעדערמױזן-פליגלען װי דימענס. ס'איז א פחד צוקוקן אױף זײ.

איך בין," איז ער װײטער ממשיך, "פון ר' שמעון בר יוחאי'ס חברײא הק', פון דער אדרא רבא חצות כולל, נו.. פון די "קבלה" אידן פון װעם דו האסט אזױ אפגעחוזקט דורכאױס דײן לעבן." ס'װערט מיר שװארץ פאר די אױגן. סאױ אפילו דער רמב"ם איז נישט קײן מאן דאמר דא? מײ גאָד, כ'האב קײנע אױסזיכטן נישט. בקיצור, כ'האב געװעיסטעד מײן לעבן טראכטענדיג אז סײענס, מיט רעשענאליזם און שכל איז די װעי טוּ גאוּ און יעצט הער איך אז װאלט איך װען געפאלגט די טעיפס פון לײבעלע װײנשטאק, ספר עת-לעשות און קב-הישר, מיט א תמימות װאלט איך געהאט דא אפאר בּאַדיס. אזױ בין איך אינגאנצן פארלוירן חלילה.

איך פרוביר מיך נאך אריענטירן, צוזאם נעמען מײנע מחשבות און אהננעמען די מוהט צורעדן און אַן אנדערער מִבֵּין המסובים האקט איבער מײן שנירל געדאנקען. ער זאגט אז ער איז דער בעל מגלה-עמוקות. פשיהא, ס'איז עפעס װי כאילו זײ האבן געװיסט צו טשוזן די ליעסט פּלעזענט פּיפּל אױף מײן ליסטע. איך װיל שױן כמעט פרעגן צו דער רמב"ן און דער אור הַחײַם זענען אױף די ראָטעֶ. אײ בּעֶט צאנזער רב, דער חתם סופר און ר' אליעזר פלקלס זענען דא די עולם הבא'דיגע װערזשאן פון דער אַפּעלאַט געריכט.

"עכ"פ, הױבט אהן א דריטער צו נעמען דאס װארט, איך װײס נישט צו דו האסט שױן אמאל געהערט פון מיר אבער איך בין דער אדמו"ר פון פיאסצ'נה װעם דו האסט געהרג'ט אין דו שואה!, און װעמענ'ס ספר אױף אידיש דו האסט אזױ געגליכן נאכצולײענען און אפילו אָפּטעיפן אלס קינד" "װאס?? ס'כאפט מיר א ציטער און א זיעה, איך, געהארגעט? כ'הײב נישט אהן פארשטײן װאס דו רעדסט!"

"סלאוילי, סלאוילי, כאפ נישט קײן הײסע לאקשאן, דו װעסט אלעס פארשטײן. אבער קודם װילן מיר דיר גיבן די געלעגנהײט צו נעמען דעם װארט און מסביר זײן פארװאס דו האסט געפירט א לעבן אזױ פארקערט װי דארט װאנעט ביסט געבױרן געװארן און װי אזױ מ'האט דיר אױסגעלערנט?" נעם װאו לאנג דו װילסט, דאָנט װאָרי, װי העװ פּלענטי אָף טײם."

אההעם, איך אריענטיר מיך, און הױב אהן רעדן: עקשולי, איך האב גאנץ גוטע טענות אױף אײך און עהה, איך מײן אז איך דעזערװ אױך אַן ענטפער אױף א צװײ דרײ קשיות װאס איך האב. סאוי, העיר װי גאָוּ. איך בין געבוירן אין א שיטי האוזהאָלד, מיט א קראנקע, פּאַרלאזירטע מאמע, צען קינדער, א ארימע טאטע מיט א טעמפער, אין א װילדעזש אפגעהאקט פון די װעלט. אין חדר האבן מיר די רעבעס געמקלט, די חבירים האבן מיך געטשעפעט. כ'האב מיך ארום געװאגלט אלס קינד בײ פעטערס, מומעס און פארשידענע משפחות אין פארשידענע שטעט. בײ די צװעלעף בין איך אראפגעפאלן צװײ שטאק בּעיקװאַרדס, און װער-װײסט װאספארא שאדן מײן מח געטוהן. איך האב שױן בײ די צען יאר געברױכט װאשן אלײנס מײנע װעש און בײ די דרײצן פארדינען מײנע אײגענע געלט. אין ישיבה האב איך באקומען א פּעינפול אינפעקשאן אױף די ביצים אז די תאװת המשגל איז מיר צוהעלפט געװארן. קראָשעס האב איך געהאט אױף הונדערטע בחורים אבער חוץ אײנער, מיט קײנעם נישט געשפיהלט. א פרױ האט מען מיר ארײנגעשמירט א מײדל צו װעמען כ'האב נישט געשפירט קײן אהבה די ערשטע מינוט, װען כ'האב מיך אפ'גגט האט מען מיר באקעמפט, על לא עװל בכפי, מיט צײן און נעגל כ'זאל נישט קענען זעהן מײנע קינדער, מיט װעמען כ'האב הײנט קײן שײכות נישט. געארבעט האב איך כל מיני פיזישע שװערע ארבעט, אינקלודינג געבּעזימט די ראודס, געארבעט אין דעמאָלישן, און געסטאָקט שעלװס אין גראסערי, מיט א צוקעקעצטן ענגליש, אהן קײן שום העלפּ פון מײן משפחה אין עֶני שעיפּ אָר פאָרם.

א דעגרי האב איך געמאכט און באקומען א פױרסט אבער די סטרעס האט גענומער איר טאָלל און איך בין באפאלן געװארן פון א מיאוסע מענטל איללנעס װאס גאט זאל א מענטשן אפהיטן פון. עז עי רעזאלץ האב איך אפילו מײן גױרל פרענד פארלױרן און זיך ארום-געדרײט האוּמלעסס אין די גאסן פאר איבער א יאהר, געשלאפן אין גאס, געגעסן פון די מיסטן און געװען אױסגעשטאנען צו די װעטערס און צו כל מיני פארברעכער און העראָװין דזשאָנקיס. שפעטער װען מ'האט מיך שױן יא דיאַגנאָוזד מײן קראנקהײט האבן די מעדעצינען אזעלכע שװערע סײד עפעקטס געהאט אױף מיר אז בוקר איז געװען מי יתן ערב און ערב אומר מי יתן בוקר, כ'האב מיך געװינטשן הלװאי װאלט איך די שטארקײט געהאט זיך אראפצוװארפן פון א הויכ'ן בנין װײל מיט אזעלכע פיזישע און גײֶסטישע יסורים און שװאכקײטן איז שױן ענדישער נישט צולעבן. אזא נעסטי מענטל מחלה האסטו מיר גאט געגיבן אז חוץ אױב ביסטו א 40 יאר עקספיריענסד פסײקײעטריסט, אַפּרישיעיטן מענטשן ניטאמאל די סימפטאמען פון דער מחלה און אפי' װיזיטערס האט די מענעדזשמענט פון מײן בילדינג נישט ארײנגעלאזט מיך באזוכן אנלעס איך קום ארױס צו זײ, ריגארדלעס װי שװאך איך פיהל. סאוי, האַו עֶבּאאַוט יוּ עקספּלעין טוּ מי, װאַט דע פאָק איז גאָוּאינג אָן ענד װאַט טײפ אף סטופיד געים אַר יוּ פלעיאינג װיט די מענטשהײט?

הממ, דער זײדע אינדערמיטן פון דעם טיש האט מיט זײנע לאנגע דארע און בּײנעריגע פינגער געגלעט זײן בארד אױף אראפ עטליכע מאל און טיף ארײנגעצױגן פון זײנע נאז-לעכער. זײן ברומען האט מיך דערמאנט פון די קרעמל 'הממ..' עמאודזשי, פונקט אזױ האט זײן פנים אױסגעזעהן אין יענער מאמענט.

לאמיך דיר מסביר זײן װאס דא פאסירט זעצט ער פאָר אהן מיך זאגן װער ער איז: אין דער פריערדיגער גלגול - און דו װײסט שױן מסתמא בּײ נאַו אז גילגולים מיט נשמות איז אלעס אמת ויציב אזױ נאר װי ר' חײם װיטאל קאַלאַבּריס האט געשילדערט – האט מען דיך געגיבן א געלעגנהײט צו טױשן די װעלט, צו ברענגען משיח און צו ברענגען צו א מצב פון וידע כל פעול וכו'. נארװאס דען, דו האסט עס פארפאטשקעט און דו האסט געברענגט א מין װיסטעניש און דזשענאָסײד װאס ס'איז נאכנישט געהערט געװארן אין אלע עולמות פון קבלה און פון די מולטי-װערס, פון די ביג-בענג ביז די ביג קראָנטש און לעתיד לבוא. יאָפ, דו האסטעס געגעסט. דו ביסט א ניצוץ פון היטלער ימ"ש. האסט געהאט די געלעגנהײט צו מתקן זײן די װעלט אבער אנשטאט האסטו מיט דײן װיסטע שנאה צו כלל ישראל, רחמנים בני רחמנים בני אברהם יצחק ויעקב, געברענגט א מין כלייה און מעסס דעסטראָקשן אױף די װעלט אז דו האסט געלײגט א סעט-בּעק צו די װעלט פאר א טױזנט יאר. יא יא, סײענס און טעקנאלאדזשי האט זיך אפשר גערוקט פאראאױס אבער רוב רובו נאר מיט נײערע קיללינג מאשינס און מיני אופנים צו רצחנען מענטשן. יא, ביסט געװען א מין דוחק את הקץ. האסט געװאלט פאראֹױס שטופן די מענטשהײט און טעכנעלאגיע אין א קורצע תקופה אזאך װאס נעמט דורות. און װאס געשעהט װען מ'איז א דוחק את הקץ, ס'קומט א ציפעדיגע חבלי משיח.

זאלסט נישט מאכן קײן טעות, היטלער עקזעסטירט נישט מער. ער איז אױס. זײן נשמה איז אױס. װאס רעד איך, ער האט קײן נשמה נישט געהאט! אבער דאך, א ניצוץ בלײבט, און דער ניצוץ האסטו אין דיר. און דערפאר איז אױף דיר נגזר געװארן אז דו ברױכסט אפקומען, און טאקע געבױרן צוװערן בײ די פאלק װעם דו האַסט אזױ און פארשטײט זיך, דײן האס קען מען נישט טױשן. דײן פיהלינג אז דו געהערסט נישט בײ זײ, קען מען נישט ענדערן אבער דערפאר האט עס טאקע אזױ גוט געארבעט. די װעלט פון װאו דו קומסט, װאס מײנסטע?, זי איז די גיהנום אלײנס. טאקע נישט צו יעדער צײט, און נישט פאר יעדן אײנעם, װען יא װאלט מען עס נישט אױסגעהאלטן, אבער פאר יעדן לױט װיפיהל ס'איז אים פארשריבן אױף װאס ער האט געטוהן אין די פריערדיגע גלגול. דערפאר, ביסטו געבוירן געװארן אין א סביבה אװאו דער האלאקאוסט איז אזא שמועס פון טאג געװעזן, אזא טרענס-דזשענערעישאנעל טראומא. דערפאר, האסטו א קראנקע מוטער געהאט, זאלסט פיהלן װיאזוי די אלע װעמענ'ס מוטערס דו האסט געלאזט אױסהונגערן און אױף װעלכע דו האסט עקספערימענטירט אין די לאגערן און בײ די געסטאפאו אױספארשונגען מיט כל מיני עינוײם קשים װאס א מענטש קען זיך נאך מצײר זײן.

דערפאר האסטו געמוזט האומלעסס זײן זאלסט פיהלן װי אזוי עס האבן געפיהלט די װעלכע װעמען דו האסט פארטריבן פון זײערע הײמען און אין גלות געשיקט. דערפאר האט מען דיר אזױ סענסעטיװ באשאפן אז דו זאלסט אזעלכע סײד-עפעקטס לײדן פון דײנע מעדיקעישאן, װאכן און מאנאטן און יארן, װײל דאס איז אַן אַגרעגעיט פון די מיליאנע טײמס זעקס מינוטן װאס איִטש פון די קרבנות האבן זיך געמיטשעט און געשטיקט בעפאר'ן אױסגײן אין די גאז-טשעימבערס. און דערפאר ביסטו נישט נעבן דײן משפחה און קינדער כדי זאלסט דורכגײן די צער װאס דו האסט אנדערע אנגעװערטשאפט װען דו האסט פון זײ צוגערױבט זײערע נאנסטע און באליבסטע אױף אײביג. און בּעליװ מי, דאס װאס דו האסט געליטן איז נאך גאלד כלפי װאס דײנע צוררים די גרמנים האבן די אידן, די רוסן, און צענדליגע אנדערע פעלקער און מיליאנען מענטשן סובדזשעקטעד טוּ. אבער דו שװערסטע פּאַרט פון אלעם איז נאך די פאלגנדע: דו מײנסט, אז אײן גילגול מיט יסורים ומכאובים איז גענוג אפצוקומען אויף אלץ װאס היטלער האט אנגעמאכט? אַך, אונז האבן פאר דיר א סופרײז. דו ביסט נישט אכציג יאר נאכ'ן שואה, דו האלטסט יעצט אכציג טױזנט יאר נאכ'ן שואה, נאר יעדע מאל באשאפט מען דיר אין דער צװײטער דור נאכ'ן שואה, די װאונד זאל נאך זײן פריש; און ביסט נאכאלץ נישט פארטיג. מיר שיקן דיך תיכף אראפ װידער, אדורכגײן גענױ די זעלבע לעבן נאכאמאל, צום פינף-הונדערטסטן מאל!

װי נאר כ'האב דאס געהערט, האבן מיר די אױגן גענומען שװינדלען, און תיכף האט זיך מיר די זיכרון געעפנט, און אַן ענדלאָזע קײט פון גילגולים און פריעדיגע לעבנס, צער יסורים און כף הקלע'דיגע װאגלענישן זענען אדורכגעלאפן און זיך אױפגעשפיהלט פאר מײנע אױגן װי א מאװי װאס מ'רעװײנד מיליאנע מאל.

העי, האב איך מיך געהערט פרעגן מיט א שטילע שװאכע קול, אײנער האט געזעהן דעם בעל ראשית-חכמה?, דאַנטע? יהודה חסיד? נײן קײנער? קאמאן, כ'האב דאך נאר געטוהן װאס גאט האט מיר געהײסן.. איך דעזערװ אױך א תיקון סוכ"ס. העי, אײנער הערט מיך?? פון היראשימאָ און נאַגאַסאקי האסטו געהערט? װאס איז מיט װיעטנאַם? און די האָוּ טשי מין טרעיל?

מזל טוב, מזל טוב הערן זיך אױסגעשרײען פון א צימער אין די װינקל פון שטאק נומער זיבן אין דזשואיש דזשענערל האספיטאל. נו, שנײד דעם אַמבּליקעל קאָורד און גיב אים פאר די מאמע צוהאלטן. אוי, װי צוקער, קוק ווי ער שטויסט און רעגט זיך, פונקט װי דער טאטע קוקט ער אױס, אַן אל קנא ונוקם.
 
לעצט רעדאגירט:
What a novel!

שוין, און דו זאגסט מיר נאך
"נײן חלילה, כ'האב קײנמאל נישט געטוהן די שטותים"
סייקעדעליקס וואלט ווען געווען פאר דיר ס'בעסטע מעדיצין! דיינע פינצטערע פאנטאזיעס וואס טרייבּן דיך וועלן איבערגעדרייט ווערן לששון ולשמחה, פרוביר עס אויס נאר איין מאל
 
דעיס איז אײנע פון די זאכן װאס מ'האט מיך פארשאלטן, אז דיע סמים אגריען נישט מיט מיר. פארקערט, זײ זאגן ס'איז א גרױסע סכנה פאר מענטשן מיט א היסטאריע פון פסײקאסעס צו טרײען די סארט זאכן.
אגב, כ'האב פארגעסן צו דערמאנען, אז כ'האב געזעהן דארטן אויפ'ן לענגליכיגן טיש א ברײטע טעלערל מיט אש און גרױסע לולקע ציבעךס דערנעבן. קנױלן רױך ארױף ביז'ן שענדאָליער. זײ זאגן ע"פ קבלה איז עס טיפע סודות. אש שחורה ע"ג אש לבנה. דער מיט דער װײסע בארד האט געהאט אזא מין געלן שנױצן, װי א רעפטל פון א לימענע.
 
איך האף כאטש דריי פערטל פון די צרות אינעם באשרייבונג איז נישט אמת.

איך וויל נישט דארפן פעיסן אז א אידיש קינד איז דאס דורך...
 
מײן צײט איז אנגעקומען. איך ליג אױפ'ן בעט, איך גיב מיך א צוהיס, חזר צום זיבן-הונדערטסן מאל דעם שמע ישראל, און איך פארמאך מײנע אױגן א לעצטע מאל. דאס איז עס, כ'האב אױסגעהױכט מײן נשמה און איך טרעף מיך שטײן פארנט פון בי"ד של מעלה. איך קוק מיך ארום, ס'הערשט אַן אומהײמליכער געפיהל. עפעס איז נישט אין ארדענונג. איך הײב אױף מײנע אױגן; אױגן נישט ממש אבער מײן נשמה, װאס קוקט אױס װי א יריעה פון א ספר תורה װעלכע שװעבט אין די לופטן, קען זעהן 3D פון אלע זײטן. בעצם 4D, װײל עס קען אױך פארן אױף דער טײם דימענשאן, אהין און צוריק. יעצט קוק איך פארנט פון מיר.

איך זעה א לענגליכגע טיש, באדעקט מיט א בּלויע פרוכת, האלב אפגעװעטשט און בליטשקעדיג מיט אמאליגע עמבּרױדערי אױסגעצירט. א טשענדאָליער מיט עכטע אױל לעמפ הענגט פון דאך. די לעמפלעך טראגן יעדע א מעטאַלענע לעילו נשמת בלעך. כ'זעה דארט א נר-נשמה פאר'ן בעל שם טוב, פאר ר' מענדל מרימונובער און פאר ר' שײע בן ר' מױשע. דער טיש דערמאנט מיך פון א בילד װאס כ'האב אמאל געזעהן פון די אינקװיזיציע פארהערן גאלילעאו גאַליליאִי. ארום דעם טיש זיצן א רײע אלטע אידן מיט לאנגע צעטײלטע בערד און די מערסט-מאדערנע קאמפיוטער סקרינס פארנט פון זײ. זײ זענען ביזי דורכלײענען מײן היסטארי. צװײ פון זײ ציען א ספעציעלע יראת-הכבוד. הויעך אן ברײט בײנערדיג מיט הױקענעס אױף זײערע אָדלער-נעזער. אױטאמאטיש, אהן עמיצער זאל מיר דארפן זאגן, פארשטײ איך שױן אז דיע צװײ זענען געװעזענע זאָנדער-קאמאנדאס פון די אױשװיץ גאז-קאמערן. דא האבן זײ באקומען די אױפגאבע פון שיקן די נײ דעפּאטירטע נשמות רעכטס אדער לינקס. די װאנט איז באדעקט מיט סקרינס אױף װעלכע עס שפיהלן זיך אױף אלע ערלײ זיכרונות פון מײן טשײלדהוד. א סקרוך לױפט מיר דורך די בײנער. פון אלע זײטן זעה איך מחנות פון אידן פון כל מיני עידזשעס, צעריסן און צעשליסענע בגדים מיט די געלע לאטעס אױף זײ, מחנות אזױ װײט װי די אױגן טראגן.

איך בין שאקירט. איך קוק מיך ארום. איך זוך. איך פרוביר צו טרעפן עפעס פרידליכע אױגן מיט װעמען איך זאל מיך אביסל הײמיש פיהלן אבער מײן מיה איז אױסגעװארפן. פון אלע עקן שיקט מען נאר שפיזיגע בליקן װעלכע שנײדן מײן זעהל װי ציפעדיגע ריטן. װאו זענען מײנע היראוס פון די פּעסט? װאו איז אײנשטײן, הענרי קאַװענדיש, פּאַוּל דײראַק אדער עֶרדאָס? אפילו לײַבּניץ איז נישטא צום געפינען. אפגעזען דאַרװין און האָוּקינס. זײ זענען מסתמא אין די טיפסטע גיהנוםס – בּלעק האולס און װילדע געדעכטע װעלדער אװאו חיות ראָנען װײלד. נעטשרול סעלעקשאן מײ אַרס.

די צונג קלעבט זיך מיר צו מײנע גומען. איך פרוביר אהננעמען א שטארקײט, א קאָנפידענץ. כ'ברױך מיך צוגרײטן צו רעדן, סוּן און מ'װעט מיר אנהױבן פרעגן די שאלות װאס מײן טאטע האט מיר אלעמאל געסטראשעט און געװארנט מ'װעט מיר פרעגן. "װאו ביסטו געװען פרײטאג װען יעדער האט אױסגעזאגט תהלים? און, "פארװאס האסטו נישט מעביר סדרה געװען יעדע װאך כדבעי?, און װען דו האסט שױן יא, װאספארא פשט האט דאס, אדורכרײסן דער פרשה ביז'ן סוף צװײ מאל און הערשט שפעטער לײענען דעם אונקלוס אױף אײן שאָס? ביסט אינגאנצן אױפ'ן קאפ געפאלן? דו מײנסט מ'קען עס אױפמאכן עז יוּ גאָ עלאָנג? מ'האט דיך דאך געלערנט, יעדע פסוק באזונדער צװײ מאל און תיכף אײן מאל דעם אונקלס אױפ'ן זעלבן פסוק. האסטיך געװאלט גרינגער מאכן, הא?"

ס'איז דא לדא נקשן. איך זעה די רעבעס אין חדר זענען אלע געװען גענױ גערעכט װען זײ האבן דעסקרײבד יענע װעלט. באלד װעט זיך דא אהנרוקן דער בעל ראשית חכמה און מ'װעט אנהויבן הענגען צינגען אױף נעגל. ס'װערט מיר נישט גוט. װאס זאג איך, װאס זאג איך? װיאזױ הײב איך אהן דא? אפשר דאך װעל איך געפינען א סימפאטישער אױער צװישן די פארזאמלטע? עפעס א משכיל אדער ציוני? איך פרוביר צו אפירזוכן מײנע ארבע כנפות. ס'איז נאך אײן זאך װאס איך האב מקפיד געװען צוטראגן פון צײט צו צײט; אפשר װעט יענע תנא פון די זונה מיט די ד' מאות זהובים ערשײנען מיט א כף זכות אױף מיר? הגם איך פלעג יא אױסטוהן די ציצית אײדער'ן באזוכן די זונות. אבער איך האב נישט געהאט קײן זונה װאס האט געװאלט חתונה האבן מיט מיר?! הלװאי, האַ? אבער מצד שני בין איך אױך פאר יארן אהנגעגאנגען אהן קײן סעקס בכלל. מ'שטײנס א שטיקל נזיר געװען. די איסײם פון מדבר יהודה, אפשר זײ? אה, נעה זײ זענען נוצרים געװארן. נו, עט-ליעסט שטעלט זיך ארױס איך בין אױף די גוטע רעלידזשען כאטשיג. װאס איז מיט די עובדי מצרים, דיע פון וירא את ענינו זו פרישות ד"א? אפשר װעלן זײ זאגן א גוט װארט?

קאָמאָן, ס'איז נישט אלעמאל געװען גרינג. עטס מײנטס אז אָפּפארן איז א לײכטער עסק? פרענגסט ענקערע חבירים, די שואה איבערלעבער, װעלכע האבן רוב רובם אױך אָפּגעפוצט. גוט, כ'האב נישט געהאט יענע צרות אבער מײנע רעבעס און עלטערן האבן כמעט אזױפיהל געקלאפט װי די קאַפאױס. און הענג, אָן א מינוט, טראכט איך צו מיר. זעכער איז אײנער פון זײ אויכעט א קאַפּוי, געװען. לאמיך זײ פרעגן. העלל, מ'זאגט אז דער בירך משה איז א קאַפּוי געװען. בּײ דע װעי, איז ער עראונד? כ'װיל שױן כמעט פרעגן צו רעבּ יואל האט למעשה הנאה געהאט פון יענע װעלט װען דער בירך איז רעבּע געװארן צו נישט? װײסט ער איז דער שפיטיװקער איז דער בעסטער דערװײל װאס מימיקט אים? און אז מ'האט שױן די געלעגנהײט, װאו איז רב קוק? און, װאס זענען הײנט די רעלעישאנס דא צװישן די דאזיגע צװײ? אײ מיען, רב קוק זעהט דאך שױן הײנט װאסערע שקצים די ציונים זענען און װי שטארק סאטמער איז זיך ב"ה צעװאקסן. רעב אהרן מאכט אפי' מענטשן װײנען בּײ הושענה רבא. גוט, ער האט נישט די בארד פון ר' זלמן לײב אבער װאס איז ער שולדיג אױף זײן טשין װאקסט אים נישט קײן האר?

מײנע מחשבות זענען איבערגעהאקט געװארן דורך א דינערדיגע שטומע. "דו װײסט װער איך בין?", פרעגט מיר אײנער פון די עלטערע אידן בײם טיש מיט א שנײ װײסע בארד און אזא הענטעלע קײטעל ארום זײן האלדז. אױף זײן סקרין איז צוגעסקאַטשטעיפט א געמאלענער למנצח מיט כל מיני שמות של הקב"ה. "איך בין פון ר' שמעון בר יוחאי'ס חברײא הק', פון דער אדרא רבא, נו.. פון די "קבלה" אידן פון װעם דו האסט אזױ אפגעחוזקט דורכאױס דײן לעבן." ס'װערט מיר שװארץ פאר די אױגן. סאױ אפילו דער רמב"ם איז נישט קײן מאן דאמר דא? מײ גאָד, כ'האב קײנע אױסזיכטן נישט. בקיצור, כ'האב געװעיסטעד מײן לעבן טראכטענדיג אז סײענס, מיט רעשענאליזם און שכל איז די װעי טוּ גאוּ און יעצט הער איך אז װאלט איך װען געפאלגט די טעיפס פון לײבעלע װײנשטאק, ספר עת-לעשות און קב-הישר, מיט א תמימות װאלט איך געהאט דא אפאר בּאַדיס. אזױ בין איך אינגאנצן פארלוירן חלילה.

איך פרוביר מיך נאך אריענטירן, צוזאם נעמען מײנע מחשבות און אהננעמען די מוהט צורעדן און אַן אנדערער מִבֵּין המסובים האקט איבער מײן שנירל געדאנקען. ער זאגט אז ער איז דער בעל מגלה-עמוקות. פשיהא, ס'איז עפעס װי כאילו זײ האבן געװיסט צו טשוזן די ליעסט פּלעזענט פּיפּל אױף מײן ליסטע. איך װיל שױן כמעט פרעגן צו דער רמב"ן און דער אור הַחײַם זענען אױף די ראָטעֶ. אײ בּעֶט צאנזער רב, דער חתם סופר און ר' אליעזר פלקלס זענען דא די עולם הבא'דיגע װערזשאן פון דער אַפּעלאַט געריכט.

"עכ"פ, הױבט אהן א דריטער צו נעמען דאס װארט, איך װײס נישט צו דו האסט שױן אמאל געהערט פון מיר אבער איך בין דער אדמו"ר פון פיאסצ'נה װעם דו האסט געהרג'ט אין דו שואה!, און װעמענ'ס ספר אױף אידיש דו האסט אזױ געגליכן נאכצולײענען און אפילו אָפּטעיפן אלס קינד" "װאס?? ס'כאפט מיר א ציטער און א זיעה, איך, געהארגעט? כ'הײב נישט אהן פארשטײן װאס דו רעדסט!"

"סלאוילי, סלאוילי, כאפ נישט קײן הײסע לאקשאן, דו װעסט אלעס פארשטײן. אבער קודם װילן מיר דיר גיבן די געלעגנהײט צו נעמען דעם װארט און מסביר זײן פארװאס דו האסט געפירט א לעבן אזױ פארקערט װי דארט װאנעט ביסט געבױרן געװארן און װי אזױ מ'האט דיר אױסגעלערנט?" נעם װאו לאנג דו װילסט, דאָנט װאָרי, װי העװ פּלענטי אָף טײם."

אההעם, איך אריענטיר מיך, און הױב אהן רעדן: עקשולי, איך האב גאנץ גוטע טענות אױף אײך און עהה, איך מײן אז איך דעזערװ אױך אַן ענטפער אױף א צװײ דרײ קשיות װאס איך האב. סאוי, העיר װי גאָוּ. איך בין געבוירן אין א שיטי האוזהאָלד, מיט א קראנקע, פּאַרלאזירטע מאמע, צען קינדער, א ארימע טאטע מיט א טעמפער, אין א װילדעזש אפגעהאקט פון די װעלט. אין חדר האבן מיר די רעבעס געמקלט, די חבירים האבן מיך געטשעפעט. כ'האב מיך ארום געװאגלט אלס קינד בײ פעטערס, מומעס און פארשידענע משפחות אין פארשידענע שטעט. בײ די צװעלעף בין איך אראפגעפאלן צװײ שטאק בּעיקװאַרדס, און װער-װײסט װאספארא שאדן מײן מח געטוהן. איך האב שױן בײ די צען יאר געברױכט װאשן אלײנס מײנע װעש און בײ די דרײצן פארדינען מײנע אײגענע געלט. אין ישיבה האב איך באקומען א פּעינפול אינפעקשאן אױף די ביצים אז די תאװת המשגל איז מיר צוהעלפט געװארן. קראָשעס האב איך געהאט אױף הונדערטע בחורים אבער חוץ אײנער, מיט קײנעם נישט געשפיהלט. א פרױ האט מען מיר ארײנגעשמירט א מײדל צו װעמען כ'האב נישט געשפירט קײן אהבה די ערשטע מינוט, װען כ'האב מיך אפ'גגט האט מען מיר באקעמפט, על לא עװל בכפי, מיט צײן און נעגל כ'זאל נישט קענען זעהן מײנע קינדער, מיט װעמען כ'האב הײנט קײן שײכות נישט. געארבעט האב איך כל מיני פיזישע שװערע ארבעט, אינקלודינג געבּעזימט די ראודס, געארבעט אין דעמאָלישן, און געסטאָקט שעלװס אין גראסערי, מיט א צוקעקעצטן ענגליש, אהן קײן שום העלפּ פון מײן משפחה אין עֶני שעיפּ אָר פאָרם.

א דעגרי האב איך געמאכט און באקומען א פױרסט אבער די סטרעס האט גענומער איר טאָלל און איך בין באפאלן געװארן פון א מיאוסע מענטל איללנעס װאס גאט זאל א מענטשן אפהיטן פון. עז עי רעזאלץ האב איך אפילו מײן גױרל פרענד פארלױרן און זיך ארום-געדרײט האוּמלעסס אין די גאסן פאר איבער א יאהר, געשלאפן אין גאס, געגעסן פון די מיסטן און געװען אױסגעשטאנען צו די װעטערס און צו כל מיני פארברעכער און העראָװין דזשאָנקיס. שפעטער װען מ'האט מיך שױן יא דיאַגנאָוזד מײן קראנקהײט האבן די מעדעצינען אזעלכע שװערע סײד עפעקטס געהאט אױף מיר אז בוקר איז געװען מי יתן ערב און ערב אומר מי יתן בוקר, כ'האב מיך געװינטשן הלװאי װאלט איך די שטארקײט געהאט זיך אראפצוװארפן פון א הויכ'ן בנין װײל מיט אזעלכע פיזישע און גײֶסטישע יסורים און שװאכקײטן איז שױן ענדישער נישט צולעבן. אזא נעסטי מענטל מחלה האסטו מיר גאט געגיבן אז חוץ אױב ביסטו א 40 יאר עקספיריענסד פסײקײעטריסט, אַפּרישיעיטן מענטשן ניטאמאל די סימפטאמען פון דער מחלה און אפי' װיזיטערס האט די מענעדזשמענט פון מײן בילדינג נישט ארײנגעלאזט מיך באזוכן אנלעס איך קום ארױס צו זײ, ריגארדלעס װי שװאך איך פיהל. סאוי, האַו עֶבּאאַוט יוּ עקספּלעין טוּ מי, װאַט דע פאָק איז גאָוּאינג אָן ענד װאַט טײפ אף סטופיד געים אַר יוּ פלעיאינג װיט די מענטשהײט?

הממ, דער זײדע אינדערמיטן פון דעם טיש האט מיט זײנע לאנגע דארע און בּײנעריגע פינגער געגלעט זײן בארד אױף אראפ עטליכע מאל און טיף ארײנגעצױגן פון זײנע נאז-לעכער. זײן ברומען האט מיך דערמאנט פון די קרעמל 'הממ..' עמאודזשי, פונקט אזױ האט זײן פנים אױסגעזעהן אין יענער מאמענט.

לאמיך דיר מסביר זײן װאס דא פאסירט זעצט ער פאָר אהן מיך זאגן װער ער איז: אין דער פריערדיגער גלגול - און דו װײסט שױן מסתמא בּײ נאַו אז גילגולים מיט נשמות איז אלעס אמת ויציב אזױ נאר װי ר' חײם װיטאל קאַלאַבּריס האט געשילדערט – האט מען דיך געגיבן א געלעגנהײט צו טױשן די װעלט, צו ברענגען משיח און צו ברענגען צו א מצב פון וידע כל פעול וכו'. נארװאס דען, דו האסט עס פארפאטשקעט און דו האסט געברענגט א מין װיסטעניש און דזשענאָסײד װאס ס'איז נאכנישט געהערט געװארן אין אלע עולמות פון קבלה און פון די מולטי-װערס, פון די ביג-בענג ביז די ביג קראָנטש און לעתיד לבוא. יאָפ, דו האסטעס געגעסט. דו ביסט א ניצוץ פון היטלער ימ"ש. האסט געהאט די געלעגנהײט צו מתקן זײן די װעלט אבער אנשטאט האסטו מיט דײן װיסטע שנאה צו כלל ישראל, רחמנים בני רחמנים בני אברהם יצחק ויעקב, געברענגט א מין כלייה און מעסס דעסטראָקשן אױף די װעלט אז דו האסט געלײגט א סעט-בּעק צו די װעלט פאר א טױזנט יאר. יא יא, סײענס און טעקנאלאדזשי האט זיך אפשר גערוקט פאראאױס אבער רוב רובו נאר מיט נײערע קיללינג מאשינס און מיני אופנים צו רצחנען מענטשן. יא, ביסט געװען א מין דוחק את הקץ. האסט געװאלט פאראֹױס שטופן די מענטשהײט און טעכנעלאגיע אין א קורצע תקופה אזאך װאס נעמט דורות. און װאס געשעהט װען מ'איז א דוחק את הקץ, ס'קומט א ציפעדיגע חבלי משיח.

זאלסט נישט מאכן קײן טעות, היטלער עקזעסטירט נישט מער. ער איז אױס. זײן נשמה איז אױס. װאס רעד איך, ער האט קײן נשמה נישט געהאט! אבער דאך, א ניצוץ בלײבט, און דער ניצוץ האסטו אין דיר. און דערפאר איז אױף דיר נגזר געװארן אז דו ברױכסט אפקומען, און טאקע געבױרן צוװערן בײ די פאלק װעם דו האַסט אזױ און פארשטײט זיך, דײן האס קען מען נישט טױשן. דײן פיהלינג אז דו געהערסט נישט בײ זײ, קען מען נישט ענדערן אבער דערפאר האט עס טאקע אזױ גוט געארבעט. די װעלט פון װאו דו קומסט, װאס מײנסטע?, זי איז די גיהנום אלײנס. טאקע נישט צו יעדער צײט, און נישט פאר יעדן אײנעם, װען יא װאלט מען עס נישט אױסגעהאלטן, אבער פאר יעדן לױט װיפיהל ס'איז אים פארשריבן אױף װאס ער האט געטוהן אין די פריערדיגע גלגול. דערפאר, ביסטו געבוירן געװארן אין א סביבה אװאו דער האלאקאוסט איז אזא שמועס פון טאג געװעזן, אזא טרענס-דזשענערעישאנעל טראומא. דערפאר, האסטו א קראנקע מוטער געהאט, זאלסט פיהלן װיאזוי די אלע װעמענ'ס מוטערס דו האסט געלאזט אױסהונגערן און אױף װעלכע דו האסט עקספערימענטירט אין די לאגערן און בײ די געסטאפאו אױספארשונגען מיט כל מיני עינוײם קשים װאס א מענטש קען זיך נאך מצײר זײן.

דערפאר האסטו געמוזט האומלעסס זײן זאלסט פיהלן װי אזוי עס האבן געפיהלט די װעלכע װעמען דו האסט פארטריבן פון זײערע הײמען און אין גלות געשיקט. דערפאר האט מען דיר אזױ סענסעטיװ באשאפן אז דו זאלסט אזעלכע סײד-עפעקטס לײדן פון דײנע מעדיקעישאן, װאכן און מאנאטן און יארן, װײל דאס איז אַן אַגרעגעיט פון די מיליאנע טײמס זעקס מינוטן װאס איִטש פון די קרבנות האבן זיך געמיטשעט און געשטיקט בעפאר'ן אױסגײן אין די גאז-טשעימבערס. און דערפאר ביסטו נישט נעבן דײן משפחה און קינדער כדי זאלסט דורכגײן די צער װאס דו האסט אנדערע אנגעװערטשאפט װען דו האסט פון זײ צוגערױבט זײערע נאנסטע און באליבסטע אױף אײביג. און בּעליװ מי, דאס װאס דו האסט געליטן איז נאך גאלד כלפי װאס דײנע צוררים די גרמנים האבן די אידן, די רוסן, און צענדליגע אנדערע פעלקער און מיליאנען מענטשן סובדזשעקטעד טוּ. אבער דו שװערסטע פּאַרט פון אלעם איז נאך די פאלגנדע: דו מײנסט, אז אײן גילגול מיט יסורים ומכאובים איז גענוג אפצוקומען אויף אלץ װאס היטלער האט אנגעמאכט? אַך, אונז האבן פאר דיר א סופרײז. דו ביסט נישט אכציג יאר נאכ'ן שואה, דו האלטסט יעצט אכציג טױזנט יאר נאכ'ן שואה, נאר יעדע מאל באשאפט מען דיר אין דער צװײטער דור נאכ'ן שואה, די װאונד זאל נאך זײן פריש; און ביסט נאכאלץ נישט פארטיג. מיר שיקן דיך תיכף אראפ װידער, אדורכגײן גענױ די זעלבע לעבן נאכאמאל, צום פינף-הונדערטסטן מאל!

װי נאר כ'האב דאס געהערט, האבן מיר די אױגן גענומען שװינדלען, און תיכף האט זיך מיר די זיכרון געעפנט, און אַן ענדלאָזע קײט פון גילגולים און פריעדיגע לעבנס, צער יסורים און כף הקלע'דיגע װאגלענישן זענען אדורכגעלאפן און זיך אױפגעשפיהלט פאר מײנע אױגן װי א מאװי װאס מ'רעװײנד מיליאנע מאל.

העי, האב איך מיך געהערט פרעגן מיט א שטילע שװאכע קול, אײנער האט געזעהן דעם בעל ראשית-חכמה?, דאַנטע? יהודה חסיד? נײן קײנער? קאמאן, כ'האב דאך נאר געטוהן װאס גאט האט מיר געהײסן.. איך דעזערװ אױך א תיקון סוכ"ס. העי, אײנער הערט מיך?? פון היראשימאָ און נאַגאַסאקי האסטו געהערט? װאס איז מיט װיעטנאַם? און די האָוּ טשי מין טרעיל?

מזל טוב, מזל טוב הערן זיך אױסגעשרײען פון א צימער אין די װינקל פון שטאק נומער זיבן אין דזשואיש דזשענערל האספיטאל. נו, שנײד דעם אַמבּליקעל קאָורד און גיב אים פאר די מאמע צוהאלטן. אוי, װי צוקער, פונקט װי דער טאטע קוקט ער אױס, אַן אל קנא ונוקם.

WOW WOW WOW

I can’t even describe

This is out of this world!

Not 10/10 but million of million!

אויף אידיש זאגט מען אויף צו לאכן און צו וויינען
 
איך האב נישט קיין ווערטער בכלל.
די מייסטערווערק וואס דו קענסט אהערשטעלן מיט אזויפיל הומאר בשעת יעדע אנדערע בשר ודם וואלט זיכער געטריפט מיט ביטערניש ווי די מרור פון די איבערלעבענישן וואס דו האסט שוין דורכגעמאכט ביז אהער - איך באגרייף נישט וויאזוי דו האסט אזא געלונגענעם פעדער צו שפינען מיט אזויפיל creativity אזש ס׳ווילט זיך אויסשרייען אז דאס מוז זיין א הויכע נשמה וואס איז אין דיר

איי פארוואס דארף די נשמה פון בעש״ט אדער משה רבינו אדער אברהם אבינו זיך וואלגערן אין אזעלכע וויסטע יסורים? אפשר האבן זיי זיך אויסגעבעטן ביי כביכול צו נעמען אויף זיך די יסורים פון כלל ישראל אז משיח זאל שוין טאקע שנעלער זיך באווייזן 🤷‍♂️

הלוואי אז דיין גלות ענדיגט זיך בקרוב מיט א גלאררייכע גאולה ווי מ׳האט אונז אויסגעמאלן אין אונזערע קינדער יארן
 
שוין, כאטשיג ווייסטו יעצט פארוואס דו ביסט דא, דאסמאל געדענקסטו דאך יא
ווען וועסט ארויפקומען ס'נעקסטע מאל וועט מען דיך שמייסן, האסט יא געוואוסט דיין תפקיד און אזוי זעסטו אויס?
איי געס דאס איז א חלק פון דיין יעצטיגע גלגול..... :ROFLMAO:
הלואי איך ווייס פארוואס איך בין דא, איך בין אזוי נייגעריג... :love: :love:
 
מיר אלע מוזן אפלאדירן @קץ דוחק – וואו 🤩, וואספארא ארטיקל! ס׳האט מיך דערמאנט אין מיך זעלבסט. איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט אויף מיך: היתכן אז איך האב תערומות אויף מיין לעבן? ווער ווייסט – אפשר בין איך א גולגל פון היטלער?

יעצט קען איך זיך בארואיגן: לכה״פ נאך איינער האט נשמת היטלער. ס׳הייסט, היטלערס עונשים זענען כאטש צוטיילט, און איך באקום נאר האלב פון די עונשים…

הקיצור, איך וויל דיך נישט מאכן פילן צו גוט, ווייל דו ביסט דאך דא אויף דער וועלט נאר אפצוקומען, פונקט אזוי ווי מיך. און אויב מאך איך דיך פרייליך, וועסטו נאך מער דארפן אפקומען…😜😘
 
לעצט רעדאגירט:
הלואי איך ווייס פארוואס איך בין דא, איך בין אזוי נייגעריג... :love: :love:
כ'ווייס נישט, אבער דו ווייסט זיכער יא הא ראיה ווייל דו ביסט דא און דו שרייבסט און ביסט מהנה דעם עולם מוז זיין אז דאס א חלק פון דיין תפקיד
 
@קץ דוחק @Reb Yid
פארוואס זענט עטס אזוי היטלעריזירט? עטס פאנטאזירטס פון עם אסאך
מיר זענען אױפגעװאקסן מיט דער שואה אזױ טיף אין אונזער פסײקי און פונדעסטװעגן, בשעת װאס דאס האט אונזערע זײדעס געמאכט בלײבן פרום ביתר שאת וביתר עז האט דאס מיר דײקא געמאכט אװעקטרעטן באיזה מובן שהוא. סאוי, יא ס'איז שטענדיג אזױ פּרעזענט אין די היפּפּאָקאַמפּוס אז אלע אונזערע מעידזשאר דעסידזשענס דרײט זיך ארום דעים.
 
איך מוז נאכאמאל רעאגירן, דאס שנייידט שטיקער. טאמער מעג איך פראבירן געבן א פירוש, דאכט זיך דער מחבר׳ס כוונה איז אז נאר פאר א נשמת היטלער לייגט אויפן שכל די צרות וואס טייל צווישן אונז גייען דורך
 
Back
Top