מיינע ספקות

אם אין אני לי מי לי

אין צוגאב צו דעם מעסעדש צו זיין דא פאר זיך און זיך נישט איבער געבן אין די הענט פון אנדערע.

ווען א חסיד ווערט שוואכער אין אידישקייט אדער שטערקער אינעם רצון צו לעבן, ווי אזוי דו ווילסט עס רופן. וואלט איך געמיינט אז ער איז שוין פריי פון בעלי בתים. אבער ווי מער כ'דריי זיך מיט אזעלכע חברה זעה איך אז ס'הייבט זיך נישט אהן!

האסט געוואר געווארן אז דעם טאטן איז נישט קיין גוטע מורה דרך און מאדעל פון א גוטע לעבן, די רבי פון דיין חסידות אויך נישט. סאו וואס טוסטו? דו זוכסט שנעל א נייער בעל הבית, א צווייטער משפיע, דיין, וואטעווער.

האסט קיינמאל נישט געכאפט אז די ענוועלאופ געפינט זיך לכתחילה אין דיינע הענט! דו קענסט אליין מחליט זיין וואס מיינט ביי דיר א גוט לעבן, און אז דו ביסט חשוב און גוט. דארפסט נישט ווערן קיינעם'ס קנעכט צו באקומען זייער הסכמה.

כ'זעה עס ביי מיר. נאכן טרינקן איז מיין אלטע וועלט צאמגעפאלן, מיין שאמאן האט מיר געגעבן אסאך גוטע גיידנס, ווי "די ציהל איז צו ענדשויען דאס לעבן, טוהן וואס מ'וויל, זיך ליב האבן און רעספעקטירן". אבער ער האט גאר שטארק אכטונג געבן מיר קיינמאל נישט צו הייסן בפרטיות וואס צו טון, ער האט קיינמאל נישט גענטפערט אויף מיינע שאלות וואס כ'זאל און, ער פלעגט אמאל עצה'נן אבער ער האט קיינמאל נישט צוריק געקוקט צו זען אויב כ'האב געטון וואס ער האט געהאלטן.
ער האט מיר קיינמאל געגעבן אטענשאן פאר וואס איך טוה גוט, ער האט מיר קיינמאל נישט באראוגט אז כ'בין גוט ווייל 'ער' האלט אזוי.

ער האט מיר נאר געהאלטן און איין זאגן, אז איך האב די כוח אליין צו זען ווי איך שיין, און קען פירן מיין לעבן און מיינע הרגשים צום לעכטיגקייט.

אביסל שפעטער האבעך געטראפן א גוטע חבר מיט אסאך קאנפידענס, יענער פלעגט מיר געבן חיזוק אז כ'בין גוט ווייל "כ'קען אים טראסטן אז ער ווייסט כ'בין גוט".

נו, וואס וועט זיין אויב ער וועט האלטן אז אויב שעפטי היט נישט קיין שבת (חלילה) איז ער נישט גוט? דאן בין איך נישט גוט. אויב אזוי האבעך קונה געווען א נייער בעל הבית אויף זיך. טאטי איז מער נישט בעל הבית, כ'בין גוט אפי' אויב כ'פאלג אים נישט, יעצט איז הערשל מיין נייער בעל הבית. ווייל כ'וועל דאך טון און אלעס אין די וועלט צו פילן גוט מיט זיך.

אבער אוי וויי געוואלד!!!
פארוואס אין די וועלט געב איך אים איבער מיין ענוועלאופ? נאר איך אליין מעג מחליט זיין אז כ'בין גוט!

הזהרו פון די "היעלערס" וואס גייען דיר 'היילן' מיט זייער גרויס גוטסקייט. מיין שאמאן זאגט קלאר "איך טוה א דשאב און כ'עקספעקט צו ווערן באצאלט ווייל כ'טוה א גוטע דשאב. איך הייל דיר נישט. טרינק און הייל זיך אליין!"

הער אויף צו זיכן איינער וואס זאל מחליט זיין פאר דיר, הייב אהן פרעגן זיך אליין וואס וויל איך טאקע.
 
אביסל שפעטער האבעך געטראפן א גוטע חבר מיט אסאך קאנפידענס, יענער פלעגט מיר געבן חיזוק אז כ'בין גוט ווייל "כ'קען אים טראסטן אז ער ווייסט כ'בין גוט".
ס׳דא א חילוק פון גיידענס וואס מ׳באקומט פון א טעראפיסט, א היעלער וכדו׳ vs א חבר..

א היעלער׳ס ארבייט איז אויפצובויען און ארויסברענגען דיינע אייגענע נאטירליכע כוחות מהעלם אל הגלוי און וויל אז דו זאלסט זיך טרעפן מיט דיין אמת׳ער סעלף. דערנאך, ווען מ׳ווייסט שוין און מ׳קען זיך אליין דארף מען אבער נאכאלץ צוקומען צו די פידבעק פון חבירים וואס זאלן דיר זאגן צו דאס וואס דו טוסט האט די געוואונטשענע רעזאלטאטן.

לדוגמא, יארן צירוק האט מיר א משפיע אויפגעקלערט אז איך האב ארטיסטישע כוחות און איך קען שיין מצליח זיין אין גרעפיקס. אבער, דאס וויסן אז איך בין ארטיסטיש קען איך נישט איינקעשן, נאר אויב איך לייג צו קאפ און איך באקום כסדר׳דיגע פידבעק אויף די מארקעט׳ס ניד׳ס און איצטיגער סטייל און איך שטעל צו מיין קריעטיוועטי צו דאס וואס דער עולם וויל..

סאוי. ווען א היעלער זאגט דיר אז דו ביזט גוט איז דאס אמת באופן כללי און ווען א חבר זאגט דיר אז דו ביזט גוט רעדט ער פון זיין אייגענע עקספיריענס מיט דיר, ווייל ער איז נהנה פון דיר.
 
גערעכט.
כ'האב זיך נישט מסביר געווען.

יענער האט געהאלטן אז נאר ער ווייסט, און ווען איך שטום נישט צו צו אים איז עס ווייל 'איך פארשטיי נישט'.
סאו כ'בין טאקע גוט ווייל ער פארשטייט אזוי, אבער וויי איז מיר אויב ער פארשטייט איין טאג אז כ'בין נישט גוט.
 
אני מאמין - בין איך העכער מיין אמונה?

רעדענדיג פון נישט דארפן פאלגן יענער צו זיין גוט. כ'מיין אז מ'דארף גיין מיט דעם א שטאפל מ'דארף נישט פאלגן יעדע קליינע נויז וואס מ'הערט אין קאפ צו זיין אקעי. (הגם ס'איז א חלק פון זיך).

נאכן האלטן ספעיס פאר אלע מחשבות און געפילן ביסטו נאכאלס בעל הבית צו מחליט זיין וואס דו ווילסט גלייבן און טון.

כ'האב לעצטענס גערעדט מיט איינער וואס האט געטענהט ער איז א וויקטים פון 'סייטעניק ריטועל אביוז', ווייל אויב נישט שטומט נישט דעם פאקט אז ער איז מאלעסטעד געווארן און ער געדענקט נישט אסאך פון זיינע קינדער יאהרן.

ער האט פראבירט צו טרינקן אייאוואסקא זיך צו שלאגן מיט די כוחות הטומאה און זיך היילן. ער האט געטראפן 'מקורות' אין חסידישע ספרים, נו ס'איז דאך אמונה, ער גלייבט דאך אזוי וואס קען מען טון.

איינער האט אים מעורר געווען אז אפשר דעם געדאנק אליין אז די שטן איז בעהיינד זיינע צרות איז א תוצאה פון זיין טראומא.

אבער, ס'שוין געווארן אן איידענטעטי, ער איז זיך גרייט צו שלאגן מיטן וועלט פארדעם.

די מעדעצין וויל דיר היילן פון דיין אמת'ע פשוטע טראומא פון אביוז, און דו ביסט פארנימען פארדרייען א קאפ מיט די אמונות וואס דו שפירסט באקוועם דערמיט, און ס'ארבעט נישט.

הקיצור. א נאכט פאר זיין לעצטע דשורני האבעך אים געפרעגט, וואס איז העכער, די תורה ומצות אדער דיין נשמה?

די נשמה איז סאך העכער פון די תורה ומצות! זי נעמט אויף זיך תורה ומצות פאר איר בענעפיט! לאמיר אננעמן די שיטה אז אמונה א מצוה.

זיך צו היילן דארפסטו נאר זיך אליין. דו ביסט דא פאר זיך נישט קיין חילוק ווי.
דו וועסט שוין שפעהטער קלויבן וועלכע אמונות דו ווילסט. אבער צו עקזיסטירן דארפסטו נאר זיך אליין.

לאז זיך עקזיסטירן, נישט קיין חילוק וואס פארא געפילן קומען ארויף, כאפ א אטעם און זעה אז דו האסט נאך זיך אליין.

(דעם קומענדיגן טאג, האט ער שוין ב"ה געהאלטן אינמיטן געוואר ווערן פארוואס ער לעבט שוין אפשר אכט יאר אין א דמיון פון סייטעניק רוטואל אביוז.)

ביסט נישט מחויב צו גלייבן אין וואס האט דיר אמאל בעניפעטירט אויב היינט האסטו מער נישט קיין ניצן דערפון.
קענסט מחליט זיין צו גלייבן אין וואס ס'מאכט דיר היינט שפירן גוט און באקוועם.

די מעשה פון אלעזר בן דורדיא איז אויך אמת מיט אלע חלקי הנפש (IFS) ווען מ'באקענט זיך מיט אזוי פיהל חלקים אין זיך שמים, ארץ, הרים, גבעות, איז נאך אלץ 'אין הדבר תלוי אלא בי'.

הגם אמונה איז אויך זייער טיף אינעם נפש איז עס אבער א בחירה פונעם נפש וואס אנצונעמען און גלייבן.
-

(לאמיר האפן אז נאכן זיך אויסשרייען אין קרעמל, וועל איך שוין אויך אנהייבן גיין אין דעם דיירעקציע. 🤫)
 
זיצנדיג אין א Airbnb וואס איר טעמע איז די 1960'ס האבעך געכאפט אז
ס'איז דא היבש אסאך ענדליכקייטן פונעם היעלינג מעדיצין מאוומענט צום היפּי מאוומענט.

מ'איז מחשיב פערסענול פרידאום, פרייהייט צו זיין און עקספרעסן דעם אייגנקייט.

מ'איז מחשיב צופרידנהייט און ליבשאפט.

מ'איז מחשיב פשוטע נאטור אנשטאט פון מאטריאליזים.

מ'באטראכט סובסטאנסעס ווי א וועג פון אויסברייטערן דעם קאנשעסנעס צו באקומען נייע וועגן פון עקספיריענסן דאס לעבן.

מ'קויפט נישט אפ די מעין סטריעם און אנגענימענע קולטור.

מ'איז מחשיב ארטיסטיק עקספרעשאן.

אפאר חילוקים (וואס מ'האט זיך לכאו' געלערנט פון די היפּיס טעותים נישט צו טון)

מ'איז מחשיב די אינטערגרעישאן פונקט אזוי ווי די מעדיצין, נישט סתם חכמתו מרובה ממעשיו.
מ'איז יא מחשיב צו האבן א דשאב, אינקאם.
מחשיב צו זיין חתונה געהאט.
מ'איז מחשיב ריינקייט.
מ'איז נישט מחשיב צו האבן סעקס אויפן גאס...


(די היפּי מאוומענט ווערט שטערקער ווען די עקנאמיע איז שטארק און ווערט שוואכער ווען ס'נישטא קיין געלט און מ'דארף גיין ארבטן.
סתם טריפן אויף אייאוואסקא אהן א דשאב האלט אויך נישט אהן פאר צו לאנג.

די עלטערע היפּי'ס גייען ארויס צו מאכן געלט. די שאמאן'ס זענען דא צו מאכן געלט.)
 
די בעסטע וועג איז טאקע אויב מ׳קען משלב זיין ביידע מהלכים, ס׳זאל זיין באלאנסירט וואס דאן טוט איינ׳ס משלים זיין די צווייטע און מ׳האט פון ביידע וועלטן.

א חצוניות׳דיגע סטרוקטשור (תרתי משמע) גיבט ספעיס, סעיפטי און פרייהייט פאר די אינערליכע איינוואוינער צו ענדזשויען און זיך צו עקספרעסן אָן קיין פחד.

לדוגמא, אויב ווייס איך אז ס׳דא א שטארקע צוים אויפן דאך, דאן האביך די פרידאם דארט צו טאנצן מיט פיהל אייפער און עקסטאז.. אבער אויב איז נישטא קיין צוים דאן צווינגט מיר די פחד פון אראפ פאלן צו וועגן און מעסטן יעדן טריט און שריט. (אנלימיטעד ספעיס עקזעסטירט דאך נישט ביי א בשר ודם קרוץ מחומר. יעדע דאך האט א עק).
 
It's hard to surrender to my faith
But it's harder trying to live without it

It's hard to live in my bubble of imagination, but
it's harder to live by logic only

It's hard to live, but it's harder to lose the experience of life

It's hard to face my fears and accept the possibilities of pain and shame, but it's harder to run away all my life from parts of myself

It's hard to let my ego drop and cry, but it's harder to hold up tight

"I scream to God "I'm in hell, take me out"
God says: my dear, I'm there too sometimes, the
only way out is by sitting with it

Okay, I accept, I'm crying with love
🥹🥹🥹
 
די פתיחה איז געווען די שווערסטע צו אקאצעפטירן

It's hard to surrender to my faith
But it's harder trying to live without it

ס'פאסט מיר אמאל נישט צו מודה זיין צו זיך אליין אז כ'גלייב אין א גאט וואס ווייסט וואס טוהט זיך, א רחום וחנון. כ'גלייב אין געוויסע זאכן וואס אידישקייט זאגט.
ס'מאכט נישט קיין סענס לאגיש? נישטא קיין פרוף? איך גלייב אבער אזוי, וואס זאל איך טון, דאס איז מיין אמתע טיפע עקספיריענס.

--
כ'האב עס געשריבן מיט טרערן.
@יענקל פאדראשיק געסט מיר א 🤣
מסתמא ווייל נאכן זיך לאזן שפירן און אקאצעפטירן ווערט מען פריילעך 😍
 
--
כ'האב עס געשריבן מיט טרערן.
@יענקל פאדראשיק געסט מיר א 🤣
מסתמא ווייל נאכן זיך לאזן שפירן און אקאצעפטירן ווערט מען פריילעך 😍
סארי עס איז געווען א טייפא..
עס האט מיר זייער בארירט איך קען זייער שטארק רילעטן צו די צוריסענקייט...!!!

דיין הערה האט מיר דערמאנט פון די ניגון
 
Back
Top